ישׂראלים זענען אַ סך געזינטער ווי די אַמעריקאַנער

Israelis Are A Lot Healthier Than Americans

Wikimedia Commons

פֿון גייב פֿרידמאַן (ייִט׳׳אַ)

Published February 28, 2019.

ישׂראל איז דאָס 10־געזינסטע לאַנד אויף דער וועלט און אַמעריקע — דאָס 35סטע.

די סטאַטיסטיק איז אַ רעזולטאַט פֿון אַן אַנאַליז דורכגעפֿירט פֿון דער נײַעס־אַגענטור „בלומבערג‟, וואָס האָט פֿאַרגליכן די געזונט־סטאַנדאַרטן אין 169 לענדער. מע האָט, למשל, פֿאַרגליכן ווי לאַנג עס לעבט דער דורכשניטלעכער בירגער אין יעדן לאַנד, ווי גרינג עס איז צו זען אַ דאָקטער, די קוואַליטעט פֿון די שפּיטאָלן, ווי איבערוואָגיק עס איז די באַפֿעלקערונג און וויפֿל מע רייכערט.

„בלומבערג‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די אַזוי־גערופֿענע „מיטלענדישע דיעטע‟ איז אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר: עטלעכע לענדער, אַרײַנגערעכנט שפּאַניע (דאָס געזינטסטע לאַנד אויף דער וועלט), איטאַליע (2# אויף דער רשימה) און ישׂראל האָבן אַזעלכע געזונטע באַפֿעלקערונגען.

לויט אַ שטודיע, וואָס „בלומבערג‟ דערמאָנט אין איר אַנאַליז, האָט מען אַנטדעקט אַז די וואָס עסן אַ מיטלענדישע דיעטע, צוזאַמען מיט איילבערט־בוימל און ניס, לײַדן פֿון ווייניקער האַרצפּראָבלעמען און מוח־אַטאַקן, ווי די, וואָס פֿאָלגן נישט בלויז אַזאַ דיעטע.

די פֿאָרשער האָבן אויסגערעכנט די צען געזינטסטע לענדער אַזוי: שפּאַניע, איטאַליע, איסלאַנד, יאַפּאַן, די שווײץ, שוועדן, אויסטראַליע, סינגאַפּאָר און נאָרוועגיע.

איינע פֿון די הויפּט־סיבות, פֿאַר וואָס אַמעריקע פֿיגורירט אויפֿן 35סטן אָרט, איז די אַמעריקאַנער דיעטע. לויט דער סטאַטיסטיק פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, זענען 40% אַמעריקאַנער, דאָס הייסט מער ווי 130 מיליאָן מענטשן, איבערפֿעט און 60% — אַן ערך 195 מיליאָן מענטשן — וועגן מער ווי זיי וואָלטן באַדאַרפֿט.