אין יעדן שטעטל, אין יעדער שטאָט, האָט מען אַ ביסל אַנדערש געפּראַוועט דעם יום־טובֿ פּורים. אין אירע זכרונות פֿונעם רומענישן שטעטל סטעפֿאַנטעשט דערציילט גיטע שטערנבערג, אַז די טראַדיציע פֿון שלח־מנות האָט געגעבן די ווײַבער אַ געלעגנהייט זיך צו באַרימען מיט זייער באַקן. נישט בלויז המן־טאַשן האָט מען געבאַקן, נאָר אויך פֿאַרשיידענע שטרודלען, פּאַנדישפּאַן - pain d’Espagne, פֿלאָדן, האָניק־לעקעך און צוקער־לעקעך (pound cake). צו דער פּורים־סעודה האָט מען געגעסן אינדיק, ווי בײַם אַמעריקאַנער „דאַנקטאָג‟. די מאַסקירטע קינדער זענען נאָך דער סעודה געגאַנגען פֿון הויז צו הויז און געזאַמלט געלט. שטערנבערג שרײַבט, אַז פֿאַר די אָרעמע קינדער איז דאָס אַ מאָל געווען די איינציקע געלעגנהייט אַרײַנצוקומען אין אַ פּריציש הויז און זען ווי „די אַנדערע העלפֿט‟ לעבט.
אָבער נישט בלויז קינדער פֿלעגן זיך פֿאַרשטעלן. דערוואַקסענע האָבן עס אויך געטאָן, נישט צו זאַמלען געלט, נאָר סתּם צו פֿאַרברענגען, זייערע פֿרײַנד זאָלן טרעפֿן ווער ס’איז הינטער די מאַסקעס. מע דערציילט אין מײַן משפּחה, אַז די באָבע ליפֿשע און זיידע בנימין זענען געגאַנגען פֿאַרשטעלט צו זייערע גוטע־פֿרײַנד און מ’האָט באַלד געטראָפֿן, אַז ס’איז ליפֿשע. ווי אַזוי? פֿון איר גרויס געזעס!
אין סטעפֿאַנעשט איז דער הויכפּונקט פֿון פּורים געווען דער פּורים־מאַסקנבאַל; אַ בענעפֿיט לטובֿת דער אָרטיקער ציוניסטישער באַוועגונג. דאָס גאַנצע שטעטל איז געקומען אויף דעם און ס’איז געוואָרן אַ זעלטענער מאָמענט פֿאַר דער יוגנט זיך צו באַקענען און צו פֿלירטעווען.
אין גאַנצן אַנדערש האָט מען געפּראַוועט פּורים אין דער גרעסערער שטאָט לובלין. הרבֿ יהושע שפּעטמאַן שרײַבט אין זײַנע זכרונות („בגילופֿין: פֿאַרגאַנגענע וועלטן‟) וועגן דער חסידישער וועלט בײַ אים, אַז באַלד נאָכן לייענען די מגילה ערבֿ־פּורים האָט „איציקל קונדס‟, אַ יונגער חסיד, אַן ערך 20 יאָר אַלט, איבערגענומען די קאָמאַנדע פֿון די ייִנגלעך און זיי באַפֿוילן אים צו ברענגען משקה. בײַ די חסידים איז פּורים אַ פֿריילעכער יום־טובֿ פֿון צוויי טעג (דעם 16טן און 17טן טאָג אין אָדר), און מע דאַרף האָבן גענוג משקה, עס זאָל סטײַען אויפֿן גאַנצן יום־טובֿ.
די קינדער זענען אַרומגעלאָפֿן איבער דער גאַנצער שטאָט און צוריקגעברענגט וואָס זייער אָנפֿירער איציקל האָט בײַ זיי געפֿאָדערט. זיי האָבן שוין געוווּסט וווּ, אין וועלכע שופֿלאָדן אין יעדער שיל מע האַלט דעם יש. און וואָס שייך עסן? צו שפּעטמאַנס זיידע האָט איציקל געזאָגט, אַז זײַן פֿרוי דאַרף צוגרייטן אַ קוגל פֿופֿציק איילן אין דער לענג: אַ זכר אויף המנס תּליה.
