דינסטיק, דעם 12טן מאַרץ איז אין קראָקע, פּוילן, אַוועק אין דער אייביקייט צו 100 יאָר דער וועלט־באַרימטער פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי. דער סאַמע לעצטער אַקטיווער קלעזמער, וואָס האָט זיך אויסגעלערנט די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מוזיק אין מיזרח־אייראָפּע נאָך פֿאַרן חורבן, איז ער געווען, ביז זײַנע לעצטע טעג, אַ דינאַמישער מוזיקער און געניטער לערער פֿאַר עטלעכע דורות קלעזמאָרים און ייִדישע זינגער.
דאָס ייִנגעלע, וואָס האָט מיט דורות שפּעטער זיך קונה־שם געווען ווי דער ”לעצטער קלעזמער פֿון גאַליציע“, איז געבוירן געוואָרן אין נאָוועמבער 1918 מיטן נאָמען פּסח קליינמאַן אינעם פּוילישן שטעטל פּרעמישליאַן, אַן ערך 30 מײַל פֿון לעמבערג. זײַן זיידע, נאָך וועמען ער האָט געהייסן, איז געווען דער לעגענדאַרער קלעזמער פּסח בראַנדווײַן, איינער פֿון די באַרימטסטע ייִדישע מוזיקער פֿון 19טן יאָרהונדערט. פּסח בראַנדווײַן, מיט זײַנע נײַן זין, איז געווען נאָענט באַפֿרײַנדעט מיט די פּרעמישלאַנער רביים און האָט געשפּילט אויף זייערע שׂימחות. די משפּחה בראַנדווײַן האָט אָבער ניט בלויז געשפּילט פֿאַר חסידים אין שטעטלעך, נאָר איז אויך אויפֿגעטראָטן אין פּאַלאַצן פֿאַר די באַרימטסטע פּערזענלעכקייטן אין גאַליציע, צווישן זיי — דעם עסטרײַכישן קייסער פֿראַנז יאָסעף און דעם פּוילישן פּרעמיער יאָסעף פּילסודסקי.
פּסח בראַנדווײַן האָט געשטרעבט, אַז זײַנע זין זאָלן קענען סײַ די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מוזיק, סײַ די קלאַסישע. זײַנע קינדער און אייניקלעך זענען געוואָרן אַ מוזיקאַלישע דינאַסטיע, אָנפֿירנדיק מיט קלעזמער־קאַפּעליעס איבער גאַנץ גאַליציע. אויך אין אַמעריקע האָט געקלונגען דער נאָמען בראַנדווײַן: פּסחס זון נפֿתּלי האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1908 און איז געוואָרן באַרימט ווי דער ”קעניג פֿון דער ייִדישער מוזיק.“
צוליב דעם וואָס די משפּחה איז געווען אַזוי ברייט באַקאַנט, האָט פּסחס ייִנגסטער זון, צבֿי־הירש, באַשלאָסן בײַ זיך, אַז כּדי צו פֿאַרדינען זײַן שם ווי אַ מוזיקער, דאַרף ער קודם בײַטן זײַן נאָמען, מע זאָל ניט וויסן וועגן זײַן ייִחוס. האָט ער גענוצט דער מאַמעס פֿאַמיליע־נאָמען — קליינמאַן, און אַזוי אַרום האָט מען ווייניק וואָס אַסאָציִיִרט זײַנע זין מיט זייער באַרימטן זיידן און פֿעטער. ווי עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, זענען אָט די זין, פּסח (אויף פּויליש: לעאָפּאָלד) און יצחק (אויף פּויליש: אַדאָלף), דווקא געווען די סאַמע טאַלאַנטירטסטע מוזיקער פֿון די אַלע בראַנדווײַן־אייניקלעך.
