מע פֿאַרכאַפּט דאָס קינד אין מיטן פֿון דער נאַכט און מע צעשיידט אים פֿון זײַנע עלטערן. מע זאָגט אים גלײַך, אַז ער טאָר ניט רעדן אויף זײַן מאַמע־לשון, אַז ער טאָר ניט תּפֿילה טאָן. מע שלעפּט אים אַרײַן אין אַ פֿאַרפּאַקטער קאַזאַרמע, וווּ צענדליקער קינדער דאַרפֿן זיך טיילן מיט איין קליינעם צימער. מע לערנט אים איבערצוחזרן אויף אויסנווייניק פּראָפּאַגאַנדישע לידער וועגן דער גוטסקייט און מעכטיקייט פֿון זײַן לאַנד און וועגן דער צוריקגעשטאַנענקייט פֿון זײַן אייגן פֿאָלק. מע צווינגט אים צו עסן חזיר־פֿלייש, און צו שעלטן דעם אוראַלטן גלויבן פֿון זײַנע אָבֿות.
דאָ גייט ניט די רייד וועגן די קאַנטאָניסטן, די אַמאָליקע ייִדישע ייִנגלעך וואָס זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן און אַוועקגעשיקט דינען אינעם צאַרישן אַרמיי אויף 25 יאָר, נאָר וועגן אַ הײַנטצײַטיקער טראַגעדיע אין צפֿון־מיזרח כינע. דאָרטן, אין דער פּראָווינץ שינדזשיאַנג, אויף דער גרענעץ מיט פּאַקיסטאַן און טאַדזשיקיסטאַן, וווינט דאָס פֿאָלק די וויגורן. זייערע אָבֿות זענען געווען סוחרים, וואָס האָבן געהאַנדלט אויפֿן אַמאָליקן ”זײַדענעם וועג“. הײַנט זענען זיי אַ פֿאָלק פֿון מער ווי 12 מיליאָן נפֿשות. קולטורעל זענען זיי ווײַט אָפּגעזונדערט פֿון ס׳רובֿ מענטשן אין כינע. אַנשטאָט אַ דיאַלעקט פֿון כינעזיש איז זייער מאַמע־לשון אַ טערקישע שפּראַך, און וואָס שייך זייער רעליגיע זענען זיי נישט קיין בודיסטן, אַטעיִסטן אָדער טאַאָיסטן, נאָר מוסולמענער.
נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז די וויגורן געפֿינען זיך טויזנטער מײַלן אַוועק פֿון ס׳רובֿ כינעזער, אין אַ טעריטאָריע פֿאַרזייט מיט וויסטע מידבריות און ריזיקע פֿאַרפֿרויענע בערג, וואָלט זיך געדאַכט, אַז די רעגירונג אין בייזשינג וואָלט זיי געלאָזט צורו. ליידער, טשעפּעט מען זיך צו זיי שוין מער ווי הונדערט יאָר.
בײַם בראשית פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען געצוווּנגען די וויגורישע עלטערן צו שיקן זייערע קינדער אין שולן, וווּ מע האָט זיי פֿאַרווערט צו רעדן אויף זייער מאַמע־לשון. להיפּוך, אָבער, צו דעם וואָס איז געשען מיט די אַמעריקאַנער אינדיאַנער, האָבן די לערער אין אָט די שולן ניט באַוויזן אָפּצוהאַקן די קולטורעלע וואָרצלען בײַ זייערע תּלמידים. צוליב דעם וואָס מע האָט ניט אַוועקגענומען די קינדער און זיי צעשיידט פֿון די עלטערן, האָבן זיי זיך ווײַטער אויסגעלעבט אויפֿן טראַדיציאָנעלן שטייגער.
צוויי דורות זענען פֿאַרבײַ און די צענטראַלע רעגירונג אינעם ווײַטן בייזשינג האָט כּמעט פֿאַרגעסן אין די וויגורן ביזן סוף פֿונעם כינעזישן בירגערקריג. אין 1944, מיט דער שטיצע פֿון די סאָוועטן, האָט אַ גרופּע וויגורן פּראָקלאַמירט אַן אייגענע רעפּובליק, וואָס איז פֿאַקטיש געווען אַ סאָוועטישער סאַטעליט. אין דער זעלביקער צײַט האָבן די סאָוועטן, די כינעזישע נאַציאָנאַליסטן (די וואָס האָבן הײַנט די ממשלה איבער טײַוואַן) און די כינעזישע קאָמוניסטן מיט מאַאָ צעטונג בראָש, אַלע פּרובירט אײַנצונעמען דעם ראַיאָן.
