הײַיאָר, ווען דעם 20סטן יאַנואַר אין אָוונט האָט זיך אָנגעהויבן דער חמישה־עשׂר־בשבֿט, האָבן די תּושבֿים פֿון אַמעריקע געקאָנט אָבסערווירן אַ זעלטן אַסטראָנאָמיש געשעעניש: אַ פֿולע ליקוי־לבֿנה. די לבֿנה, וועלכע איז דעמאָלט געווען באַזונדערס נאָענט צו דער ערד און אויסגעזען אומגעוויינטלעך גרויס, איז במשך פֿון אַ שעה און צוויי מינוט געוואָרן אינגאַנצן רויט.
לכּבֿוד דעם דאָזיקן זעלטענעם הימלישן פֿענאָמען האָט דער ראַבינער דוד זײַדענבערג, אַ פּראָמינענטע פֿיגור אין דער ייִדישער התחדשות־באַוועגונג (Jewish Renewal) און דער גרינדער פֿון דער וועבזײַט NeoHasid.org, צוגעטראַכט אַ ספּעציעלן נוסח פֿונעם חמישה־עשׂרדיקן סדר און פֿאַרעפֿנטלעכט עס מיט אַ חודש צוריק ווי אַ טייל פֿונעם אינטערנעץ־פּראָיעקט „דער אָפֿענער סידור‟.
בײַ אַ סך ספֿרדים און אין אַ טייל חסידישע קהילות פּראַוועט מען חמישה־עשׂר־בשבֿט אַ לאַנגע סעודה מיט פֿיר כּוסות רויטן און ווײַסן ווײַן. בײַם עסן געוויסע מינים פֿרוכטן און תּבֿואה זאָגן מען ספּעציעלע תּפֿילות. דער דאָזיקער מינהג, דורכגעזאַפּט מיט קבלה־סימבאָליזם, איז געוואָרן פּאָפּולער צווישן די „רעניואַליסטן‟ און נעאָ־חסידים, וועלכע אַסאָציִיִרן עס מיט דער נאַטור און סבֿיבֿה־אַקטיוויזם. דער עיקר־חידוש פֿון זײַדענבערגס נוסח איז די ברכה „עושׂה מעשׂה בראשית‟, וואָס מען זאָגט געוויינטלעך ווען מע זעט אַ בליץ; אין דעם פֿאַל – די ליקוי־לבֿנה. דער מחבר האָט אויך צונויפֿגעשטעלט אייגענע תּפֿילות און פּירושים אויף ענגליש. אַ דאַנק אַהרן וואַראַדי, דעם גרינדער פֿונעם „אָפֿענעם סידור‟, האָט יעדער מענטש געקאָנט אַראָפּלאָדן דעם חידושדיקן נוסח אין אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט און אָפּדרוקן דערפֿון אַן אייגן ספֿרל.
דאָס איז בלויז איין בײַשפּיל פֿון די מאַטעריאַלן, וואָס וואַראַדי האָט געזאַמלט אויף זײַן וועבזײַט Opensiddur.org. דער געדאַנק איז בעצם אַ פּשוטער און אַ חנעוודיקער. אַ סך מענטשן האָבן ליב צו מאַכן פֿאַרשיידענע זאַכן אַליין – קליידער, הײַזער, אויטאָס און קאָמפּיוטערס. אויף ענגליש איז אַזאַ טעטיקייט באַקאַנט ווי DIY (ראָשי־תּיבֿות פֿון „מאַך עס אַליין‟). אין דער קאָמפּיוטער־וועלט זענען הײַנט זייער פּאָפּולער פֿאַרשיידענע איניציאַטיוון פֿון פֿרײַ־צוטריטלעכע פּראָגראַמען, וואָס יעדער בקי קאָן אַליין איבערמאַכן אָדער אויסנוצן פֿאַר זײַנע אייגענע פּראָיעקטן. אַ גלענצנדיקער מוסטער פֿון אַזאַ צוגאַנג איז די אָפּעראַציאָנעלע סיסטעם Linux. די זעלבע שיטה קאָן מען אויך אָנווענדן צו רוחניותדיקע ענינים. דאָס דאַוונען קאָן דאָך זײַן לעבעדיק, פֿרײַ און שעפֿעריש!
