צרות בײַם שאַפֿן אַ הייליק אָרט: די גרינדונג פֿון שיל „שארית־ישׂראל‟

Not Easy to Build a Sanctuary: The Story of "Shearith Israel"

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 20, 2019.
רעכטס: די געבײַדע פֿון „שארית־ישׂראל‟ אין 1730. לינקס: איר הײַנטיקער בנין
Wikimedia
רעכטס: די געבײַדע פֿון „שארית־ישׂראל‟ אין 1730. לינקס: איר הײַנטיקער בנין

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט ווײַטער אַנטוויקלט די טעמע פֿון קרבנות. די סדרה הייבט זיך אָן מיטן אייבערשטנס אָנזאָג „צו‟ – צו ברענגען דעם קרבן־עולה, וואָס ווערט אינגאַנצן פֿאַרברענט אויפֿן מזבח.

נאָכן חורבן־בית־המיקדש דינען אונדזערע תּפֿילות במקום דעם קרבן־עולה. שחרית, מנחה און מעריבֿ אַנשטאָט די טעגלעכער עולות־התּמיד, און דער מוסף אַנשטאָט די ספּעציעלע שבתדיקע און יום־טובֿדיקע עולה־קרבנות. באַקומט זיך, אַז דער נאָמען פֿון אונדזער סדרה האָט אַ שײַכות צום דאַוונען.

אין גלות־בבֿל האָבן ייִדן אײַנגעפֿירט אַ נײַעם מין הייליקע ערטער פֿאַר עבֿודת־השם — די שילן; די חז״ל רופֿן זיי אָן אַ „מקדש מעט‟ — אַ „קליינער מיקדש‟. שפּעטער זענען די שיל געוואָרן די עיקר־צענטערס פֿון ייִדישע קהילות. אין אַ טייל שטעט האָט דער גרויסער בית־הכּנסת מיט דיקע שטיינערנע ווענט געדינט אַפֿילו ווי אַ פֿעסטונג, ווי אַ מקום־מיקלט בשעת מלחמה.

אין פּרינציפּ, איז נישטאָ קיין פּערזענלעכע פֿליכט צו דאַוונען דווקא אין אַ שיל. אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע, בפֿרט בײַ די חסידים, זענען באַקאַנט נישט ווייניק בײַשפּילן פֿון יחידים, וואָס האָבן געוווינט אָפּגעזונדערט אין פֿאַרוואָרפֿענע ערטער און כּמעט קיינמאָל נישט געדאַוונט מיט אַ מנין. אַ ריי באַרימטע צדיקים האָבן זיך דווקא אַזוי געפֿירט; ביחידות, צווישן ווילדע וועלדער און פֿעלדער, האָט זיך זיי גרינגער אײַנגעגעבן צו דערגרייכן טיפֿע כּוונות־תּפֿילה און דבֿקות. אינעם געוויינטלעכן ציבור־לעבן הייבט זיך אָבער אָן די אַנטוויקלונג פֿון אַ ממשותדיקער ייִדישער קהילה פֿונעם אויפֿשטעלן אַן אייגענע שיל. נישט תּמיד איז עס אָבער גרינג צו טאָן צוליב פֿאַרשיידענע סיבות.

אין ניו־יאָרק שטייען הײַנט אַזוי פֿיל שילן מכּל־המינים, אַז ס׳איז שווער זיי איבערצוציילן — בפֿרט ווען מע נעמט אין באַטראַכט די אומצאָליקע קליינע מנינים, וואָס טרעפֿן זיך אין אַזעלכע ערטער, ווי געשעפֿט־צענטערס, שפּיטעלער און מושבֿ־זקנימס. די ספֿרדישע בית־הכּנסת „שארית־ישׂראל‟ אין מאַנהעטן רעפּרעזענטירט די עלטסטע קהילה אין דער שטאָט. דעם בנין האָט מען עטלעכע מאָל איבערגעבויט, אָבער די שפּאַניש־פּאָרטוגאַלער עדה וועלכע האָט די דאָזיקע שיל אויפֿגעשטעלט, איז געגרינדעט געוואָרן אין 1654. ביז 1825 איז עס געווען די איינציקע שיל אין ניו־יאָרק.

