„איין זאַך, קען מען זאָגן, האָב איך אויפֿגעטאָן אין לעבן: דער באַלאַגאַן בײַ מיר האָט דערגרייכט ממש אַ שלימות!‟
אַזוי האָט באַשעוויס זיך תּמיד געוויצלט ווען מיר פֿלעגן אַרײַנגיין אינעם אָנגעוואָרפֿענעם הינטערשטן צימער פֿון זײַן דירה אויפֿן אָפּער וועסט סײַד אין מאַנהעטן. דאָרט האָבן אַלטע פֿאַרגעלטע עקזעמפּלאַרן פֿונעם פֿאָרווערטס, אַ טייל — נאָך פֿון די 1940ער יאָרן, זיך געוואַלגערט אויף אַלטע קופֿערטן, צווישן הענגערס מיט קראַוואַטן און אַלטע חשבונות פֿון דער עלעקטרע־פֿירמע „קאָן עד‟. דורכן פֿענצטער האָט מען געקענט זען דעם הויף, און אין די שאַפֿעס זענען געהאָנגען אָן אַ שיעור קאַפּעליושן און אָנצוגן זײַנע.
אין די שפּעטע 1980ער יאָרן, האָב איך באַשלאָסן איבערצוקוקן יענע אַלטע פֿאָרווערטס־נומערן צו זען וואָסערע באַהאַלטענע אוצרות זענען אפֿשר נאָך נישט איבערגעזעצט געוואָרן. זײַן רובריק, „מענטשן אויף מײַן וועג‟, למשל, איז באַשטאַנען פֿון מיניאַטורן וועגן די טיפּן פֿון זײַן יוגנט אין בילגאָרײַ און וואַרשע. איין מיניאַטור דערציילט וועגן דעם ריז, קלמן גלעזער, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ פֿאַרקריפּלט מיידל און וואָס האָט נאָך איר טויט אַזוי געבענקט נאָך איר אַז ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן.
מיר איז צום בעסטן געפֿעלן „ר׳ ישׂראל און זײַן טאָכטער גליקע‟ וואָס באַשרײַבט אַ ביטערן קאַמף צווישן אַ לעגענדאַרן רבֿ, ר׳ יעקבֿ עמדין, און אַ פּשוטן עלטערן ייִד, ר׳ ישׂראל. הרבֿ עמדין, אַ געלערנטער און אַ ביטערער קריטיקער פֿון שבתי־צבֿי, האָט אַ סך קעגנער, אַרײַנגערעכנט ר׳ ישׂראל, וואָס איז אַליין אַ שבתי־צבֿיניק. אויף צעקנייטשטע בייגעלעך פּאַפּיר, מיט אַ גענדזענער פֿעדער, שרײַבט ר׳ ישׂראל לײַדנשאַפֿטלעכע בריוולעך צום הרבֿ עמדין, פֿאַרטיידיקנדיק שבתי־צבֿי. אין דעם שטיבעלע באַהאַלט ער זײַן בת־יחידהלע, גליקע.
