סאַפּרי סאַלע, אַ לעבעדיקער פּאַרשוין מיט אַ האַרציק פֿרײַנדלעך געלעכטער, האָט לעצטנס געמאָלדן אַז די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון זײַן אינדאָנעזיש־העברעיִש העברעיִש־אינדאָנעזיש װערטערבוך, פּובליקירט אין 2018, איז אין װײניקער װי איין יאָר אויספֿאַרקויפֿט געװאָרן.
דער פּראָיעקט אַרויסצוגעבן דאָס ווערטערבוך האָט זיך געצויגן צען יאָר לאַנג. נישט געקוקט אויף דער שאַרפֿער קריטיק מצד זײַנע פּאָליטישע קעגנער, ניצט סאַלע זײַן „מילון הראשון‟ ווען ער לערנט לשון־קודש און מאָדערנעם העברעיִש מיט זײַנע סטודענטן אין דזשאַקאַרטע, אינדאָנעזיע.
דער אויסדרוק בײַ אים אויפֿן פּנים ווערט אָבער ערנסט ווען ער הייבט אָן רעדן וועגן די שוועריקייטן וואָס ער האָט מיטגעמאַכט בײַם צונויפֿשטעלן דאָס ווערטערבוך. די גרעסטע פּראָבלעם איז געווען דאָס איבערזעצן טערמינען פֿון העברעיִש אויף באַהאַסאַ, די אָפֿיציעלע שפּראַך אין אינדאָנעזיע, און פֿון באַהאַסע אויף העברעיִש ווײַל קיין מקורים וואָס פֿירן צונויף די צוויי שפּראַכן איז נישטאָ בנימצא. דערצו האָט סאַלע זיך אויסגעלערנט העברעיִש בלויז פֿון ביכער, איז דאָס לשון בײַ אים פֿאָרמעל, אָן די טערמינען פֿון דער הײַנטיקער רעדשפּראַך. טאַקע דערפֿאַר איז אים שווער געווען אויפֿצוכאַפּן די נואַנסן פֿון מאָדערנעם עבֿרית.
פֿון דער אַנדערער זײַט איז זײַן פֿליסיקייט אין אַראַביש אים שטאַרק צו ניץ געקומען ווײַל אַראַביש און העברעיִש זענען ביידע ענלעך אויף באַהאַסע — סײַ וואָס שייך דעם טאָן פֿון דער שפּראַך, סײַ וואָס שייך דער קולטור. „נעמט, למשל, דאָס ענגלישע וואָרט charity,‟ האָט ער געזאָגט. „אויף ענגליש הייסט עס אַ פֿרײַוויליקער אויסדרוק פֿון ברייטהאַרציקייט. דאָס העברעיִשע וואָרט ׳צדקה׳ באַטײַט אָבער אַ רעליגיעזן חובֿ — מע גיט געלט ווײַל מע מוז עס טאָן, נישט געקוקט אויף אײַער פֿינאַנציעלן מצבֿ. און די טערמינען אויף אַראַביש און באַהאַסאַ זענען טאַקע אַ סך נעענטער צום וואָרט ׳צדקה׳ איידער צו ׳charity’.‟
זײַן ליבשאַפֿט צו העברעיִש הייבט זיך אָן אין קאַיִר
סאַלע, וועלכע האָט פֿריִער געאַרבעט אינעם דיפּלאָמאַטן־אָפּטייל פֿון דער „יו־ען‟, ווי אויך אין דער אינדאָנעזישער לופֿטליניע־אינדוסטריע, האָט דערקלערט אַז זײַן אינטערעס צו העברעיִש און צו די ייִדן האָט זיך אָנגעהויבן אין 1992 בײַם שטודירן אַראַבישע ליטעראַטור בײַם „אַל־אַזשאַר אוניווערסיטעט‟ אין קאַיִר. „אַלץ וואָס איך האָב געלערנט אין שול איז געווען אַנטי־ייִד און אַנטי־ישׂראל,‟ האָט סאַלע געזאָגט. „אָבער ווען מע באַצייכנט אַ גאַנצע גרופּע מענטשן ווי שלעכטע, גלייב איך עס נישט. דורכן שטודירן אַראַביש האָב איך זיך דערוווּסט אַ סך וועגן דער אַראַבישער וועלט; האָב איך באַשלאָסן צו שטודירן העברעיִש כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן די ייִדן און ישׂראל.‟
צו ערשט האָט ער געבאָרגט בײַ אַ חבֿר אַ גראַמאַטיק־בוך פֿון דער צווייטער האַנט. „או וואַ!‟ האָט ער געזאָגט. „די פּראָנאָמען און דער סינטאַקס אין העברעיִש און אַראַביש זענען געווען אַזוי ענלעך אַז זיי האָבן מיר אויסגעזען ממש ווי צווילינג־שפּראַכן. און דעמאָלט איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר קען איך גאָר העלפֿן ברענגען שלום דורכן ציִען אַ פֿאַרבינדונג צווישן העברעיִש און באַהאַסאַ, וואָס באַשטייט טאַקע פֿון אַ סך אַראַבישע ווערטער.‟
אין 2005, וווינענדיק און אַרבעטנדיק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט סאַלע על־פּי־צופֿאַל אַנטדעקט נאָך אַ געלעגנהייט זיך צו לערנען העברעיִש, דאָס מאָל — דורך דער אינטערנעץ, ניצנדיק די פּראָגראַם eTeacher. איינער פֿון סאַלע ישׂראלדיקע לערערס האָט דערמעגלעכט אַ ווירטועלע טרעפֿונג צווישן סאַלע און אַן עגיפּטישן סטודענט, מוהאַמעד. די צוויי האָבן אָנגעקניפּט אַ פֿרײַנדשאַפֿט און אָנגעהויבן דורך סקײַפּ צו לייענען די תּורה צוזאַמען יעדן שבת. מיט דער צײַט האָט סאַלע פֿאַרלוירן דעם קאָנטאַקט מיט מאָהאַמעד אָבער ער לערנט זיך ווײַטער העברעיִש דורכן לייענען ישׂראלדיקע צײַטונגען און קוקן העברעיִש־שפּראַכיקע ווידעאָס אויף יוטוב.
