דינסטיק, דעם 19טן מאַרץ, וועט מען צום צווייטן מאָל אין ניו־יאָרק ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „דבֿש שחור‟ (שוואַרצער האָניק), וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, געשילדערט דורך אינטערוויוען און אויסצוגן פֿון זײַנע לידער. דעם פֿילם האָט געמאַכט דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר אורן ברבש מיט דער מיטהילף פֿון דער אַקטריסע הדס קלדרון, וואָס איז סוצקעווערס אַן אייניקל.
נאָך דער פֿילמווײַזונג וועט ד׳׳ר רות ווײַס, וואָס האָט דעם לעגענדאַרן פּאָעט גוט געקענט און וועמען מע האָט אינטערוויויִרט אין „דבֿש שחור‟, אַרומרעדן סוצקעווערס לעבן און שאַפֿן מיט ד׳׳ר יונתן ברענט, דעם דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ. די אונטערנעמונג, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורכן „מוזיי פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ און מיטגעשטיצט פֿון ייִוואָ, וועט פֿאָרקומען 7 אַ זייגער אין אָוונט בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟. בילעטן זענען 5$ פֿאַר מיטגלידער פֿונעם ייִוואָ אָדער דעם „מוזיי פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟; 10$ פֿאַרן ברייטן עולם.
„דבֿר שחור‟ נעמט אַרײַן רעקאָרדירונגען פֿון די רעדעס וואָס אַבֿרהם סוצקעווער האָט געהאַלטן בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל‟. אַ הויפּטמאָמענט פֿונעם פֿילם איז אַן אַנימאַציע, וואָס באַגלייט די רעקאָרדירונג.
דער פֿילם נעמט אויך אַרײַן זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון סוצקעווערן און אומדערוואַרטע חפֿצים פֿון זײַנע פּערזענלעכע אַרכיוון, אַרײַנגערעכנט דעם פּאָרטפֿעל, וואָס ער האָט מיטגענומען מיט זיך ווען ער איז געפֿאָרן פֿון די וועלדער לעבן ווילנע קיין מאָסקווע מיט אַ סאָוועטישן שפּיאָן־עראָפּלאַן. אינעם פּאָרטפֿעל האָט ער געהאַלטן די לידער, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין ווילנער געטאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.