מע זאָגט, אַז די ערשטע אײַנדרוקן זײַנען די שטאַרקסטע, הגם נישט תּמיד — די פּינקטלעכסטע. במשך פֿון די 18 יאָר אַרבעטן אין פֿאָרווערטס ווי דער שעף־רעדאַקטאָר, איז מיר אויסגעקומען איבערצולעבן נישט ווייניק אײַנדרוקספֿולע מאָמענטן; אָבער מײַן ערשטער אַרבעטסטאָג האָט זיך אָפּגעזעצט אין מײַן זכּרון מיט אַלע פּיטשעווקעס.
דעמאָלט, אין יאַנואַר 1998, ווען די פֿאָרווערטס־רעדאַקציע האָט זיך געפֿונען אינעם „רויטן‟ ציגל־בנין נומ׳ 45 אויף דער איסט 33סטער גאַס, האָט מען יעדע וואָך „אָפּגעבאַקן‟ אַ פּאַפּירענע צײַטונג פֿון 32 „פּעידזשן‟. אין יענעם געבענטשטן פֿאַר מיר טאָג האָט די ייִדישע רעדאַקציע געקאָכט… פֿאָרווערטס האָט געשמט אויף דער ייִדישער גאַס ווי אַ לעגענדאַרע צײַטונג און נישט נאָר דערפֿאַר, ווײַל זי איז געווען די עלטסטע, איבער 100 יאָר אַלט; אירע פֿרײַנד און שׂונאים האָבן זיך געחידושט, וואָס זי גייט בכלל יעדע וואָך אַרויס, און אַז עמעצער לייענט זי נאָך.
שוין לאַנגע יאָרן, ווי קיין נײַע קאַדרען האָט מען אין פֿאָרווערטס נישט אָנגעשטעלט. די אַלגעמיינע שטימונג צווישן די געציילטע מיטאַרבעטער אין דער רעדאַקציע איז געווען, אַז ערשטנס, איז נישטאָ וועמען אָנצושטעלן — אויס ייִדישע שרײַבערס; צווייטנס, האָט נישט קיין זינען עס צו טאָן — די גאַנצע מעשׂה מיט ייִדיש גייט סײַ־ווי אונטער. וויפֿל ס׳איז באַשערט, זאָל זיך עס שלעפּן. ווי זאָגט מען: אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק איז אַ געוויסער טויט.
די מרה־שחורה און געפֿאַלנקייט זײַנען ווי צוויי אָפּגעברענטע פֿאָנען געבליבן שטעקן אויף דער צעקלאַפּטער באַריקאַדע פֿון ייִדישיסטישער קעמפֿערישקייט. די „אַלטע גוואַרדיע‟ האָט געהאַלטן אין איין באַוויינען דעם נעכטן אי ווײַל דאָרטן, אינעם נעכטן, זײַנען טאַקע געבליבן די ייִדיש־רעדנדיקע מאַסן, אי ווײַל די לעבן געבליבענע יחידים זײַנען שוין אַליין אַלט און קראַנק געווען, און אויסגעמאַטערט פֿון די קאַמפֿן מיט פֿרעמדע און קעגן אייגענע.
אויף דער ייִדישער גאַס אין ישׂראל, פֿון וואַנען כ׳בין געקומען קיין ניו־יאָרק, האָט דאָס אַמעריקאַנער בלאַט צווישן די ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן קיין גרויס חשיבֿות נישט פֿאַרדינט. וואָס איז? וועגן דעם שעף־רעדאַקטאָר פֿון פֿאָרווערטס, מרדכי שטריגלער, איז אומגעגאַנגען אַ וויץ, אַז צו יעדן צײַטונגס־נומער שרײַבט ער אָן אַ לאַנגן אַרטיקל, וואָס דערנאָך צעטיילט ער אים אויף באַזונדערע טיילן; יעדן טייל גיט ער אַ קעפּל און שרײַבט אונטער מיט אַן אַנדער פּסעוודאָנים.