אין 1949 איז די כינעזישע קאָמוניסטן, סוף־כּל־סוף, געלונגען איבערצונעמען די טעריטאָריע. כאָטש דער איבערגאַנג איז, על־פּי־נס, פֿאָרגעקומען אָן קיין סך בלוט־פֿאַרגיסונג, האָט די קאָמוניסטישע רעגירונג קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן, אַז די וויגורן וואָלט ליבער געווען צו לעבן אונטער די נאַציאָנאַליסטן און אַפֿילו די סאָוועטן איידער מאַאָס רעגירונג. פֿון דעמאָלט אָן האָט די קאָמוניסטישע פּאַרטיי, אַפֿילו אין די בעסטע צײַטן, באַטראַכט די וויגורן ווי אַ ביין אין האַלדז.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס די כינעזער האָבן געגעבן די וויגורן אַ פּראָווינץ פֿאַר זיך, וווּ מע וואָלט, כאָטש טעאָרעטיש, געדאַרפֿט אָנערקענען זייער קולטור, האָט מען שוין אין די 1950ער יאָרן פּרובירט אויסצומעקן זייער אידענטיטעט דורכן באַזעצן דאָרט מיליאָנען עטנישע כינעזער און זיי געבן פּריווילעגיעס איבער די הי־געבוירענע. אָט די ריזיקע מיגראַציע האָט דערפֿירט צו וואַקסנדיקע שפּאַנונגען צווישן די צוויי פֿעלקער.
אין 2008 און ווידער אין 2009 זענען אויסגעבראָכן בלוטיקע אומרוען צווישן די כינעזער און די וויגורן, אין וועלכע מער ווי 200 מענטשן זענען אומגעבראַכט געוואָרן. ווי אַ רעזולטאַט פֿון די מהומות האָט די צענטראַלע רעגירונג אין בייזשינג אַלץ שטאַרקער אונטערגעדריקט די אָרטיקע אײַנוווינער. מע האָט אײַנגעפֿירט אַ קאָמפּליצירטע נעץ פֿון שפּיאָן־קאַמערעס: דורך די קאַמערעס, וואָס געפֿינען זיך ניט בלויז אין עפֿנטלעכע ערטער, נאָר אויך אין צענדליקער טויזנטער פּריוואַטע היימען, קען אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם אידענטיפֿיצירן עמעצן און גלײַך אַלאַרמירן דער פּאָליציי.
מענטשן האָבן אָנגעהויבן פֿאַרשווינדן ווערן; קודם — פֿאַרדעכטיקע טעראָריסטן, דערנאָך — פּאָליטישע דיסידענטן און מיטגלידער פֿון דער אינטעליגענץ, און שפּעטער — סתּם מענטשן וואָס האָבן אויף דער אינטערנעץ געשריבן עפּעס קריטיש וועגן דער סיטואַציע. הײַנט אַרעסטירט מען מענטשן בלויז ווײַל זיי ווײַזן כּלומרשט אַרויס סימנים, אַז זיי זענען עקסטרעמיסטן. וואָס אַזוינס הייסט בײַ דער כינעזישער רעגירונג אַן עקסטרעמיסט? לויט איר אייגענער קריטעריע נעמט עס אַרײַן די, וואָס לאָזן זיך וואַקסן אַ באָרד אָדער פֿאַרמאָגן בײַ זיך אין דער היים ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון די וויגורן. מע פֿאַרדעכטיקט אויך די, וואָס עסן קיינמאָל ניט קיין חזיר־פֿלייש אָדער טרינקען ניט קיין אַלקאָהאָל. ווי אַ רעזולטאַט האָבן אַ סך מענטשן בכלל אויפֿגעהערט תּפֿילה צו טאָן, ווײַל מע האָט מורא, אַז דער „גרויסער ברודער‟ וועט דאָס זען דורך אַ קאַמערע, און מע וועט אַרעסטירן דעם „פֿאַרברעכער‟ דערפֿאַר.