אין דער גאַליציאַנער שטאָט צאַנדז האָט די אַלטע פּורים־שפּיל־טראַדיציע נאָך געלעבט ערבֿ דעם חורבן. די פֿאָלקלאָר־זאַמלער פֿאַרן ייִוו״אָ האָבן דאָרט געפֿונען אוצרות. מע דאַרף געדענקען, אַז בלויז אַ קליינער טייל פֿון די פּורים־שפּילן האָבן איבערגעגעבן די מעשׂה פֿון פּורים. מער פּאָפּולער אין געוויסע געגנטן, למשל, איז געווען די מכירת־יוסף שפּיל. אין צאַנז האָבן די שפּילער געשטעלט אַ פּיעסע מיט בלויז צוויי אַקטיאָרן — „דער חכם און דער נאַר‟. דער חכם איז קלוג, אָבער האָט נישט קיין געלט. דער נאַר איז רײַך, אָבער ־ אַ נאַר. די שפּיל איז בעצם געװען אַ וויכּוח וועגן דעם ענין — וואָס איז מער כּדאַי, חכמה צי געלט? צום סוף זענען ביידע מסכּים, אַז ס’איז גוט צו האָבן ביידע, סײַ חכמה, סײַ געלט.
דער נאַר פֿאַרענדיקט די שפּיל מיט די ווערטער:
איך וויל דיר געבן זייער פֿיל געלט,
און דו זאָלסט מיך לערנען וואָס ס’טוט זיך אויף דער וועלט.
וועלן מיר ביידע זײַן קלוג און רײַך.
דאָס איז דאָך דאָס בעסטע פֿאַך.
וויפֿל מײַן פֿאַרמעגן באַטרעפֿט,
וועלן מיר ביידע מאַכן אַ געשעפֿט.
איצט וועלן מיר ביידע זײַן אַ פּאָר,
ווײַל דײַנע רייד זענען זייער וואָר.
אַז דעם נאַר איז אַלע מאָל זייער ענג,
אַ נאַר איז ערגער ווי אַ קרענק.
לעאָן אַבלעזער דערמאָנט זיך אינעם „ספֿר סאַנץ‟ וועגן דעם יום־טובֿ בײַ זיי אין האַנוסאָווע, אַ שטעטל לעבן צאַנז. מע האָט אַזוי פֿיל געטרונקען, אַז איינער האָט זיך אויסגעשטרעקט אויף דער פּאָדלאָגע און איז אײַנגעשלאָפֿן. האָט מען גענומען אַ ווײַסן לײַלעך און אים צוגעדעקט אין גאַנצן און צו קאָפּנס אָנגעצונדן צוויי גרויסע ליכט, אים מספּד געווען, עלעהיי ער איז ניפֿטר געוואָרן.
דער גאַנצער עולם איז געוואָרן טויט שיכּור און מע האָט זיך אַלע אַרײַנגעזעצט אין פֿיר, פֿינעף שליטנס און געפֿאָרן פֿון שטעטל צו שטעטל, אַרײַנשלעפּנדיק אין דער באַנדע נאָך און נאָך ייִדן. איין ליד וואָס דער מחבר געדענקט וואָס מע האָט געזונגען אויפֿן וועג:
גייט די ייִדעלעך — ייִדעלעך שלעכט,
פֿאָרן זיי צום רבין ־ פֿאָרן זיי צום רבין.
ייִדעלעך, ייִדעלעך פֿאָרט אַהיים — ס’וועט שוין וואַקסן קאָרן.
ייִדעלעך, ייִדעלעך פֿאָרט אַהיים — ס’וועט שוין וואַקסן קאָרן.
לויט דעם שרײַבער האָט מען געפּראַוועט פּורים נישט איין טאָג, נישט צוויי טעג, נאָר גאַנצע דרײַ טעג. דאָס הייסט אַ יום־טובֿ!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.