אַ געוויסער אמת האָט אין דעם וויץ געשטעקט. מרדכי שטריגלער איז געווען אַ גלענצנדיקער שרײַבער און אַ קנאַפּער פֿאַרגינער, אַז אויך אַ צווייטער מחבר זאָל עפּעס אָפּדרוקן אין פֿאָרווערטס. ער האָט יעדע וואָך אויסגעפֿילט כּמעט די גאַנצע צײַטונג מיט זײַנע אייגענע אַרטיקלען, נאָטיצן, פּאָלעמישע רעפּליקעס, איבערזיכטן. ער איז געווען אַזוי גיריק צום שרײַבן, אַז אַפֿילו די געציילטע מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, האָבן קוים געקענט זיך דורכרײַסן מיט אַן אַרטיקל אויף איינער פֿון די 32 זײַטן.
דעם ערשטן טאָג פֿונעם קומען צו דער אַרבעט האָב איך דעם רעדאַקטאָר אין זײַן ביוראָ נישט געטראָפֿן. אויך אינעם צווייטן און אין די ווײַטערדיקע דרײַ־פֿיר טעג האָב איך אים נישט געזען. די רעדאַקציע האָט געקאָכט: עס האָט אויסגעזען, אַז דווקא איבער מײַן קומען צו דער אַרבעט, איז דער רעדאַקטאָר פּלוצעם קראַנק געוואָרן…
דער רעדאַקטאָר פֿון דעם נײַעס־אָפּטייל, יעקבֿ גאָלדשטיין, אַ סימפּאַטישער ייִד אין זײַנע אַכציקער, נאָר מיט אַ גלײַכן פֿעסטן רוקן און אַ געדיכטן קאָפּ האָר, האָט מיך באַגעגנט מיט אַ ברייטן שמייכל. ער האָט עפּעס אַ דריי געטאָן אין זײַן הער־אַפּאַראַטל, אַרײַנגערוקט טיף אין אויער אַרײַן און הויך אַ פֿרעג געטאָן, ווי עס פּאַסט, פֿאַר אַ נײַעס־רעדאַקטאָר: „נו, ווי גייט עס דאָרט?‟ — פֿאַרשטייט זיך, כ׳בין דאָך ערשט געקומען פֿון ישׂראל, וווּ עס פֿעלן קיין מאָל נישט אויס קיין פֿרישע נײַעס, וויל ער זיי הערן פֿון מײַן מויל. האָב איך אים אָנגעהויבן דערציילן. פֿרײַנד גאָלדשטיין האָט מיך מיט געדולד געהערט. אין אַ מאָמענט האָט ער זיך אַ פּאָרע געטאָן בײַם אויער, עפּעס ווידער אַ דריי געטאָן און זיך פּלוצעם אַנטשולדיקט: „קיין וואָרט הערט מען נישט… מע דאַרף שוין ווידער פֿאַרבײַטן די באַטעריעס.‟ ער האָט מיך חבֿריש אַ פּאַטש געטאָן איבערן אַקסל און הויך צוגעגעבן: „גוט, גוט… ייִדיש נייטיקט זיך אין יונגע קאַדרען!‟
אינעם נײַעס־אָפּטייל האָבן געאַרבעט נאָך צוויי מיטאַרבעטער. זיי האָבן איבערגעזעצט פֿון ענגליש די טעקסטן, וואָס גאָלדשטיין פֿלעגט זיי צוטראָגן, אַרויסשלעפּנדיק פֿון דער קופּע פֿאַרשוואַרצטע זײַטלעך, אָנגעקומען מיטן פֿאַקס פֿון דער ייִדישער טעלעגראַפֿן־אַגענטור. אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן האָט מען נישט געקאַרגט אויף שפּילקעס: „פֿון וואַנען ווייסט מען אין דער רעדאַקציע פֿון ׳ניו־יאָרק טײַמס׳, וואָס פֿאַר אַ פֿרישע נײַעס וועלן אָפּגעדרוקט ווערן אין ׳פֿאָרווערטס׳ מיט אַ וואָך שפּעטער?‟
