גאַנץ אָפֿט הערן מיר ס’וואָרט „ייִדישלאַנד‟ און מיר ווייסן באַלד וועגן וואָס עס רעדט זיך: אַ דערשײַנונג אַרום ייִדיש־לשון, וואָס איז יונג, פֿריש און אַ קאַפּיטשקע קאָסמאָפּאָליטיש־משוגע.
ס’איז פֿאַראַן, פֿאַרשטענדלעך, דאָס קלאַסישע ייִדישלאַנד וואָס נעמט אַרום ס’ייִדישע לעבן, רעדנערס און שאַפֿערס פֿון אַמאָל. איצט אָבער ווילן מיר זיך פֿאַרטיפֿן אין דעם ייִדישלאַנד וואָס האָט זיך מן־הסתּם אָנגעהויבן אַנטווקילען אין די 70ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט, גאַנץ נאָענט צו דעם כּליזמר־רענעסאַנס אין אַמעריקע און איבעראַל. ס’גייט דאָ אַ רייד וועגן אַ נאָך־מלחמהדיקן דור, וואָס איז אַרויף אויף דער סצענע טאַקע אין די 1970ער יאָרן, אַ דור וואָס איז אייגנטלעך טעטיק אויף פֿאַרשידענע געביטן, ביז הײַנטצוטאָג. אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן, האָבן זיך צו אים צוגעטוליעט נײַע און ייִנגערע דורות, אָבער ניט אויסשליסנדיק פֿאָרשטייער פֿון עלטערן דור, וואָס האָבן פֿון דאָס נײַ זיך פֿאַרליבט אין זייער מאַמע־ אָדער באָבע־לשון. פֿעסטיוואַלן, אינטענסיווע זומער־קורסן, ייִדישע שאַפֿונג, כּליזמר־קאַפּעליעס, אַשכּנזישע טענץ און מאכלים — די אַלע געביטן וועלכע דערגאַנצן זיך קעגנזײַטיק — פֿאַרנעמען הײַנט אַ בּכבֿודיקן אָרט, אַ סימבאָלישער און ווירטועלער, אין דער גײַסטיקער איבערלעבונג וואָס מיר באַצייכענען ווי ייִדישלאַנד.
ווער האָט געהערט וועגן דעם באַגריף?
אַזוי ווי מ’האָט קיין אַנקעטע ניט דורכגעפֿירט דערוועגן, שטיץ איך זיך אויף מײַן דערפֿאַרונג און אינטויִציע. מײַן רושם איז, אַז די מערהײט באַטייליקטע אין דעם פּראָצעס ווייסן ניט וועגן דעם הײַנטיקן קיום פֿון ייִדישלאַנד אין פֿאַרשידענע לענדער. ווער ס’באַטייליקט זיך אין ייִדיש־קורסן און פֿעסטיוואַלן דערלויבט זיך הײַנט, מער ווי פֿריִער, אַרויסזאָגן דאָ און דאָרט אַ ייִדיש ווערטל אָדער וויץ, אָבער דער גלאָבאַלער באַטײַט פֿון ייִדישלאַנד מיינט ניט פֿאַר זיי עפּעס ספּעציעלס.
פֿון איין זײַט קאָן מען זאָגן: נו, איז וואָס? העיקר, אַז עס טוט זיך עפּעס. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען אָבער טראַכטן, אַז אויב די מענטשן וואָלטן יאָ געפֿילט אַ ממשותדיקע אָנגעהעריקייט צו דער ייִדישלאַנד־חבֿרה, וואָלט עס פֿאַרשטאַרקט די דאָזיקע דערשײַנונג און געקאָנט דערנענטערן אַנדערע אוהבֿי־ייִדיש. יאָ, עס איז פֿאַראַן אַ פּראָצענט ייִדיש־געטרײַע אָנהענגערס, וועלכע פֿאָרן אין אַנדערע לענדער, באַטייליקן זיך אין אונטערנעמונגען, קניפּן אָן פֿאַרבינדונגען מיט פרײַנד פֿון דער גאָרער וועלט. פֿאַר די אָ ענטוזיאַסטן איז דער באַגריף ייִדישלאַנד אַ דײַטלעכער און ממשותדיקער. די בײַ וועלכע ייִדישלאַנד איז טאַקע יאָ אַ לעבעדיקער יש, קאָנען טענהן, אַז עס רעדט זיך ניט נאָר וועגן אַ לאָקאַלער, היימישער דערשײַנונג, נאָר וועגן אַ לעבעדיקן שטראָם, הגם אַ קליינער, וואָס פֿליסט צווישן לענדער און קאָנטינענטן, און קאָן זיך נאָך מער און מער אַנטוויקלען. שטעלט זיך די פֿראַגע: בײַ די וועלכע ייִדישלאַנד דערוועקט שטאַרקע, פּאָזיטיווע עמאָציעס און נײַגער צו לערנען, פֿאַר וואָס זאָלן זיי ניט אָנשטעקן אַנדערע מיט זייער אמונה? ווי אַזוי קענען זיי אַרײַנציִען אַנדערע אין דער ראָד פֿון ייִדישלאַנד?
אַ סוף צו אידעאָלאָגיעס!
