„ויקהל — און ער האָט פֿאַרזאַמלט…‟ אַזוי רופֿט זיך אָן די הײַנטיקע סדרה. משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן און דערקלערט, ווי אַזוי זיי זאָלן אַלע צוזאַמען אויפֿשטעלן דעם משכּן. די קאָמפּליצירטע מלאָכה האָט געפֿאָדערט אַ סך מי, הוצאות און חכמה. אין אונדזער סדרה ווערן פּרטימדיק געשילדערט כּלערליי טײַערע און זעלטענע מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט אויסגענוצט בײַם קאָנסטרויִרן פֿאַרשיידענע חלקים פֿונעם הייליקן אָרט.
אין זײַן ספֿר „שארית־ישׂראל‟ דערציילט דער ווילעדניקער רבי, איינער פֿון די טיפֿסטע און אָריגינעלסטע חסידישע דענקער, אַז פֿונעם טשערנאָבילער רבין האָט ער אויסגעהערט אַ מוראדיקן הימלישן סוד: ווען ייִדן רעדן דבֿרי־תּורה אויף ייִדיש, ווערט אין הימל ביסלעכווײַז אויסגעבויט דער גוף פֿון משיח צדקנו. דווקא אויף ייִדיש, ווײַל די עלעמענטן פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אַזוי ווי די משכּן־מאַטעריאַלן, ווערן פֿאַרוואַנדלט אין דבֿרי־קדושה און האָבן דערפֿאַר אַ באַזונדערן משיחישן כּוח.
אויף אַן ענלעכן אופֿן אַסאָציִיִרט דער אַלטער רבי, דער גרינדער פֿון חב״ד, דאָס רעדן דבֿרי־תּורה אויף ייִדיש מיטן באַקן ציגל פֿאַר אַ גרויסן פּאַלאַץ — דהײַנו, פֿאַרן הימלישן, משיחישן בית־המיקדש.
די מלאָכה פֿון אַ גוטן שרײַבער קאָן זײַן פּונקט אַזוי קאָמפּליצירט, ווי די עבֿודה פֿונעם משכּן־בויען. דאָס עכטע שעפֿערישע שרײַבן פֿאָדערט אַ סך פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן: ווערטער, אויסדרוקן, סטילן, זשאַנערס, פֿאַררופֿונגען אויף אַנדערע טעקסטן. אין אונדזער פּרשה שטייט געשריבן, אַז משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן — לאַוו־דווקא צדיקים.
אינעם גאָר אינטערעסאַנטן ספֿר „סוד ברית יצחק‟ דערקלערט רבי יצחק קראַסנאָפּאָליער, אַז עס טרעפֿן זיך אויך „צדיקים בבחינה אַחת‟ — מענטשן, וואָס זענען בדרך־כּלל נישט פֿרום, נאָר אין אַ געוויסן אַספּעקט זענען זיי דווקא גרויסע צדיקים. אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן אַ סך ייִדן נאָך דער רעוואָלוציע אויפֿגעהערט צו מלן זייערע קינדער, נאָר שטאַרק געהיט די ייִדישע שפּראַך. הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו, אַ דורכנעמענדיק שאַרפֿער און טיפֿער חסידישער דענקער, האָט זיי פֿאַרטיידיקט און באַטאָנט, אַז הגם דעם פֿיזישן ברית האָבן יענע ייִדן, נעבעך, פֿאַרלאָזט, היטן זיי ווײַטער אָפּ דעם ברית־הלשון.
דעם 26סטן טאָג אין אָדר ראשון, וואָס פֿאַלט אויס דעם הײַנטיקן מוצאי־שבת, איז מיט 160 יאָר צוריק אינעם אוקראַיִנישן שטעטל פּעריאַסלעוו געבוירן געוואָרן שלום ראַבינאָוויטש, באַקאַנט אין דער גאַנצער וועלט אונטערן פּסעוודאָנים שלום־עליכם. וועגן זײַן ריזיקן בײַשטײַער אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז איבעריק צו רעדן, בפֿרט שרײַבנדיק פֿאַר די לייענער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. דערציילן וועל איך אַן אַנדער מעשׂה.
כ׳בין איין מאָל אַרײַן אין אַ פֿרומער ברוקלינער ביכער־קראָם, וווּ עס ווערן, אַחוץ די ספֿרים, פֿאַרקויפֿט אַ סך וועלטלעכע ייִדישע ביכער. לכל־הפּחות, זענען דאָרטן מיט 20 צוריק געשטאַנען גאַנצע פּאָליצעס „טרייף־פּסולע‟ סחורה. כּדי נישט צו טרײַבן רכילות, זאָג איך נישט אויס דעם אַדרעס.
ווען איך האָב געבלעטערט אַבֿרהם סוצקעווערס געזאַמלטע ווערק, האָט אַן אַנדער קונה, אַ חסיד מיט פּאות, אָנגעהויבן שרײַען אויף קולות — אַוודאי, אויף ייִדיש — אויפֿן בעל־הבית.
וואָס פֿאַר אַן אומגליק האָט זיך מיט אים געטראָפֿן? דער חסיד האָט באַמערקט אויף דער פּאָליצע אַ בוך פֿונעם „עכטן שמדניק ימח־שמו‟ — שלום־עליכם. דעם אמת געזאָגט, האָט דאָס בוך בײַ מיר אויך אַרויסגערופֿן אַ פּריקרע געפֿיל, צוליב גאָר אַן אַנדער סיבה: ס׳איז געווען אַן אומגעלומפּערטע איבערזעצונג אויף „איווריט‟, דעם מאָדערנעם העברעיִש.
פֿון דעסט וועגן, האָבן שלום־עליכמס ווערק צוגעצויגן טויזנטער ייִדן צו דער טראַדיציאָנעלער היימישער ייִדישקייט. פֿון אַ סך באַקאַנטע מײַנע, בעל־תּשובֿות, האָב איך געהערט, אַז קיין מאָדערנע ענגלישע צי העברעיִשע ישיבֿה איז נישט מסוגל אײַנצופֿלאַנצן אַזאַ נשמה־פֿאַרבינדונג צום עכטן ייִדישן לעבן, ווי די ווערק פֿון וועלטלעכע ייִדישע שרײַבער, מיט שלום־עליכמען בראָש. אין זײַנע איראָנישע, סקעפּטישע באַשרײַבונגען פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל שפּירט זיך אַלעמאָל אַ וואַרעמע סימפּאַטיע און נאָסטאַלגיע — און נישט ווייניק תּורה־חכמה.
צי האָבן שלום־עליכם און אַנדערע אונדזערע קלאַסיקער זיך באַטייליקט אינעם משיחישן פּראָצעס, אינעם בויען דעם מיסטישן משכּן אָדער בית־המיקדש אין הימל? שלום־עליכם וואָלט זיכער אויסגעלאַכט אַזעלכע געדאַנקען — מיט אַ חנעוודיקן איראָנישן טאָן, פֿאַרשטייט זיך. זאָל דער רבונו־של־עולם מיר מוחל זײַן פֿאַר אַזאַ דרייסטער מחשבֿה, נאָר דאַכט זיך מיר, אַז משיח אַליין וואָלט הנאָה געהאַט פֿון שלום־עליכמס איראָניע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.