דער פֿאָרווערטס קומט קיין ישׂראל!

The Forverts Is Coming To Israel!

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 19, 2019.

די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער קלײַבט זיך צו פֿאָרן אויף אַ 10־טאָגיקן וויזיט אין ירושלים, וווּ זי וועט אָפּהאַלטן פֿיר לעקציעס פֿאַרן ברייטן עולם, סײַ אין ירושלים סײַ אין תּל־אָבֿיבֿ.

פֿרײַטיק, דעם 29סטן מאַרץ, וועט זי לערנען אַ קאָכקלאַס אויף ייִדיש בײַם „תּל־אָבֿיבֿער קאָכסטודיאָ‟
און וועט איבערחזרן די קאָכלעקציע אין ירושלים דעם 4טן אַפּריל (דאָס אָרט וועט מען מעלדן אין גיכן.)

כּדי זיך צו באַטײליקן אין אַ קאָכקקלאַס מוז מען זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורכן שיקן אַ בליצבריװ צו ד″ר מרים טרין אויף דעם אַדרעס: miriam.trinh@gmail.com ביזן 26סטן מאַרץ. בלויז מענטשן װאָס האָבן זיך רעגיסטרירט פֿון פֿריִער װעלן קענען קומען אויפֿן קאָכקלאַס װײַל די קיך דערלויבט בלויז אַ באַגרענעצטע צאָל תּלמידים.

שבת, דעם 30סטן מאַרץ, וועט זי גיבן אַ לעקציע אין דער שיל „קהילת ידידיה‟ אין דער ירושלימער געגנט בקעה. די רעדע, „דער פֿאָרווערטס — נעכטן און הײַנט‟, וועט זי האַלטן אויף ענגליש, באַגלייט מיט אַ ביסל ייִדיש, נאָכן דאַווענען, אַרום 11:15 אין דער פֿרי.

זונטיק דעם 31סטן מאַרץ, 2 אַ זייגער נאָך מיטאָג, וועט זי גיבן אַ לעקציע אויף ייִדיש (באַגלייט מיט אַ ביסל ענגליש) וועגן דער געשיכטע פֿון געפֿילטע פֿיש און אַנדערע אַשכּנזישע מאכלים, און בפֿרט ווי אַזוי און פֿאַר וואָס זיי האָבן זיך שטאַרק געביטן במשך פֿון די יאָרן. די לעקציע וועט פֿאָרקומען בײַם „בית יהודית קהילה־צענטער‟ אין ירושלים.