אין 2016 האָט מען אָנגעהויבן אַרעסטירן צענדליקער טויזנטער וויגורן און זיי אײַצוימען אין אינטערניר־לאַגערן. כאָטש מער ווי אַ מיליאָן מענטשן זענען אין 2016 און 2017 נעלם געוואָרן, האָט די כינעזישע רעגירונג צוויי יאָר לאַנג געלייקנט שטיין און ביין, טענהנדיק פֿאַר דער וועלט, אַז עס עקזיסטירן בכלל ניט קיין לאַגערן אַזעלכע. נאָך דעם וואָס עס זענען אָבער אין 2018 פּובליקירט געוואָרן סאַטעליט־פֿאָטאָס פֿון הונדערטער לאַגערן, האָט די כינעזישע רעגירונג איבערגעגעבן, אַז דאָס זענען ניט קיין לאַגערן, נאָר „אַרבעט־טרענירונג־צענטערס‟. אין אָט די „צענטערס‟ קען מען, לויט דער רעגירונג, „זיך אַנטוויקלען דורך דער דערציִונג‟ און „זיך אײַנאָרדענען אין דער מאָדערנער ציוויליזירטער וועלט.‟ אָפֿיציעל האָבן אַלע מענטשן וואָס וווינען דאָרטן אַליין פֿרײַוויליק מסכּים געווען אויף אַזאַ אופֿן „זיך צו ציוויליזירן‟.
מענטשן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון אָט די לאַגערן דערציילן אָבער גאָר אַן אַנדער געשיכטע. לויט זיי אַרעסטירט מען מענטשן אין זייערע הײַזער און מע נעמט אַוועק בײַ זיי די קינדער, וועמען מע פֿאַרשיקט אין פֿאַרפּאַקטע יתומים־הײַזער. מע צאַמט די אַרעסטאַנטן אײַן אין ריזיקע לאַגערן אַרומגערינגלט מיט שטעכלדראָט. טאָג און נאַכט ווערן די לאַגערניקעס באַוואַכט פֿון סאָלדאַטן מיט בייזע הינט.
נאָך דעם וואָס מע פֿירט אַן אַרעסטאַנט אין לאַגער אַרײַן, צווינגט מען אים אָפּצושערן די באָרד, עסן חזיר־פֿלייש און טרינקען אַלקאָהאָל. מע חזרט אײַן מיט אים פּראָפּאַגאַנדישע לידער און מע שלאָגט אים, טאָמער ער זאָגט ניט, אַז ער איז מער ניט אָנגעשטעקט מיטן „ווירוס‟, איסלאַם.
אַז דער אַרעסטאַנט איז שוין „רעהאַביליטירט‟ און מע האַלט אים פֿאַר אַ פֿאַרלאָזלעכער, שיקט מען אים אין אַן אַנדער טייל פֿונעם לאַגער, וווּ ער ווערט געצוווּנגען צו אַרבעטן. אין די דאָזיקע צוואַנג־אַרבעט־פֿאַבריקן מאַכט מען פֿאַרשידענע מינים טעקסטילן און קליידער, וואָס מע פֿאַרקויפֿט אויסלענדישע פֿירמעס, אַרײַנגערעכנט אַמעריקאַנער. ס׳קען זײַן, אַז אַ העמד צי קלײד וואָס איר האָט לעצטנס געקויפֿט, איז פֿאַבריצירט געוואָרן דורך אַ וויגורישן צוואַנג־אַרבעטער.
דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטעמענט גלייבט, אַז עס שמאַכטן הײַנט ביז צוויי מיליאָן וויגורן אין מער ווי טויזנט לאַגערן. דער פֿאַקט אַז דאָס איז די גרעסטע נעץ פֿון געהיימע תּפֿיסות און לאַגערן זינט דעם אונטערגאַנג פֿון די רוסישע גולאַגן, וואָלט זיכער געדאַרפֿט אַרויסרופֿן שטאַרקע פּראָטעסטן. צום באַדויערן, הערט מען קוים אַ פּיפּס וועגן דעם פֿון אַנדערע לענדער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ לענדער האָבן שטאַרק מורא צו קריטיקירן די כינעזישע רעגירונג, ווײַל כינע איז סײַ אַ מיליטערישע סופּערמאַכט, סײַ דער גרעסטער פֿאַבריצירער פֿון פּראָדוקטן אויף דער וועלט. ווען כינע וואָלט, למשל, פֿאַרווערט אַז אַ פֿירמע ווי ”עפּל“ זאָל מאַכן דאָרטן אירע סמאַרטפֿאָנען און קאָמפּיוטערס, וואָלט עס געקענט חרובֿ מאַכן ניט בלויז די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע, נאָר אויך די עקאָנאָמיע פֿון דער גאַנצער וועלט.