אויף וואַראַדיס וועבזײַט זענען געזאַמלט כּלערליי אַלטע סידורים, אַרײַנגערעכנט די תּפֿילה־זאַמלונגען פֿון די קראָים און שומרונים. פֿון וואַנען האָבן זיך בכלל באַקומען אין דער וועלט פֿאַרשיידענע נוסחאָות פֿון סידורים? אַוודאי, האָט זיי עמעצער געשאַפֿן – צומאָל אַ גאַנצע עדה במשך פֿון הונדערטער יאָרן, צומאָל אַ געוויסער יחיד. אַ סך באַרימטע חסידישע צדיקים האָבן צוגעטראַכט פֿאַר זיך פּערזענלעכע וואַריאַנטן פֿון סידורים – שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס אַלע חסידישע סידורים אין אַלגעמיין שטעלן מיט זיך פֿאָר חידושדיקע קאָמבינאַציעס פֿון אַשכּנזישע און ספֿרדישע עלעמענטן; צוליב דעם הייסן זיי דאָך נוסח־ספֿרד.
אויף דער וועבזײַט פֿונעם פּראָיעקט קאָן מען זיך באַקענען מיטן נוסח, מיט וועלכן די ענגלישע ייִדן האָבן זיך באַנוצט אינעם 13טן יאָרהונדערט; מיט די פֿריִיִקע דײַטשישע רעפֿאָרמער נוסח־עקספּערימענטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט; און אַפֿילו מיט אַ גריכישער סידור־איבערזעצונג פֿון 1885.
נישט לאַנג צוריק, אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָט וואַראַדי געשאַפֿן זײַן אייגענעם נוסח פֿון קבלת־שבת און דער ערשטער שבת־סעודה, „לבֿנת הספּיר‟. מע קאָן עס אַראָפּלאָדן פֿון דער וועבזײַט אָדער קויפֿן גרייטערהייט ווי אַ ספֿר אויף וואַראַדיס אינטערנעץ־קראָם, Dimus.Parrhesia.Press. זײַן ספֿר אויף 222 זײַטן איז פֿול מיט מיסטישע סימבאָלן, מאָדערנע און אַלטע קונסטווערק פֿון אַרום דער וועלט, בילדער פֿון דער נאַטור און אַפֿילו פֿראַגמענטן פֿונעם אוראַלטן „ספֿר חנוך‟ אויף אַראַמיש, אַלט־עטיאָפּיש (געעז) און גריכיש.
אינעם שמועס מיטן פֿאָרווערטס האָט וואַראַדי דערקלערט, אַז ער אַליין איז נישט קיין מיטגליד פֿון דער „רעניואַליסטישער‟ באַוועגונג. ער האָט זיך געלערנט אינעם ניו־יאָרקער נישט־דענאָמינאַציאָנעלן „מכון הדר‟ און באַקומען זײַן מאַגיסטער אינעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ אין ניו־יאָרק, אָבער אין וועלכער־ניט־איז קאָנקרעטער ייִדישער דענאָמינאַציע וויל ער זיך נישט אָנשליסן. הײַנט וווינט ער אין זײַן היימשטאָט, סינסינעטי.
זײַן פּראָיעקט האָט ער פֿאַרווירקלעכט, כּדי צו העלפֿן אַנדערע מענטשן שאַפֿן אייגענע פּערזענלעכע תּפֿילה־זאַמלונגען. איצט אַרבעט אויף דער וועבזײַט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם, וואָס דערמעגלעכט יעדן רעגיסטרירטן באַזוכער צונויפֿצושטעלן אַן אייגענעם סידור.
מיט עטלעכע יאָר צוריק, ווען וואַראַדי האָט צונויפֿגעשטעלט אַ נײַע קריטישע אויסגאַבע פֿון „מגילת אַנטיוכוס‟, באַגלייט מיט אַן איבערזעצונג אויף ענגליש, לשון־קודש און ייִדיש, האָט ער באַשלאָסן צו עפֿענען זײַן אינטערנעץ־קראָם. דער עצם־טעקסט פֿונעם בוך איז פֿרײַ צוטריטלעך ווי אַ טייל פֿונעם „אָפֿענעם סידור‟.
אינעם שמועס האָט וואַראַדי צוגעגעבן, אַז ייִדן זענען הײַנט געוואָרן אַ פֿילשפּראַכיק פֿאָלק און זאָלן אַרויסווײַזן זייער שעפֿערישקייט אויף אַלע שפּראַכן. ייִדיש בכלל און דעם „פֿאָרווערטס‟ בפֿרט האַלט ער פֿאַר אַן עכטן אוצר!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.