גענוג פֿליסיק צו ווערן אַ לערער פֿון העברעיִש
סאַלע פּרוּווט נאָך מער צו פֿאַרבעסערן זײַן העברעיִש דורכן געבן העברעיִש־לעקציעס דרײַ מאָל אַ וואָך. זײַנע סטודענטן טרעפֿן זיך אינעם זעלבן בנין וווּ עס געפֿינט זיך די „אינדאָנעזישע קאָנפֿערענץ פֿאַר רעליגיע און שלום‟, אַ געזעלשאַפֿט געגרינדעט פֿון גוס דאָר, דער פּרעזידענט פֿון אינדאָנעזיע צווישן 1999 און 2001. ס׳רובֿ פֿון סאַלע׳ סטודענטן קומען אין קלאַס גלײַך נאָך דער אַרבעט אָבער דאַרפֿן וואַרטן אַ שעה ביז דער קלאַס הייבט זיך אָן. ס׳אַרט זיי אָבער נישט ווײַל, ווי זיי זאָגן אַליין, האָבן זיי געוואַרט גאַנצע צען יאָר ביז סאַלע זאָל פֿאַרענדיקן דאָס ווערטערבוך!
„נאָך דעם וואָס מע האָט זיי זינט די קינדעריאָרן אַרײַנגעקלאַפּט אין קאָפּ די אַנטי־ייִדן־פּראָפּאַגאַנדע, קומען אַ סך פֿון מײַנע סטודענטן אַרײַן אין קלאַס מיט שוין פֿעסטגעשטעלטע פּאָליטישע מיינונגען וועגן ישׂראל און די ייִדן,‟ זאָגט סאַלע. „פֿון דעסט וועגן זענען זיי אינטעליגענטע לײַט, פּראָפֿעסיאָנאַלן — געשעפֿטסלײַט, רעגירונג־באַאַמטע און אינטעלעקטואַלן, און זיי פֿאַרשרײַבן זיך אין מײַנע קלאַסן ווײַל זיי ווילן וויסן מער וועגן דער תּורה און דער ישׂראלדיקער קולטור, בפֿרט וואָס שייך דער ליטעראַטור און הײַ־טעק. און איך אַליין בין פֿאַראינטערעסירט אין העברעיִש שוין כּמעט אַ הונדערט יאָר!‟ שיסט ער אויס אין אַ פֿרײַנדלעכן געלעכטער.
ער גיט אָבער צו אַז אַ דאַנק זײַן שטודירן העברעיִש האָט זיך זײַן לעבן שטאַרק געביטן. „איך בין הײַנט אַ ביסל באַרימט געוואָרן אין דזשאַקאַרטאַ צוליב דעם וואָס איך בין אַ העברעיִש־לערער,‟ זאָגט ער. „דערצו קריגן זיי נאָך עפּעס פֿון מיר: איך בין תּמיד גרייט עפֿנטלעך צו דערקלערן אַז העברעיִש איז אַ שיינע שפּראַך.‟
דאָס ווערן אַ באַרימטע פּערזענלעכקייט איז אָבער קיין מאָל נישט געווען זײַן ציל, האָט ער צוגעגעבן. „איר ווייסט גאָר נישט וויפֿל מענטשן האָבן מיך געהאַט געוואָרנט: ׳קיינער וועט נישט אַרײַנקוקן אין דײַן ווערטערבוך. קיינער וועט זיך נישט לערנען קיין העברעיִש אין דעם לאַנד.׳ אָבער איך האַלט אַז מיט דער צײַט וועלן אינדאָנעזיע און ישׂראל מוזן געפֿינען אַן אופֿן צו רעדן איינער מיטן צווייטן. אפֿשר נישט אין מײַן דור, נאָר אין 10־20 יאָר אַרום… דורך מײַן ווערטערבוך און מײַנע העברעיִש־קלאַסן האָף איך צו בויען אַ בריק וואָס קען דערמעגלעכן אַ באַציִונג צווישן דער איינציקער ייִדישער מדינה אויף דער וועלט און דעם לאַנד מיט דער גרעסטער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג אויף דער וועלט. ס׳איז מיר אַ כּבֿוד צו האָבן דערגרייכט אַ זאַך וואָס מע האָט מיר געהאַט געזאָגט איז אוממעגלעך.‟
ברכה פֿינקעלשטיין שרײַבט איצט אַ בוך וועגן וווינונגען פֿאַר די גײַסטיק קראַנקע אין בראָנקס, נ״י.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.