ווי געוויס, האָט אין ישׂראל יאָרן לאַנג געפֿלאַקערט אַ שפּראַכנקאַמף צווישן העברעיִסטן און ייִדישיסטן. ייִדיש איז געווען פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשידענע אידעאָלאָגיעס פֿון בונדיסטן, ציוניסטן, קאָמוניסטן, טעריטאָריאַליסטן אאַז”וו. די חסידים פֿון יעדן שטראָם האָבן אײַנגעלייגט וועלטן, כּדי צו באַווײַזן אַז זייער אמת איז אַן אַבסאָלוטער און אַלץ געטאָן צו ווירקן אויף דער אַרומיקער סבֿיבֿה. אידעאָלאָגיעס האָבן אָבער הײַנט באַנקראָטירט. לעבט מען אין אַ פּאָסט־מאָדערניסטישער אַטמאָספֿער, וווּ ס’איז בכלל ניט פֿאַראַן קיין אָנגענומענעם „אמת‟. צוליב דעם וואָס מ’וויל זיך פֿירן פּאָליטיש קאָרעקט מײַדט מען אויס בפֿרהסיא אָפֿענע רײַבונגען און קאָנפֿראָנטאַציעס. און אין ליבעראַלן ייִדישלאַנד איז עס ניט אַנדערש. ווי דאָ איז פֿאַראַן אַן אָרט פֿאַר ייִדן און אויך ניט־ייִדן, איז ניט באַקוועם צו באַהאַנדלען פֿראַגעס פֿון רעליגיע, ייִדישן קיום און ייִדישן גורל. ניט־ייִדן וועלכע קומען זיך לערנען ייִדיש טוען עס, בדרך־כּלל, צוליב דער שפּראַך גופֿא, איר מוזיק און ליטעראַטור. דער ייִדישער קיום, זײַן באַטײַט און צוקונפֿט איז נישט דער עיקר. אויב אָבער די כּוונה איז צו פֿאַרשטאַרקן די השפּעה פֿון ייִדישלאַנד אויף אַנדערע טיילן פון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס ווייסט נאָך ניט ווי מען עסט אים, מוז מען זיך דערגרונטעווען צו דעם געדאַנקען־גאַנג פֿון ייִדישלאַנד, עס אויספֿאָרשן און אויף ס’נײַ פֿאָרמולירן. דער נײַער דור ייִדישע שרײַבער ווי, למשל, באָריס סאַנדלער, פּראָפֿ’ דוד כּ״ץ, משה לעמסטער, אַני הקטן און אַנדערע, קאָנען שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע בײַם אויפֿקלערן וועלכע דאַרפֿן זייַן די הויפּטצילן פֿון ייִדישלאַנד און ווי אַזוי עס פֿאַרפֿעסטיקן.
בײַ אונדז אין ישׂראל דערשײַנט שוין עטלעכע יאָר דער בולעטין „וואָס, ווען און וווּ?‟ געפֿירט מיט געניטקייט דורך בעלאַ בריקס קלײַן. ווען איר קוקט אַרײַן אין בולעטין און דערזעט די רײַכע צאָל אונטערנעמונגען איבערן גאַנצן לאַנד — ייִדיש־קורסן, קאָנצערטן און לעקציעס — איז עס ממש אַ מחיה. דערצו דאַרף מען דערמאָנען די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, מיט שׂרה זיוו און יהודית סולל (סאָלעל) בראש, וועלכע שטיצט אַ היפּשע צאָל אונטערנעמונגען. באַקומט זיך אַ פֿילפֿאַרביק בילד אַז „ייִדיש לעבט‟. נאָר צוליב די פֿריִער אויסגערעכנטע סיבות, איז עס אַ קאַפּיטשקע פֿאַרפֿירנדיק. דער פֿאַקט איז, אַז די אַרומיקע ישׂראל־געזעלשאַפֿט האָט אַ קנאַפּע אַנונג פֿון וואָס עס קאָכט זיך אין אונדזער ייִדיש־וועלטל.
אַחריות פֿאַר אונדזער קיום און קולטור
אין מײַנעם אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך באַשריבן צוויי סתּירותדיקע צוגאַנגען לגבי דעם צוקונפֿטיקן פּוילישן מוזיי געווידמעט דער וואַרשעווער געטאָ און געשטעלט די פֿראַגע, פֿאַר וואָס שווײַגט דער ייִדיש־סעקטאָר און מ’הערט ניט זײַן אייגנאַרטיקן קול אויך לגבי אַקטועליע און ברענענדיקע ענינים? דער אָ סעקטאָר, וואָס איז גאַנץ גענוי אַסאָציִיִרט מיט ייִדישלאַנד, האָט דערווײַל, צום באַדויערן, קיין אייגן קול נישט. און דער מצבֿ איז נישט ווײַל אַ דרויסנדיקער פֿאַקטאָר האָט עס אויף די ייִדישיסטן אַרויפֿגעצוווּנגען, אלא ווײַל ס’איז באַקוועמער צו לאָזן די זאַכן סטיכיש אָנגיין. באַקוועמלכקייט קאָן ניט זײַן די הויפּט־קריטעריע. די פֿראַגע איז, ווער וועט אויף זיך נעמען די אחריות, כּדי דער קלאַנג פון ייִדישלאַנד זאָל זיך דערטראָגן אומעטום און זײַן השפּעה אויפֿן ייִדישן קיום זאָל ווערן מער באַדײַטיק?
המשך קומט
_אַ קאָנפֿערנעץ וועגן דעם באַגריף ייִדישלאַנד וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 17טן מאַרץ, 18:00 אויפֿן אַדרעס https://zoom.us/j/649350949.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.