גאָלדשטיין האָט מיך צוגעפֿירט צום ייִד, וואָס איז געזעסן אײַנגעבויגן איבערן שמאָלן טיש און גיך, דאָס פּאַסיקע וואָרט זאָל חלילה נישט אַנטלויפֿן, צוגענאָגלט עס צום בייגעלע פּאַפּיר. די שפּיץ־צונג האָט אים אַרויסגעשטעקט פֿון מויל, פֿאַרקוועטשט אינעם ווינקעלע פֿון זײַנע דינע ליפּן, ווי בײַ אַ פֿלײַסיקן תּלמיד. דער אַלטיטשקער האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ ערשט ווען גאָלדשטיין האָט אים הויך אָנגערופֿן בײַם נאָמען: „חבֿר ראַק, אונדזער עלטסטער מיטאַרבעטער. איך בין קעגן אים אַ ייִנגעלע…‟
שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דעם וועטעראַן מאיר ראַק האָט אויסגעפֿעלט בלויז אַ יאָר צו ווערן אַ בן־תּישעים. פֿון דעסטוועגן, האָט ער זיך גוט געהאַלטן און אַ חוץ די נײַעס־איבערזעצונגען, געשריבן יעדע וואָך אַן אַרטיקל, וואָס שטריגלער פֿלעגט פֿאַרקירצן אויף האַלב און בײַם אומקערן דעם מחבר באַמערקן: „דאָס מאָל האָט איר זיך שוין צעגאָסן צו פֿיל. אין דעם נומער איז שוין מער קיין פּלאַץ נישטאָ‟…
חבֿר ראַק האָט אויפֿגעהויבן צו מיר דעם קאָפּ. אויף זײַן אַסקעטיש־אויסגעצויגענעם פּנים האָט זיך אַ רגע געהאַלטן אַ קאַלטער שמייכל, וואָס איז באַלד פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. „זײַט איר אויף לאַנג געקומען?‟, — האָט געפֿרעגט דער וועטעראַן, ווי כ׳וואָלט געווען אַ גאַסט, וואָס ס׳האָט זיך אים, זײַענדיק אין ניו־יאָרק, פֿאַרגלוסט אַרײַנצוקוקן אין דער רעדאַקציע פֿון אַ ייִדישער צײַטונג. זעט אויס, אַז דעם ענטפֿער האָט ער שוין געוווּסט פֿון פֿריִער. זײַן ליסע קאָפּ האָט זיך אַראָפּגעלאָזט און זיך ווײַטער אײַנגעטונקען אין דער אַרבעט.
הינטער זײַן פּלייצע האָט אויפֿגעהערט צו קלאַפּן די שרײַב־מאַשינקע. בכלל זײַנען אין דער רעדאַקציע געווען צוויי שרײַב־מאַשינקעס: איינע איז געשטאַנען אויפֿן טיש בײַם שעף־רעדאַקטאָר, און די צווייטע — דאָ, אינעם נײַעס־אָפּטייל. ביידע שרײַב־מאַשינקעס זײַנען געווען אַזוי אַלט, אַז אויף זייערע קנעפּלעך מיט ייִדישע אותיות האָט זיך געקאָנט אָפּשטעמפּלען די הונדערט־יאָריקע געשיכטע פֿון פֿאָרווערטס. די פֿינגער פֿון צענדליקער ייִדישע זשורנאַליסטן האָבן „אַרײַנגעקלאַפּט‟ אין איר זייערע געדאַנקען און געפֿילן. איצט האָבן עס געטאָן דער שעף־רעדאַטאָר און דער יונגער־מאַן מיטן אַלטמאָדישן נאָמען ירחמיאל, וואָס וואָלט געפּאַסט מער פֿאַר דער שרײַב־מאַשינקע, נישט פֿאַר דעם עקסטראַוואַגאַנטן פּאַרשוין.
ירחמיאל פֿישביין, אַזוי האָט ער זיך פֿאָרגעשטעלט, איז געווען אָנגעטאָן אין אַ רויטן צווייבאָרטיקן לאַנגן ראָק מיט גאָלדענע קנעפּ. פֿונעם אייבערשטן קעשענקעלע האָט אַרויסגעקוקט אַ געלער שפּיץ פֿון אַ טיכעלע. זײַן בלייך פּנים האָט אַ שמייכל געטאָן מיטן סטאַנדאַרט־שמייכל פֿון אַ טאָג־טעגלעכן אַמעריקאַנער, אָבער אין די אויגן זײַנע האָט זיך באַזעצט אַ קאַלט־אָפּשאַצערישער בליק.