דער יונגער יצחק, אַ ייִנגל פֿון זיבן־אַכט יאָר, פֿאַרליבט זיך אין גליקע. שפּילעוודיק פֿרעגט זי אים צי ער וויל זי פֿאַר אַ כּלה. ענטפֿערט ער, אַ דערשראָקענער: „ניין, איך בין אַ ׳סאָכיד׳.‟ געמיינט האָט ער צו זאָגן „חסיד‟, נאָר אויס צעטומלטקייט האָט ער געפּלאָנטערט מיט דער צונג. מיט יאָרן שפּעטער, אין בוענאָס־אײַרעס, זעט דער דערוואַקסענער יצחק אַ פֿרוי אין אַן אויטאָבוס וואָס ער איז זיכער, אַז דאָס איז זי, גליקע. זיי קוקן זיך איבער און פֿאַרשטייען זיך אויפֿן וווּנק. יצחק שליסט די דערציילונג מיט די ווערטער: „אַ סוד האָט געשוועבט אינעם אויטאָבוס און האָט זיך אַרײַנגעוועבט אין די גראָע ווענט.‟
יצחק פֿלעג רופֿן דעם פֿאָרווערטס זײַן בײַטש: „אָן דער בײַטש וואָלט איך גאָרנישט אָנגעשריבן. אָן דעם וואָלט איך בכלל נישט געוואָרן קיין שרײַבער.‟
יעדעס מאָל וואָס ער האָט פֿאַרענדיקט אַן אַרטיקל האָט ער אויסגעזוכט אַ קאָנווערט, אָנגעשריבן דעם נאָמען פֿון שעף־רעדאַקטאָר, שמעון וועבער; אַרויסגעריסן פֿון העפֿט דעם כּתבֿ־יד וואָס ער האָט געהאַט אָנגעשריבן אויף געווירעטן פּאַפּיר, צונויפֿגעקאַשטעט די זײַטלעך ווי אַ שטרודל און אַרײַנקגעוועטשט אינעם קאָנווערט. אויב דער קאָנווערט האָט זיך געקענט צומאַכן איז געווען גוט. אויב נישט — האָט ער אײַנגעבויגן דעם קאָנווערט און פֿאַרקלעמט אים מיט אַ גרויסער קליאַמרע. דערנאָך איז ער אַרויסגעלאָפֿן זוכן אַ פּאָסטקעסטל אָדער גענומען אַ טעקסי אין פֿאָרווערטס־ביוראָ און אַליין איבערגעגעבן דעם מאַנוסקריפּט.
אָפֿט מאָל, ווען ער האָט אַרײַנגעוואָרפֿן דעם כּתבֿ־יד אין פּאָסטקעסטל, האָט דער אייגנטימער פֿון אַ דערבײַיִקער קראָם, אַ ייִד מיט איין האַנט, זיך אַוועקגעשטעלט דעקלאַמירן אַ ייִדיש ליד ווי אַן אַקטיאָר וואָס רעציטירט שייקספּיר אויף דער בינע. יצחק האָט זיך שוין צוגעוויינט אַז ווען ער גייט אויף בראָדוויי וועלן פֿאַרבײַגייער אים אָפּשטעלן וועגן אַ טעות אָדער עפּעס איבערגעטריבנס וואָס זיי האָבן געפֿונען אין אַ קאַפּיטל פֿון זײַנעם אַ ראָמאַן אינעם פֿאָרווערטס.
אַ סך האָבן געהאַט טענות וואָס ער שרײַבט וועגן ייִדיש־רעדנדיקע פּראָסטיטוטקעס אָדער גנבֿים. האָט ער דערויף תּמיד געענטפֿערט: „וואָלט איר גיכער געוואָלט איך זאָל שרײַבן וועגן שפּאַנישע פּראָסטיטוטקעס און גנבֿים?‟
יאָרן לאַנג האָט באַשעוויס, אונטערן פּסעוודאָנים ד. סעגאַל, אויך געשריבן אַרטיקלען וועגן דער מענטשלעכער פּסיכאָלאָגיע ווי, למשל, „ווען און פֿאַר וואָס רבינו גרשום האָט געמאַכט אַ חרם אויף פּאָליגאַמיע‟ אָדער „פֿאָר וואָס אַ סך מענטשן האָבן ליב צו טרײַבן רכילות וועגן זייערע בעסטע פֿרײַנד.‟
„איך האָב זיך געשעמט מיט יענע שטיקלעך אָבער כ׳האָב געדאַרפֿט פּרנסה,‟ האָט ער זיך פֿאַרענטפֿערט.
יאָרן לאַנג האָט ער געשריבן אַן עצות־רובריק. בײַם אָנהייב האָבן לייענער געפֿרעגט שאלות וועגן „מײַן טאָכטער אָדער זון‟; דערנאָך איז געוואָרן „מײַן אייניקל‟, און צום סוף — „מײַן אור־אייניקל‟. און אַלע בריוו האָט ער געהאַלטן אין יענעם זעלבן הינטערשטן צימער. קיין איין בריוו אָדער קאַפּיטל אין דער צײַטונג האָט ער נישט אַרויסגעוואָרפֿן.