אַ סך לענדער שרעקן זיך אויך אָפּצופֿרעמדן כינע, וואָס איז איינער פֿון די פֿינף פּערמענאַנטע מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראָט בײַ דער ”יו־ען“. צוליב דעם קען כינע וועטאָיִרן יעדן פּרוּוו זיך אַנטקעגנצושטעלן אירע מעשׂים קעגן די וויגורן. דערצו, קען זי שטענדיק שטימען קעגן די אינטערעסן פֿון אירע שׂונים, אָדער פּרובירן אַרויפֿצולייגן סאַנקציעס קעגן אַ לאַנד, וועמענס רעגירונג געפֿעלט אים ניט. דאָס שפּילט זיכער אַ ראָלע אין דעם, פֿאַר וואָס ס׳רובֿ מוסולמענישע לענדער שווײַגן וועגן דער אונטערדריקונג פֿון איסלאַם אין כינע. אַ סך פֿון יענע לענדער באַגייען אַליין חטאים קעגן דער מענטשנרעכט און ווילן ניט, אַז די כינעזער זאָלן האָבן אַן אָנרײַץ זיי צו שטראָפֿן דערפֿאַר.
נאָך אַ סיבה פֿאַר וואָס מע הערט אַזוי ווייניק וועגן דער אָנגייענדיקער טראַגעדיע, איז ווײַל די וויגורן אין אויסלאַנד האָבן שטאַרק מורא צו רעדן צו פֿיל וועגן דער סיטואַציע. צוליב כינעס מעכטיקע אויסשפּיר־אַגענצן און שפּיאָנען אין אַלע עקן וועלט, ווייסן גוט די וויגורן אין גלות, אַז טאָמער מע באַווײַזט זיך אויף אַ דעמאָנסטראַציע אין וואַשינגטאָן צי לאָנדאָן, וועט מען גלײַך כאַפּן זייערע קרובֿים אין שינדזשיאַנג און זיי אײַנזעצן אין לאַגער דערפֿאַר.
אַז אַנדערע לענדער קענען גאָרניט ניט אויפֿטאָן זיך קעגנצושטעלן כינע, און די וויגורן אין אויסלאַנד קענען ניט באַפֿרײַען זייערע קרובֿים פֿון די לאַגערן, מוזן באַוווּסטזיניקע מענטשן איבער דער וועלט עס אַליין פּרובירן טאָן. צוליב דעם וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט דורכגעמאַכט אַ ריי ענלעכע קאַטאַסטראָפֿעס במשך פֿון זײַן לאַנגער געשיכטע, זענען מיר מחויִבֿ ווי ייִדן, ניט צו שווײַגן וועגן דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין די מידבורות פֿון שינדזשיאַנג. ווען רבנים, ראַבינער און ייִדישע כּלל־טוער וואָלטן גערעדט וועגן דעם, אַז מע פֿאַרשליסט מיליאָנען מענטשן אין לאַגערן און נעמען אַוועק בײַ זיי די קינדער, אַלץ צוליב זייער אמונה, וואָלט עס זיכער געווירקט אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג. ווי אלי וויזעל האָט עס פֿאָרמולירט, איז דאָס שווײַגן ניט קיין סימן פֿון נייטראַליטעט, נאָר עפּעס וואָס גיט חיזוק בלויז די, וואָס פּײַניקן אַנדערע.
ס׳איז שוין צײַט, אַז די ייִדישע קהילה זאָל מער ניט שווײַגן וועגן דעם. אַפֿילו אַז אונדזערע קולות פֿון פּראָטעסט וועלן ניט אַליין קענען פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, וועט אַזאַ קול־צדיק פֿון די ייִדן זיכער שפּילן אַ ראָלע בײַם אַלאַרמירן דער וועלט וועגן דעם אומגליק. ווי וויזעל האָט ווײַטער געזאָגט:
„עס זענען דאָ פֿאַלן, ווען מע איז ניט בכּוח צו פֿאַרהאַלטן דעם אומיושר. מע טאָר אָבער קיינמאָל ניט פֿאַרפֿעלן אַ געלעגנהייט זיך אַנטקעגנצושטעלן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.