פֿאַר די עטלעכע מינוט, וואָס כ׳בין געשטאַנען לעבן אים, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ער קען פֿינף שפּראַכן און איז אַ דאָקטער־האָמעאָפּאַט…
— איר ווייסט, וואָס עס הייסט האָמעאָפּאַטיע? — האָט ירחמיאל געפֿרעגט און צוגעגעבן: — די ענגלישע קעניגין עליזאַבעט איז אַ גרויסע אָנהענגערין פֿון האָמעאָפּאַטיע. איך האָב באַקומען פֿון איר גופֿא אַ ספּעציעלן אָרדן!
פֿרײַנד גאַלדשטיין האָט זיך פּלוצעם אויסגעדרייט, אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, ווי געמיינט צו זאָגן: „פֿאַרפֿאַלן!‟ — און זיך געלאָזט צו זײַן שרײַבטיש, וואָס איז געשטאַנען בײַם פֿענצטער, אָפּגעטיילט פֿון זײַנע מיטאַרבעטער מיט אַ פֿאַניר־ווענטל.
ירחמיאל האָט זיך צעלאַכט, טײַטנדיק מיטן פֿינגער אין גאָלדשטיינס גלײַכן רוקן:
— ער האָט מיך נישט ליב, אונדזער נאַטשאַלניק.
— ס׳איז דאָ פֿאַר וואָס דיך ליב האָבן? — האָט זיך בייז אָנגערופֿן חבֿר ראַק, נישט אָפּרײַסנדיק זיך פֿונעם שרײַבן, — אַ משוגענער!..
— איך וועל אײַך בעטן, אויפֿהערן אַרויסצושטעלן מיך אין אַ קרומען שפּיגל פֿאַר אונדזער נײַעם מיטאַרבעטער… איר זײַט אַ פּראָוואַקאַטאָר…
אין יענער ווײַטער צײַט פֿון די סוף 1990ער איז נאָך שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז די ווירטועלע וועלט גרייט שוין אירע אַטאַקעס און איר עקספּאַנסיע אויף דער פּאַפּירענער פּרעסע־אימפּעריע. די טעכנאָלאָגיע פֿון אַרויסלאָזן דעם פֿאָרווערטס האָט אין די אָנהייב 1990ער געמאַכט אַ שפּרונג — דאָס הײַפֿל זעצערס איז אַרויס פֿונעם קעלער, וווּ ס׳זײַנען געשטאַנען די ריזיקע לינאָטיפּן, און אַרויף אויפֿן פֿינפֿטן שטאָק, וווּ ס׳האָט זיך געפֿונען די רעדאַקציע, צו באַהערשן די קאָמפּיוטערס מיט אַ ייִדישער פּראָגראַם. אַלע מיטאַרבעטער און די געציילטע מחברים, פֿלעגן אַרײַנשיקן זייערע מאַטעריאַלן אָדער געשריבן פֿון דער האַנט, אָדער אויסגעקלאַפּט אויף אַ שרײַב־מאַשינקע.
אינעם צווייטן, גרעסערן צימער, אָבער שוין אָן אַ פֿענצטער, האָבן געאַרבעט די דרײַ כּסדרדיקע זעצערס: לאָזער (אלעזר) קאַץ, שלמה רובינשטיין און בן־עמי פּערלאָוו. אַז מ׳האָט געדאַרפֿט עמעצן פֿון זיי פֿאַרבײַטן אויף אַ קורצער צײַט, פֿלעגט מען פֿאַרבעטן דעם זעצער יאָסל דורשטמאַן. בכלל איז אַ צימער מיט אַ פֿענצטער, ווי כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, געווען אַ לוקסוס־זאַך און אַ פּריווילעגיע פֿון דער נאַטשאַלסטווע. וואָס גרעסער דער נאַטשאַלניק איז, אַלץ מער פֿענצטער זײַנען אין זײַן ביוראָ.