פּאָלקעט, ווי זײַנע נאָענטע האָבן אָנגערופֿן לעאָפּאָלדן ביז זײַנע לעצטע טעג, האָט זיך אויסגעצייכנט אויפֿן אַקאָרדעאָן און פּיאַנע און זײַן ברודער דולקאָ, וואָס איז געווען ייִנגער פֿון אים מיט 15 חדשים, איז שוין צו אַכט יאָר געווען באַרימט ווי אַן עילוי אויפֿן פֿידל. די ייִנגלעך האָבן זיך אויסגעלערנט שפּילן פֿאָלקסטימלעכע ייִדישע טאַנצמוזיק און דער משפּחהס רעפּערטואַר פֿון חתונה־לידער.
די דרײַסיקער יאָרן זענען אָבער געווען שווערע צײַטן פֿאַר מוזיקער אין פּוילן. צוליב דער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע האָבן ווייניק מענטשן זיך געקענט דערלויבן אָנצושטעלן אַ קאַפּעליע אויף זייער שׂימחה. איז דער טאַטע צבֿי־הירש אין 1933 אַוועקגעפֿאָרן קיין אַרגענטינע, זוכנדיק אַרבעט. אין דער שטאָט ”טרעס אַרויאָס“ האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ פּאָפּולערער קלעזמער־קאַפּעליע און אויך געשפּילט אין אַן אָרקעסטער. שיקנדיק צוריק קיין פּוילן ס׳רובֿ פֿון זײַן געהאַלט, האָט ער געשטרעבט צו פֿאַרדינען גענוג, אַז ער זאָל קענען אַריבערפֿירן דולקאָ און פּאָלקעט מיט דער מאַמען. ס׳איז אים אָבער ניט געלונגען, איז ער אין 1937 צוריקגעפֿאָרן קיין פּרעמישליאַן.
אַזוי ווי פּסח בראַנדווײַן, האָט צבֿי־הירש קליינמאַן געשטרעבט, אַז זײַנע זין זאָלן זיך אויסצייכענען בײַם שפּילן קלאַסישע מוזיק. ווי לעאָפּאָלד האָט דערמאָנט מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער, האָט דער טאַטע אים אָפֿט געזאָגט, אַז ”קיין קאָנסערוואַטאָריע וועט פֿון דיר ניט וועלן הערן קיין ייִדישע מוזיק אויף אַ פֿאַרהער!“ האָבן די ברידער שווער געהאָרעוועט ביז זיי זענען געוואָרן אַזעלכע געניטע מוזיקער, אַז ווען מע האָט געהאַלטן אַ פֿאַרמעסט פֿון דער גאַנצער לעמבורגער פּראָווינץ, כּדי צו געפֿינען די בעסטע יונגע מוזיקער, האָט מען זיי ביידן באַלוינט — אַדאָלפֿן אויפֿן ערשטן אָרט און לעאָפּאָלדן — אויפֿן צווייטן.
לעאָפּאָלד און אַדאָלף האָט מען אָנגענומען אין דער לעמבערגער קאָנסערוואַטאָריע, וווּ זיי האָבן שטודירט מיט די חשובֿסטע מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָרן אין לאַנד. פֿרילינג 1941 האָבן זיי פֿאַרענדיקט די קאָנסערוואַטאָריע. אויף זײַן שלוסקאָנצערט האָט לעאָפּאָלד געשפּילט אַ פּיאַנע־קאָנטשערטאָ פֿונעם נאָרוועגישן קאָמפּאָזיטאָר עדוואַרד גריג.
זייערע יאָרן אין קאָנסערוואַטאָריע זענען ווײַט אָבער ניט געווען קיין רויִקע. נאָך דעם וואָס די דײַטשן און די סאָוועטן האָבן אײַנגענומען פּוילן און אים צעטיילט אויף דער העלפֿט, איז די לעמבערגער פּראָווינץ, מיט פּרעמישליאַן בתוכם, געוואָרן אַ טייל פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע. אין פּרעמישליאַן זענען אָנגעקומען טויזנטער פּוילישע ייִדן, וואָס האָבן דערציילט שרעקלעכע ידיעות וועגן דעם וואָס ס׳קומט פֿאָר אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע. זעענדיק די גרויסע צאָל פּליטים אין לעמבערג און פּרעמישליאַן, האָט לעאָפּאָלד שוין פֿאַרשטאַנען, אַז עס קומען אָן גרויליקע צײַטן.