דער הײַנטיקער שבת פֿאַלט אויס נאָך שושן־פּורים, דעם 16טן אָדר. אין דער געשיכטע פֿון דער ניו־יאָרקער „שארית־ישׂראל‟ שפּילט די דאָזיקע דאַטע אַ טאָפּלטע ראָלע. אין 1897 האָט מען דעם דאָזיקן טאָג געגרינדעט דעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟; הרבֿ חיים פּערייראַ־מענדעס, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט „שארית־ישׂראל‟, איז געווען אַ מיטגרינדער פֿון דער דאָזיקער וויכטיקער בילדונג־אינסטיטוציע און האָט במשך פֿון עטלעכע יאָר געדינט ווי איר פֿאַקטישער ראָש.

מיט אַ היפּשער צײַט פֿריִער, אין 1654, איז אָבער פֿאָרגעקומען דעם זעלבן טאָג גאָר אַן אַנדער מעשׂה. גלײַך נאָכן שושן־פּורים האָט די ניו־יאָרקער קהילה באַקומען אַ שלעכטע בשׂורה: פּיטער סטײַוועסאַנט, דער גובערנאַטאָר פֿון נײַ־אַמסטערדאַם, ווי מאַנהעטן האָט דעמאָלט געהייסן, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן דער ייִדישער קהילה אַ רשות אויפֿצובויען די שיל. זײַענדיק אַ פֿאַרברענטער האָלענדישער פּראָטעסטאַנט, האָט ער זיך באַצויגן בפֿירוש נעגאַטיוו אַפֿילו צו אַנדערע קריסטן, אַרײַנגערעכנט די לוטעראַנער, שוין אָפּגערעדט פֿון די ייִדן.

אין סעפּטעמבער 1654 האָבן 23 אָרעמע ייִדן פֿון בראַזיל זיך באַוויזן אין נײַ־אַמסטערדאַם. סטייוועסאַנט האָט קאָנפֿיסקירט זייערע פֿאַרמעגנס פֿאַרן נישט באַצאָלן דעם פֿולן שטײַער־סכום, און געוואָלט זיי בכלל פֿאַרטרײַבן. די האָלענדישע קאָלאָניזאַציע־קאָמפּאַניע האָט אים אָבער געהייסן זיי נישט טשעפּען, ווײַל ייִדישע סוחרים האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם האַנדל צווישן דער „אַלטער‟ און „נײַער‟ וועלט. פֿאָרט, האָט ער בפֿירוש פֿאַרבאָטן אויפֿצושטעלן אַ שיל־בנין אין זײַן קאָלאָניע.

מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט סטײַוועסאַנט אָפֿיציעל דערלויבט ייִדן צו וווינען אין נײַ־אַמסטערדאַם. אַפֿילו נאָך 1664, ווען די מאַכט איז אַריבער צו ענגלאַנד און די שטאָט האָט באַקומען איר הײַנטיקן נאָמען, ניו־יאָרק, האָבן די אָרטיקע ייִדן ווײַטער געליטן פֿון דיסקרימינאַציע. סוף־כּל־סוף, האָבן זיי אויסגעבויט דעם ערשטן באַשיידענעם בנין פֿון „שארית־ישׂראל‟ אין 1730 בײַ אַ נאַטירלעכן וואַסער־קוואַל, וואָס די פֿרויען האָבן גענוצט ווי אַ מיקווה. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די ערשטע ניו־יאָרקער שיל איז אַמאָל געשטאַנען אויף דער הײַנטיקער וויליאַם־סטריט, אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, וווּ 150 יאָר שפּעטער איז אויפֿגעקומען אַ גרויסע אַשכּנזישע קהילה.