ווי באַוווּסט, איז דער באַגריף „אַ בחור־הזעצער‟ פֿאַרבונדן מיט אַ שלימזלדיקן געשטאַלט, וואָס וווּ אַ גרײַז אינעם טעקסט, איז ער שולדיק. „קאָמפּאָזינג־רום‟ — אַזוי האָט געהייסן דער צימער אויף ענגליש, און די זעצערס — „קאָמפּאָזיטאָרס‟. מײַן אויער, נאָך נישט צוגעוווינט צו די ענגלישע ווערטער און טערמינען, אָבער אַ שפּירעוודיקער צו די מוזיקאַלישע באַגריפֿן, האָט בײַם אָנהייב מאָדנע רעאַגירט אויף דעם „קאָמפּאָזיטאָר‟.
די זעצערס פֿון פֿאָרווערטס זײַנען געווען די לעצטע שפּליטערס, פֿאַרבליבן פֿון דער אַמאָליקער חבֿרה ייִדישע זעצערס. דאָס האָבן זיי זיך אַרויסגענומען די אויגן אין די האַלב־פֿינצטערע דושנע קעלערס בײַ די קעסטלעך מיט שריפֿטן, אָדער בײַ די רעשיקע, אָנגעהיצטע לינאָטיפּן, פֿאַרשטאָפּנדיק זיך די בראָנכן און לונגען מיט שטויב און טויב געוואָרענע פֿון דער קלאַפּערײַ און מאַשינען־זשום.
איצט זײַנען זיי געזעסן אַנטקעגן די קאָמפּיוטער־עקראַנען. דער אַלטער ייִדישער פֿאַך האָט זיי אַלע פֿאַראייגנט — דעם גערער חסיד ר׳ שלמה, דעם אַפּיקורס בן־עמי און דעם בונדיסט חבֿר קאַץ. אַ זשוואַווער פּוילישער ייִד, איז ער איבער די זעצערס און דעם קאָרעקטאָר ר׳ יהושע דובראַווסקי, אַ ליובאַוויטשער חסיד, געשטעלט געוואָרן פֿאַר זייער יוניאָן־באָס.
נאָך איין מענטש האָט געאַרבעט אין דעם צווייטן צימער, דער סאַטמערער חסיד ר׳ משה דויטש. אַ גראַפֿיקער, האָט ער זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט, ווי ס׳וואָלט אים נישט אָנגעשטאַנען דער ייִחוס — ווער איז ער און ווער זײַנען די ברידער־זעצערס?! ער איז, דאַנקען גאָט, נישט קיין מיטגליד פֿון „זייער יוניאָן‟. ר׳ משה איז געווען אַ באַלעבאָס פֿאַר זיך. די אַרבעט אין דער „טריפֿער‟ צײַטונג איז נאָר איינע פֿון זײַנע פּרנסות. ער האָט געשריבן אַרטיקלען פֿאַר אַ סאַטמאַרער ייִדישן „פּעיפּער‟ און געהאַנדלט מיט ייִדישע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען.
נאָך פֿאַרן קומען קיין ניו־יאָרק האָט מיר אָפֿט מאָל אויסגעזען מאָדנע דער גראַפֿישער אויסזען פֿון פֿאָרווערטס און די שיטה, ווי אַזוי עס איז אויסגעשטעלט די צײַטונג. כ׳האָב נאָך קיין מאָל אין קיין שום צײַטונג נישט געזען, אַז אַן אַרטיקל זאָל זיך אָנהייבן, למשל, אויף דער זײַט 18, און זײַן סוף זאָל מען געפֿינען אויף דער זײַט 9. שוין אין דער ערשטער וואָך פֿון מײַן אַרבעט אין דער רעדאַקציע האָב איך וועגן דעם געפֿרעגט דעם גראַפֿיקער. אין „קאָמפּאָזינג־רום‟ איז מיט אַ מאָל שטיל געוואָרן. די זעצערס האָבן ווי נאָך אַ קאָמאַנדע, אויסגעדרייט דעם קאָפּ אין מײַן זײַט, אַ חוץ דעם גראַפֿיקער גופֿא. ר׳ משה האָט ממשיך געווען די אַרבעט, ווי ער וואָלט בכלל נישט געהערט מײַן פֿראַגע. געקוקט האָט אויף מיר סטאַטיש זײַן געקנייטשטער האַלדז־און־נאַקן. אין אַ ווײַלע אַרום האָב איך דערהערט אַ שוואַכן געברום, פֿון וועלכן ס׳האָבן זיך אָפּגעטיילט צוויי ווערטער: „רעוואָלוציע… טײַמס…‟. דער גאַנצער ענטפֿער האָט געקלונגען אַזוי: „דאָ דאַרף מען נישט קיין רעוואָלוציעס… גיט אַ קוק אין ׳ניו־יאָרק טײַמס׳, וועט איר זען דאָס זעלבע…‟