דעם 22סטן יוני זענען די דײַטשן באַפֿאַלן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די מאַמע האָט געהייסן לעאָפּאָלד און אַדאָלף אַנטלויפֿן; מע האָט געמיינט, אַז די דײַטשן וועלן אויסהרגענען בלויז די ייִדישע מאַנצבילן. האָבן צבֿי־הירש מיט זײַנע זין גענומען זייערע אינסטרומענטן אויף די פּלייצעס און נאָכגעיאָגט די אָפּטרעטנדיקע סאָוועטישע זעלנער 200 מײַל, ביז דאָס שטעטל זשמערינקע, ניט ווײַט פֿון קיִעוו. דאָרטן זענען שוין געווען די דײַטשן, האָבן זיי געזוכט וווּ זיך אויסצובאַהאַלטן. פֿאַרבײַגייענדיק אַ צווינטער, האָבן זיי דערזען אין אים אַ מקום־מיקלט, אָנגעהויבן גראָבן מיט די הענט און זיך געלייגט שלאָפֿן אין די קבֿרים, צוזאַמען מיט די טויטע.
אויף אייביק קען מען אָבער ניט בלײַבן אין אַ גרוב. דײַטשישע סאָלדאַטן האָבן זיי באַלד געכאַפּט און געצילעוועט זייערע ביקסן. איידער מע האָט אָנגעהויבן שיסן, האָט צבֿי־הירש אַרויסגענומען זײַן פֿידל און געבעטן בײַ די סאָלדאַטן, מע זאָל אים מיט זײַנע זין לאָזן שפּילן. אַז די דײַטשן האָבן דערהערט זייער שפּילן, האָבן זיי צוביסלעך אַראָפּגעלאָזט די ביקסן און, קוקנדיק זיך אַרום כּדי צו זען אַז אַנדערע סאָלדאַטן דערזעען ניט, געגעבן די דרײַ ייִדן אַ ביסל עסן. די דײַטשן זענען אַוועק און צבֿי־הירש, לעאָפּאָלד און אַדאָלף האָבן זיך ווידער אויסבאַהאַלטן.
ניט זעענדיק קיין בעסערע אויסזיכטן, האָט צבֿי־הירש געזאָגט זײַנע זין: ”אין פּרעמישליאַן זענען דאָ די דײַטשן, און דאָ זענען דאָ די דײַטשן, וואָס איז דער חילוק? לאָמיר שוין אַהיימגיין.“ זענען זיי צוריקגעפֿאָרן. בײַ נאַכט זענען זיי געגאַנגען און בײַ טאָג האָבן זיי זיך אויסגעבאַהאַלטן אין די וועלדער. עטלעכע מאָל זענען זיי געכאַפּט געוואָרן דורך דײַטשישע סאָלדאַטן; יעדעס מאָל האָט זיי געראַטעוועט דאָס שפּילן.
סוף־כּל־סוף, נאָך אַ רײַזע פֿון 200 מײַל צו פֿוס, זענען זיי צוריקגעקומען קיין פּרעמישליאַן. דאָרטן האָבן זיי ווידער געוווינט אין דער היים ביזן 5טן נאָוועמבער. אין דעם טאָג איז דער געשטאַפּאָ געקומען אין שטעטל און באַפֿוילן אַלע ייִדן, וואָס זענען עלטער פֿון 18 יאָר, זיך פֿאַרזאַמלען אויפֿן מאַרקפּלאַץ. די דײַטשן האָבן געפֿירט די 360 ייִדן אין וואַלד אַרײַן און זיי אַלעמען דערשאָסן. צווישן זיי איז געווען צבֿי־הירש. שפּעטער האָט לעאָפּאָלד זיך דערוווּסט, אַז זײַן מאַמע איז אויך דערשאָסן געוואָרן; דײַטשישע סאָלדאַטן האָבן זי געפֿונען אין אַ שײַטער.