אָפֿט מאָל האָבן יענע צײַטונגען זיך צעקרישלען צווישן מײַנע פֿינגער. „גיב אַכטונג!‟ פֿלעג ער אויסשרײַען. „די צײַטונגען זענען ווי שפּינוועבס!‟ אַ גאַנצן זומער פֿלעג ער זיצן אין די אומדערטרעגלעכע היצן אין דעם צימער, זײַן קאָפּ באַהאַלטן הינטער די בערגלעך צײַטונגען, און אויסרופֿן צו מיר: „די מעשׂה וועלן מיר אפֿשר ניצן… יענע מעשׂה טויג נישט, לייג עס אַוועק… מיט אָט דער מעשׂה איז אפֿשר כּדאַי זיך צו פּאַטשקען דערמיט…‟
ס׳איז אים קיין מאָל נישט נימאס געוואָרן נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל איבערצולייענען זײַנע כּתבֿ־ידן. „מיר וועלן די דערציילונג אַלץ מער צושלײַפֿן ביז זי גלאַנצט,‟ פֿלעג ער זאָגן. יצחק האָט געאַרבעט פֿאַרן פֿאָרווערטס מער ווי 60 יאָר לאַנג און נישט פֿאַרשטאַנען יענע אַרבעטער וואָס זוכן זיך גרינגער צו מאַכן דאָס לעבן. „דאָ אין אַמעריקע הערט מען כּסדר וועגן ׳סיק־דייס׳ (קראַנקנטעג). יעדער וויל זיך נעמען אַ ׳סיק־דיי׳. ווער האָט אַ מאָל געהערט פֿון אַזאַ זאַך? לפֿי דעתּי דאַרף אַ מענטש אַרבעטן! פּונקט ווי אַן אָקס דאַרף אַרבעטן!‟
שרײַבנדיק פֿאַרן פֿאָרווערטס, האָט יצחק תּמיד געפֿילט ווי ער רעדט טאַקע צום פֿאָלק. איין מאָל האָט ער זיך טועה געווען מיטן טאָג ווען עס פֿאַלט אויס ראש־השנה אינעם לוח, זענען אָנגעקומען אַזוי פֿיל בריוו וועגן דעם אַז מע האָט געקענט אָנפֿילן עטלעכע זעק מיט זיי. יעדער בריוו האָט זיך אָנגעהויבן אַזוי: „אַ ייִד וואָס האָט זיך אַ מאָל געלערנט אויף רבֿ זאָל מאַכן אַזאַ גרײַז — אַ שאַנדע!‟
„יאָ, זיי דערקוטשען מיך, אַוודאי דערקוטשען זיי מיך, נאָר ווער דען וועט עס טאָן אויב נישט זיי?‟ האָט ער נישט איין מאָל געזאָגט. ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז נישט געקוקט אויף די טענות פֿון זײַנע לייענער, זענען אים געטרײַ. יעדער האָט געהאַט אַ מיינונג, אָבער זיי האָבן גוט געקענט זײַן שפּראַך, זײַן קולטור, אַלע רעליגיעזע רמזים; מע האָט זיך גוט פֿאַרשטאַנען. ווען ער האָט געשריבן פֿאַרן פֿאָרווערטס האָט זיך אים געדאַכט אַז ער שרײַבט יעדן לייענער באַזונדער.
אין זײַנע בריוו צו די לייענער האָט ער אָפֿט געשריבן: „ווען איך וועל אָנקומען אינעם עולם־האמת וועט מײַן ערשטע שאלה פֿאַרן רבונו־של־עולם זײַן: „וווּ זענען מײַנע געטרײַע לייענער? אויב זיי זענען אויך אין גן־עדן, וויל איך זיצן אין איינעם מיט זיי.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.