דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש, ויקראָ. לויט דער מסורה, ווערן געוויסע אותיות פֿאַרשריבן אין דער ספֿר־תּורה גרעסער אָדער קלענער ווי געוויינטלעך. דער אות אַלף אינעם וואָרט „ויקראָ‟ – „און ער האָט גערופֿן‟ – ווערט פֿאַרשריבן מיט אַ קליינטשיקן אַלף.
דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, כּדי איבערצוגעבן אים, ווי אַזוי צו ברענגען פֿאַרשיידענע קרבנות. די חז״ל זאָגן, אַז צוליב זײַן ענווה האָט משה לכתּחילה געוואָלט אָנשרײַבן „ויקר‟ – „און ס׳איז געשען‟. זײַענדיק אַ באַשיידענער מענטש, האָט ער נישט געוואָלט אונטערשטרײַכן זײַן פּערזענלעכע ראָלע אין קבלת־התּורה. עס האָט זיך אַזוי געטראָפֿן, אַז דער רבונו־של־עולם האָט אים אַנטפּלעקט די תּורה־הקדושה, אָבער בלײַבן בלײַבט ער אַ קליינער מענטש. דער באַשעפֿער האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור פֿון משה רבינוס כּוונה – דערפֿאַר איז דער אַלף געבליבן אַ קליינער.
דווקא צוליב זײַן באַשיידנקייט האָט משה רבינו אַרויסגעוויזן אַן איניציאַטיוו און איבערגעלאָזט אין דער תּורה אַליין, מיטן אייבערשטנס רשות, אַ סימן פֿון זײַן אייגענעם געדאַנק. אַ באַשיידענער מענטש קאָן דאָך זײַן אַן אַקטיווער טוער מיט גאָר שאַרפֿע פּערזענלעכע דעות. אַדרבה, די פֿראַזע „לפֿי עניות דעתי‟ (in my humble opinion) דינט נישט זעלטן ווי אַ מין פּרעלודיע צו אַ וויכּוח און אַ מחלוקת.
דער הײַנטיקער שבת פֿאַלט אויס דעם 9טן טאָג פֿונעם חודש אָדר. ווען עס וואָלט געווען אַ וואָכנטאָג, וואָלטן געוויסע יחידים הײַנט געפֿאַסט אַ פּערזענלעכן „תּענית צדיקים‟. אין דער „מגילת תּענית‟ שטייט געשריבן, אַז דעם נײַנטן אָדר איז אויסגעבראָכן דאָס מחלוקת צווישן צוויי אָנגעזעענע גרופּעס תּלמידי־חכמים – בית־שמאי און בית־הלל.
די „מגילת תּענית‟ איז גאָר אַן אינטערעסאַנטער ספֿר, אַ כראָניק פֿון פֿאַרשיידענע וויכטיקע דאַטעס און געשעענישן. אָנגעשריבן אין דער צײַט, ווען דער בית־המיקדש איז נאָך געשטאַנען, איז עס איינער פֿון די עלטסטע אָפּגעהיטע ייִדישע דאָקומענטן נאָכן תּנ״ך. עס קאָן אָבער זײַן, אַז שפּעטערדיקע רעדאַקטאָרן האָבן צוגעשריבן געוויסע פֿראַגמענטן צום אָריגינעלן מאַטעריאַל. די ערשטע 12 פּרקים פֿון דער מגילה זענען אָנגעשריבן אויף לשון־תּרגום, און דער לעצטער, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער דערמאָנטער דאַטע – אויף לשון־קודש. הגם די חז״ל האָבן באַשלאָסן, אַז די „מגילת תּענית‟ איז בטל געוואָרן נאָכן חורבן־בית־המיקדש, טרעפֿן זיך נאָכן אַלץ אַ קליינע צאָל ייִדן, וואָס פֿאַסטן אין געוויסע דאַטעס לויט דעם דאָזיקן אוראַלטן ספֿר.
אין דער זעלבער צײַט שטייט געשריבן אין פּרקי־אָבֿות, אַז די קריגערײַ צווישן דעם בית־שמאי און בית־הלל איז געווען אַ מוסטער פֿון אַ מחלוקת לשם־שמים. די גרופּעס האָבן זיך צעקריגן נישט צוליב גאווה אָדער פּירסום, נאָר צוליב זייערע פֿעסטע, ערנסטע אָבער היפּוכדיקע הלכה־פּאָזיציעס.
שמאי הזקן און הלל הזקן האָבן געלעבט מיט איבער 2,000 יאָר צוריק. הלל האָט געדינט ווי דער נשׂיא, דער פֿאָרזיצער, און שמאי — ווי דער אָבֿ־בית־דין אינעם גרויסן סנהדרין. די קריגערײַ צווישן זיי און זייערע תּלמידים האָט זיך אָנגעהויבן צוליב חילוקי־דעות אין גאָר ספּעציפֿישע פּרטים. למשל, דער בית־הלל האָט מתּיר געווען צו ברענגען דעם יום־טובֿדיקן קרבן־חגיגה אין מיטן דעם יום־טובֿ; דער בית־שמאי האָט עס געאַסרט צו טאָן.
בדרך־כּלל, האָט הלל געגרינדעט אַ מער ליבעראַלע שיטה, אין פֿאַרגלײַך מיט שמאיס שטרענגן צוגאַנג. ס׳איז באַקאַנט דער פֿאַל מיט איינעם אַ גוי, וועלכער האָט געוואָלט זיך מגייר זײַן און געבעטן צו דערקלערן די גאַנצע תּורה „אויף איין פֿוס‟. שמאי האָט אים פּשוט פֿאַרטריבן בעת הלל האָט אַרויסגעזאָגט זײַן באַרימטע עטישע פֿאָרמולע: „וואָס דו ווילסט נישט פֿאַר זיך, טו נישט אַ צווייטן – דאָס איז די גאַנצע תּורה, און דאָס איבעריקע איז בלויז אַ פּירוש דערצו‟.
אַן אַנדער בײַשפּיל: דער בית־שמאי האָט געהאַלטן, אַז בײַם טאַנצן אויף אַ חתונה פֿון אַ מיאוסער כּלה טאָר מען נישט זינגען, אַז זי איז אַ שיינע; מע טאָר דאָך נישט זאָגן קיין שקר. דער בית־הלל האָט געטענהט פֿאַרקערט: אַמת צי נישט, איז כּדאַי צו מאַכן אין אַזאַ פֿאַל אַ קאָמפּלימענט.
די שיטה פֿונעם בית־הלל האָט צום סוף געוווּנען. לויט דער תּלמודישער לעגענדע, האָט דאָס הימלישע בת־קול דאָס דערהערט און געזאָגט, אַז הגם דער בית־שמאי איז אין אַ געוויסן זינען אויך גערעכט דאַרף מען למעשׂה פּסקענען ווי דער בית־הלל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.