אַז לעאָפּאָלד און אַדאָלף האָבן דערהערט דעם דונער פֿון קוילן, זענען זיי אַנטלאָפֿן. מע האָט זיי אָבער באַלד געכאַפּט און פֿאַרשיקט אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער „קוראָוויצע‟, וואָס איז געווען אַ סאַטעליט־לאַגער פֿונעם יאַנאָווסקע־פֿאַרניכטונג־לאַגער. ביידע ברידער האָט מען באַלד אַרײַנגענומען אינעם לאַגער־אָרקעסטער. מע האָט לעאָפּאָלדן געצוווּנגען צו קאָמפּאָנירן אַ ספּעציעלן „טאַנגאָ פֿאַר די טויטע‟, וואָס דער אָרקעסטער האָט געשפּילט יעדעס מאָל, וואָס מע האָט געבראַכט ייִדן צו דער שחיטה.
דערקענענדיק זייער טאַלאַנט, האָבן די „עס־עס‟־אָפֿיצירן געבראַכט די ברידער אויף זייערע הוליאַנקעס, זיי זאָלן שפּילן טאַנצלידער. די „עס־עס‟־אָפֿיצירן האָבן זיי אָפֿט געהייסן זיך אויסטאָן און שפּילן נאַקעטערהייט בעת מע האָט אויסגעלאָשן ציגאַרעטן אויף זייער הוילן לײַב. ניט געקוקט אויף דער פֿיזישער און פּסיכאָלאָגישער פּײַניקונג, האָט לעאָפּאָלד געזען אין אָט די „קאָנצערטן‟ אַ געלעגנהייט זיך צו ראַטעווען. די ברידער האָבן זיך צו ביסלעך באַפֿרײַנדעט מיט אַן אוקראַיִנישן וועכטער, וואָס איז אָפֿט געווען אונטערן גלעזל. צוזאַמען מיט אַ פּאָר אַנדערע קאַצעטניקעס האָט מען געשאַפֿן אַ פּלאַן: בעת די „עס־עס‟־לײַט צווינגען לעאָפּאָלדן און אַדאָלפֿן צו שפּילן, וועט אַ דריטער גנבֿענען בײַ זיי אַ פֿלאַש וואָדקע. מע האָט די וואָדקע איבערגעגעבן דעם אוקראַיִנישן וועכטער, בעת ער איז געשטאַנען וואַכט בײַם פּלויט פֿון שטעכלדראָט, וואָס רינגלט אַרום דעם לאַגער. אַז דער וועכטער איז שוין געווען גוט אָנגעשיכּורט, האָט מען בײַ אים צוגעגנבֿעט ריזיקע צוואַנגען און געמאַכט אַ לאָך אינעם שטעכלדראָט.
עס האָבן זיך גלײַך אָנגעצונדן די ריזיקע זוכליכט־פּראָיעקטאָרן און מע האָט אָנגעהויבן שיסן. עטלעכע ייִדן זענען דערשאָסן געוואָרן, אַנדערע זענען געביסן געוואָרן פֿון שפּירהינט און געפֿאַנגען געוואָרן דורך די דײַטשן. לויפֿנדיק צוזאַמען מיט אַדאָלף, דער אַקאָרדעאָן איבערן אַקסל, האָט לעאָפּאָלד דערפֿילט עטלעכע זעץ אין דער פּלייצע און ניט פֿאַרשטאַנען ביז ער איז שוין געווען טיף אין וואַלד, אַז עטלעכע קוילן האָבן דורכגעלעכערט דעם אַקאָרדעאָן — קיין איינער פֿון זיי האָט אים אָבער ניט געטראָפֿן. (דער אַקאָרדעאָן געפֿינט זיך הײַנט אינעם קראָקאָווער ייִדישן מוזיי.)