ווי עס זאָל נישט זײַן, איז מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט די רעדאַקציע־מיטאַרבעטער דורכגעגאַנגען בשלום. עס זײַנען אַוועק יאָרן און מיט זיי אויך — די „אַלטע גוואַרדיע‟. דער לעצטער פֿון אירע רייען, פֿרײַנד קאַץ, האָט פֿאַרלאָזט די רעדאַקציע אין יאָר 2013. די פּאַפּירענע צײַטונג האָט געביטן איר פּנים; זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מאָדערנער קאָלירפֿולער צײַטונג, מיט אַ היפּשער צאָל ייִנגערע שרײַבערס און קאָרעספּאָנדענטן פֿון שטעט און קאָנטינענטן, וווּ ס׳האָט זיך געהערט אַ ייִדיש וואָרט בסך־הכּל אין 25 לענדער.
נײַע מיטאַרבעטער זײַנען געקומען אין דער רעדאַקציע: איציק גאָטעסמאַן, רעדאַקטאָר־פֿאַרטרעטער, די זשורנאַליסטן שׂרה־רחל שעכטער, יואל מאַטוועיעוו, קאָבי ווײַצנער, לייזער בורקאָ, דזשאָרדין קוציק; די גראַפֿיקער באָריס בודיאַנסקי און קאַרינאַ פֿאַלב. מיט זייערע אַרטיקלען האָבן באַרײַכערט די צײַטונג גענאַדי עסטרײַך און מיכאל קרוטיקאָוו. פּראָדוקטיוו און הויך־פֿראָפֿעסיאָנעל האָט געאַרבעט דער ישׂראל־ביוראָ — יצחק לודען, דובֿ שטולבאַך, מרדכי דוניץ, פּעסיע פּאָרטנוי. שפּעטער האָט מען אין ישׂראל אָנגעהויבן דרוקן אַ באַזונדערע אויפֿלאַגע, אָנגעפֿירט פֿון בעלאַ בריקס־קלײַן.
ס׳איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז אונטערן דאַך פֿון פֿאָרווערטס איז עטלעכע יאָר דערשינען די פּאַפּירענע צײַטונג „ווײַטער‟, וואָס פֿלעגט זיך פֿאַרשפּרייטן בחינם צווישן די ייִדיש־סטודענטן, און אָנהייבערס איבער דער וועלט. רעדאַגירט האָט זי גענאַדי עסטרײַך אונטער מײַן אַלגעמיינער רעדאַקציע.
דער פּאַפּירענער פֿאָרווערטס האָט אויסגעפֿירט זײַן היסטאָרישן שליחות. במשך פֿון די 122 יאָר האָבן הונדערטער ייִדישע שרײַבערס געהאַט די מעגלעכקייט אָפּצודרוקן אויף זײַנע שפּאַלטן זייערע ווערק צום ערשטן מאָל; נישט ווייניק פֿון די דאָזיקע ווערק זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן קולטור־אוצר. פֿיר דורות ייִדיש לייענערס האָבן דעם פֿאָרווערטס איבערגעגעבן פֿון הענט צו הענט. צי קאָן נאָך אַ צײַטונג אין דער וועלט זיך באַרימען מיט אַזאַ אַריכות־ימים און מיט אַזאַ שאַפֿערישן סך־הכּל?
און צום סוף וויל איך בײַ דער געלעגנהייט באַגריסן אונדזער פֿרײַנד און פּען־ברודער יעקבֿ גאָלדשטיין מיטן ווערן אַ בן־מאה! אויך זײַן לאַנג־יאָריקע פּראָפֿעסיאָנעלע מי און געטרײַשאַפֿט דעם פֿאָרווערטס האָט פֿאַרלענגערט דער צײַטונג דעם קיִום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.