זינט דעם 16טן יאָרהונדערט האָבן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע אויסגעשפּילט יעדן פּורים אַ טראַדיציאָנעל פּורים־שפּיל. געוויינטלעך האָט מען עס אינסצענירט ווי אַ הומאָרעסקע אויפֿן סמך פֿון מגילת אסתּר. אַקטיאָרן האָבן געשפּילט די ראָלעס פֿון אסתּר המלכּה, דעם מלך אַחשורוש, מרדכי הצדיק און המן הרשע. אָפֿט מאָל האָט מען אַרײַנגעוועבט סאַטירישע עלעמענטן אין שײַכות מיטן פּאָליטישן מצבֿ פֿון די ייִדן און דער קהילה.
ווייניקער באַקאַנט איז די טראַדיציע פֿון אויסשפּילן המנס מסירה. בײַ ייִדן איז אַ מוסר געווען אַ ייִד וואָס האָט באַרעדט אַ צווייטן ייִדן פֿאַר די גויִישע אינסטאַנצן. „המנס מסירה‟ איז געוויינטלעך געווען אַ סאַטירישער קאָמענטאַר וועגן דער קהילה, דעם רבֿ און די גבֿירים פֿון שטעטל.
אין די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר האָט בית שלום עליכם, דער ייִדישער לערן־אַנשטאַלט אין תּל־אָבֿיבֿ באַנײַט די טראַדיציע פֿונעם פּורים־שפּיל אונטערן רעזשי פֿון דער טאַלאַנטירטער ד״ר אסתּי נסים. פֿאַראַיאָרן האָט זי געזוכט אַן אַקטיאָר צו שפּילן המן הרשע — איינער וואָס זעט אויס ווי אַ שלעכטער אָבער קען פֿאָרט גוט זינגען. האָט זי זיך געוואָנדן צו מיר.
דעם טעקסט — אַ סאַטירע פֿונעם ייִדיש־לימוד אין בית שלום עליכם און אַנדערע לערן־אינסטיטוציעס — האָט אָנגעשריבן יעד בירן.
ס׳איז אמת, אַז אַ מאָל זע איך טאַקע אויס ווי אַ רשע. כּדי אונטערצושטרײַכן המנס שלעכטן כאַראַקטער האָב איך זיך אַפֿילו אָנגעטאָן דעם ראָק פֿון אַן אַדוואָקאַט, און אַוודאי — אַ קראַוואַט.
כאָטש איך זע אפֿשר אויס ווי אַ רשע און זינג נישט שלעכט, בין איך אָבער נישט קיין אַקטיאָר און דערפֿאַר האָב איך פּשוט נישט געקענט זיך אויסלערנען דעם טעקסט אויף אויסנווייניק, כאָטש גאָט ווייסט וויפֿל שעה איך האָב זיך באַמיט דאָס צו טאָן. דאָס איז מסתּמא געווען נישט בלויז דער אָנהייב פֿון מײַן קאַריערע אין טעאַטער, נאָר דער סוף אויך.
המנס אַ מסירה
ס’איז פֿאַראַן אַ שפּראַך,
הער מלך, בין איך אײַך מגלה,
צעזייט און צעשפּרייט איז זי
צווישן די שפּראַכן אַלע.
אַ ייִדישלאַנד (מישטיינס געזאָגט)
מיט פֿאַרשיידענע „אָבלאַסטן‟.
אַ מנין דאָ, אַ „סבֿיבֿה‟ דאָרטן,
און אַ פּאָר בידנע ענטוזיאַסטן.
איר גראַמאַטיק האט זיך געלערנט
אַ נע־ונדניק פֿון פּאָפּוגײַען.
„ס’רעדט זיך, ס’רעדט זיך,‟ זאָגן זיי,
און מיינען: לית דין ולית דיין.
זי פּאַסט דאָך נאָר פֿאַר וויצן,
אפֿשר אויך פֿאַר מיאוסע קללות.
אַ מישונג צווישן אַ דײַטש און רוס.
גענוג שוין מיט איר קול יללות!
איר בעט מיך, אַדוני קעניג,
צו ברענגען עפּעס אַ באַווײַז?
הא־ראיה: ייִדן אַליין האַלטן זי פֿאַר
נישט מער ווי אַ טראַגישן גרײַז.
אַליין זיי רופֿן זי „יאַכנע‟
און מאַכן חוזק, טאַראַראַמען
פֿרעמד איז זי בײַ זיי, כאָטש געזויגן
מיט דער מילך פֿון דער מאַמען.
די ביכער אירע פֿון די פּאָליצעס —
אַרויסגעוואָרפֿן ווי די שׂונאים.
געבליבן פֿון איר איין פּאָעט
און דרײַ און אַ האַלב לצנים.
צוויי הײַזער פֿאַראַן אין שטאָט —
אַמפּערן זיי זיך שרעקלעך, כ’לעבן!
קלינגט זיי אין ביוראָ, מײַן קעניג,
אַן ענטפֿער וועט איר נישט דערלעבן!
אַלזאָ אם על המלך טובֿ,
לאָמיר פֿון דער העלער הויט
הייסן הרגענען די שפּראַך…
ניין, פֿאַרגעסט עס, זי איז שוין טויט!
יעד בירן, 2018
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.