די ברידער האָבן זיך באַלד אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון אַ ייִדישער פּאַרטיזאַנער איינהייט. דאָרטן, צווישן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער און שפּעטער אין דער פּוילישער היים־אַרמיי, האָבן פּאָלקעט און דולקאָ געשפּילט ניט בלויז אוקראַיִנישע, פּוילישע און רוסישע פֿאָלקסמוזיק, נאָר אויך ייִדישע און ציגײַנערישע.
בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס, האָט דער מוזיקער און פֿילמאָגראַף יעל סטראָם געזאָגט, אַז די מוזיק האָט ניט בלויז געראַטעוועט לעאָפּאָלדס לעבן, נאָר אויך געהאָלפֿן היילן זײַנע פּסיכאָלאָגישע וווּנדן. „דער דאָזיקער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן צווישן די פּאַרטיזאַנער אין וואַלד,‟ האָט סטראָם, אַ לאַנגיאָריקער חבֿר פֿון לעאָפּאָלדן, געזאָגט.
אָנהייב אַפּריל 1944, זענען די ברידער געווען אין אַ ייִדישן פּלאַטאָן, וואָס האָט געהערט צו דער פּוילישער היים־אַרמיי. צו יענער צײַט האָט די פּוילישע היים־אַרמיי אין גאַליציע ניט בלויז געקעמפֿט קעגן די דײַטשן, נאָר אויך, ובפֿרט, קעגן די „פֿאַראייניקטע אוקראַיִנער פּאַרטיזאַנער‟, וועלכע זענען געווען אַליִיִרט מיט די נאַציס.
דעם 10טן אַפּריל האָט זייער פּלאַטאָן געקעמפֿט כּדי צו פֿאַרטיידיקן אַ פּוילישן דאָרף, וווּ די אוקראַיִנער האָבן געוואָלט אַוועקטרײַבן די פֿרויען און קינדער. בײַ אַדאָלפֿן האָבן שוין פֿון פֿריִער זיך באַוויזן ריזיקע בלאָטערס אויף די פֿיס און ער האָט מער ניט געקענט גיין. אַז די היים־אַרמיי־קעמפֿער האָבן געדאַרפֿט אַרויסגיין אויף אַן אויפֿגאַבע, האָבן זיי באַהאַלטן אַדאָלפֿן און עטלעכע אַנדערע פֿאַרוווּנדיקטע מיטקעמפֿער אין געדיכטע קוסטעס. ווען לעאָפּאָלד איז צוריקגעקומען פֿון דער אויפֿגאַבע, האָט ער אָבער געפֿונען זײַן ברודער אַ טויטן, דערכגעשטאָכן מיט אַ מעסער — אַ פּנים, פֿון אַן אוקראַיִנער.
„פּאָלקעט האָט זיך קיינמאָל ניט געקענט אַליין פֿאַרגעבן, וואָס ער האָט ניט געקענט ראַטעווען דולקאָ,‟ האָט סטראָם געזאָגט. „ער פֿלעגט אָפֿט טראַכטן: ׳אפֿשר ווען איך וואָלט אים אַליין געטראָגן אויף דער פּלייצע׳, ׳אפֿשר ווען איך וואָלט עפּעס געטאָן אַנדערש.׳ פֿון אַלצדינג וואָס ער האָט דורכגעמאַכט, איז דאָס געווען די הויפּטזאַך, וואָס ער האָט קיינמאָל ניט געקענט מאַכן שלום דערמיט.‟
„פּאָלקעט האָט גוט געוווּסט, אַז ער איז געווען אַ גרויסער מוזיקער,‟ האָט סטראָם ווײַטער דערקלערט. „ער האָט זיך קיינמאָל ניט געשעמט זיך צו באַרימען וועגן זיך אַליין. ער האָט אָבער געמיינט, אַז דולקאָ איז געווען פֿיל בעסער פֿון אים. ער האָט אים געהאַלטן פֿאַרן גרעסטן טאַלאַנט פֿון דער משפּחה.‟
נאָך דער באַפֿרײַונג האָט לעאָפּאָלד זיך באַזעצט אין קראָקע. פֿאַריתומט, אָן קיין נאָענטע, און זוכנדיק סטאַבילע אַרבעט, האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין דער פּוילישער אַרמיי, וואָס איז שוין צו יענער צײַט געווען אונטער דער סאָוועטישער ממשלה. צוליב זײַן מורא פֿאַרן אַנטיסעמיטיזם, האָט ער אין די טעג נאָכן קעלצער פּאָגראָם געביטן זײַן פֿאַמיליע נאָמען אויף קאָזלאָווסקי. דער יונגער רעקרוט איז אין גיכן געוואָרן אַ קאָלאָנעל און האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַרמיי־קאַפּעליע פֿונעם קראָקאָווער ראַיאָן, און שפּעטער, מיט איינער פֿון די וויכטיקסטע אַרמיי־אָרקעסטערס אין פּוילן.
במשך פֿון 22 יאָר האָט דער קאָלאָנעל און דיריגענט קאָזלאָווסקי געטרײַ געדינט זײַן פֿאָטערלאַנד, ביז ער איז אין איין פֿרימאָרגן אין 1968 אַרײַנגעקומען אין ביוראָ און מע האָט אים געלאָזט וויסן, אַז ער ווערט גלײַך אָפּגעזאָגט פֿון זײַן פּאָסטן און בכלל באַזײַטיקט פֿון דער אַרמיי. קאָזלאָווסקי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַזוי ווי אַ סך אַנדערע ייִדן אין לאַנד, איז זײַן קאַריערע געפֿאַלן אַ קרבן פּרעמיער וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַס אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע.
שפּעטער האָט קאָזלאָווסקי באַשריבן פֿאַר סטראָם זײַן געדאַנקען־גאַנג אין יענע טעג: ”ער האָט געטראַכט בײַ זיך: איך האָב שוין געביטן דעם נאָמען, שוין באַהאַלטן מײַן אידענטיטעט און געדינט מער ווי צוואַנציק יאָר אין דער פּוילישער אַרמיי און איך ווער סײַ ווי סײַ באַטראַכט ווי ׳דער ייִד׳. בעסער איך זאָל זיך מער ניט באַהאַלטן, זיך איצט פֿאַרנעמען מיטן שפּילן ייִדישע מוזיק.“
אין דעם גורלדיקן יאָר, 1968, האָבן ס׳רובֿ פּוילישע ייִדן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, אַרײַנגערעכנט די מוזיקאַלישע אָנפֿירער פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן מלוכישן טעאַטער. האָט קאָזלאָווסקי געקלערט, אפֿשר קען ער אַרבעטן פֿאַרן טעאַטער? האָט ער זיך געוואָנדן צו די פֿאַרבליבענע טעאַטער־באַאַמטע און מע האָט באַלד געשלאָסן דעם שידוך. קאָזלאָווסקי האָט קאָמפּאָנירט פֿאַרן טעאַטער אָריגינעלע פּאַרטיטורן צו באַגלייטן זייערע פֿאָרשטעלונגען און געלערנט די אַקטיאָרן ווי צו זינגען מיט אַן עכטן פֿאָלקסטימלעכן געפֿיל. צו יענער צײַט האָט ער אויך געאַרבעט פֿאַר דער קראָקאָווער ייִדישער קהילה, געשפּילט אויף פֿײַערונגען און געלערנט קינדער ייִדישע לידער. כאָטש ער איז געווען באַרימט בײַ די ייִדן אין פּוילן, האָט כּמעט קיינער אין אויסלאַנד ניט געוווּסט וועגן אים.
אַז עס איז געקומען די יאָרן פֿון פּערעסטרויקע, האָט קאָזלאָווסקי צום ערשטן מאָל אָנגעקניפּט באַציִונגען מיט די קלעזמער־מוזיקער אין אויסלאַנד. אין 1985 האָט ער באַזוכט אַמעריקע און זיך באַקענט מיט די הויפּט־פּערזענלעכקייטן פֿון דער אַמעריקאַנער קלעזמער־סבֿיבֿה. מע האָט אין אים דערקענט אַן אוניקאַלן מקור פֿון טראַדיציאָנעלער מוזיק.
„לכתּחילה האָט קיינער פֿון אונדז ניט געוווּסט ווער ער איז,‟ האָט סטראָם דערמאָנט. „איך האָב זיך באַקענט מיט אים אין די אָנהייב 1980ער יאָרן און ס׳האָט געדויערט אַ היפּש ביסל צײַט, ביז ער האָט זיך געפֿילט באַקוועם צו רעדן וועגן זײַן ייִחוס אָדער וואָס איז געשען מיט אים בשעת דער מלחמה.‟
אין 1990 האָט סטראָם אַרויסגעלאָזט דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „אויפֿן שיידוועג: די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע הײַנט‟, וואָס נעמט אַרײַן אַ פּאָר סצענעס, אין וועלכער קאָזלאָווסקי שפּילט און רעדט וועגן זײַן לעבן.
„דער אָפּרוף איז געווען אַ שטאַרקער,‟ האָט סטראָם געזאָגט. „דאָס האָט מיך געמוטיקט צו שאַפֿן וועגן אים אַ גאַנצן דאָקומענטאַר פֿאַר זיך.‟
סטראָם איז אָבער ווײַט ניט געווען דער איינציקער אַמעריקאַנער פֿילמאָגראַף, וואָס איז געווען פֿאַראינטערעסירט אין קאָזלאָווסקין. אַז סטיווען שפּילבערג האָט באַזוכט קראָקע כּדי צו געפֿינען די ערטער וווּ ער וועט פֿילמירן זײַן חורבן־פֿילם ”שינדלערס רשימה“, האָט ער זיך געטראָפֿן מיט קאָזלאָווסקין. די זיצונג איז געווען אַ געראָטענע און שפּילבערג האָט אָנגעשטעלט קאָזלאָווקסין סײַ ווי אַ מוזיקאַלישן קאָנסולטאַנט פֿאַרן פֿילם, סײַ צו שפּילן איינע פֿון די ראָלעס.
”פֿאַר פּאָלקעט איז דאָס געווען אַ פֿעסטער סימן, אַז ער האָט מצליח געווען מיט זײַן קאַריערע,“ האָט סטראָם איבערגעגעבן.
סטראָמס דאָקומענטאַר־פֿילם, „לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי: דער לעצטער קלעזמער‟ איז אַרויסגעקומען אין 1994, אַ יאָר נאָך „שינדלערס רשימה‟. דער דאָקומענטאַר האָט פֿאַרוואַנדלט פּאָלקעט אין אַ באַרימטער פּערזענלכקייט אין פּוילן, וווּ מע האָט דעם פֿילם עטלעכע מאָל טראַנסמיטירט אויף דער טעלעוויזיע. מענטשן האָבן אים דערקענט אויף דער גאַס און מע האָט אים געבעטן אָנפֿצופֿירן מיט מוזיק־וואַרשטאַטן איבערן לאַנד, ווי אויך אין דײַטשלאַנד, האָלאַנד, און ישׂראל.
ווי אַ טייל פֿונעם פֿילם האָט סטראָם אײַנגעאָרדנט, אַז קאָזלאָווסקי זאָל צוריקפֿאָרן קיין לעמבערג און באַזוכן זײַן שטעטל פּרעמישליאַן צום ערשטן מאָל זינט דעם פֿינצטערן טאָג מיט פֿופֿציק יאָר פֿריִער, ווען מע האָט זײַן טאַטן דערשאָסן. אינעם פֿילם זעט מען ווי אַ טאָג פֿאַרן פֿאָרן האָט קאָזלאָווסקי, דעמאָלט שוין אין זײַנע זיבעציקער יאָרן, שטאַרק מורא געהאַט, אַז ער וועט לײַדן פֿון אַ נערוון־צוזאַמענבראָך, און — פּסיכאָלאָגיש, צי פֿיזיש — בלײַבן אין פּרעמישליאַן אויף אייביק. ווען ער באַזוכט דעם מאַסן־קבֿר, וווּ עס ליגט זײַן פֿאָטער, און צינדט אָן אַ ליכטל, פֿאַלט ער צו צו דער ערד מיט אַ געוויין.
להיפּוך צו כּמעט אַלע אַנדערע מוזיקער, וואָס ווערן ווייניקער אַקטיוו אין זייערע 80ער, שוין אָפּגערעדט פֿון די 90ער, איז קאָזלאָווסקי געוואָרן אַלץ אַקטיווער און בעסער באַקאַנט. אַחוץ זײַנע רעגולערע קאָנצערטן אינעם רעסטאָראַן „קלעזמער־הויז‟, האָט ער יעדעס יאָר בשעתן קראָקאָווער קולטור־פֿעסטיוואַל געגעבן אַ קאָנצערט מיט זײַנע תּלמידים. אַפֿילו צו 99 יאָר האָט ער ענערגעטיש און ווירטואָזיש געשפּילט די פּיאַנע צוויי שעה לאַנג.
אין זײַנע לעצטע יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין קוזמיר, דער אַמאָליקער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון קראָקע, וואָס מע האָט ווידער אויפֿגעבויט, כּדי צו ווערן אַ צוצי פֿאַר אויסלענדישע טוריסטן. אָפֿט איז ער געזעסן בײַ זײַן כּסדר רעזערווירטן טיש אינעם רעסטאָראַן „קלעזמער־הויז‟, און איז דערבײַ אַליין געוואָרן אַן אַטראַקציע פֿאַר טוריסטן. אין אַ קוואַרטאַל פֿון ייִדישע בית־עולמס, געוועזענע שילן און קינסטלעכע כּמו־ייִדישע מאכלים און טשאַטשקעס, האָט ער איצט געדינט ווי אַ לעבעדיקע בריק צום ייִדישן אַמאָל.
קאָזלאָווסקי האָט געהאַט סתּירותדיקע מיינונגען וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער קלעזמער־מוזיק אין פּוילן. פֿון איין זײַט האָט ער געזאָגט, אַז מע קען ניט באמת לערנען אַ מענטשן צו זײַן אַ קלעזמער — מע קען נאָר געבוירן ווערן בײַ אַ משפּחה קלעזמאָרים און אײַנזאַפּן דעם טעם פֿון דער מוזיק צוזאַמען מיט דער מאַמעס מילך. טאַקע דערפֿאַר האָט ער זיך אַליין אָנגערופֿן „דער לעצטער קלעזמער‟, דאָס הייסט, דער לעצטער וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַזאַ סבֿיבֿה.
פֿון דער אַנדערער זײַט האָט ער אָבער געשטרעבט מיט גרויס מסירת־נפֿש אויסצולערנען זײַנע תּלמידים, כּמעט אַלע פֿון זיי — ניט־ייִדן, ווי אַזוי צו שפּילן ייִדישע מוזיק און זינגען אויף מאַמע־לשון. אַזוי אַרום האָט לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי פֿאַרזיכערט, אַז כאָטש מע האָט דעם 18טן מאַרץ באַגלייט דעם „לעצטן קלעזמער פֿון גאַליציע‟ צו זײַן אייביקער רו, וועט זײַן קולטור־ירושה ווײַטער אָנגיין לדור דורות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.