כּמעט מיט אַ דור צוריק, אינעם יאָר 2002, פֿלעג איך פֿירן ייִדיש־קלאַסן און דיסקוסיעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אויף דער אינטערנעץ, װען עמעצער האָט דערמאָנט בעת איינעם פֿון די קאָמפּיוטער־שמועסן, אַז דער פֿאָרווערטס זוכט אַ מיטאַרבעטער.
מיט דער באַרימטער צײַטונג בין איך נאָך אין רוסלאַנד געווען באַקאַנט. צום ערשטן מאָל האָב איך איבערגעלייענט עטלעכע נומערן פֿונעם פֿאָרווערטס אָנהייב די 1990ער, וווינענדיק אין פּעטערבורג. די אַמעריקאַנער ליובאַוויטשער חסידים, וועלכע זענען אָנגעקומען קיין רוסלאַנד צו פֿאַרשפּרייטן פֿרומקייט, האָבן מיך דעמאָלט געוואָרנט, אַז ס׳איז זייער אַ „טרייפֿענע‟ צײַטונג, הגם די נומערן האָבן זיך געוואַלגערט אין דער שיל און די חב״דניקעס אַליין האָבן זיי געלייענט.
שפּעטער, אין אַמעריקע, האָב איך ווידער געהערט בײַ מײַנע סאַטמאַרער חבֿרים, אַז די באָבע ע״ה פֿלעגט לייענען דעם פֿאָרווערטס, כאָטש ס׳איז אַ געפֿערלעכע אַנטי־פֿרומע אויסגאַבע. כ׳האָב געוווּסט, אַז ס׳איז איבערגעטריבן. אין אַלע עקזעמפּלאַרן פֿון דער צײַטונג זענען געווען, צום ווייניקסטן, צוויי פֿרומע אַרטיקלען: פֿון הרבֿ אַהרן שורין און פֿון ה. מאַניעווסקי.
קום אין דעמאָלט אין דער רעדאַקציע. אַ פֿרוי איז צו מיר צוגעקומען, זאָגנדיק: „איך בין שׂרה־רחל שעכטער‟, מיר געגעבן אַ בויגן פּאַפּיר און געבעטן אָנשרײַבן אויף ייִדיש אַ פּאָר פּאַראַגראַפֿן. דער רעדאַקציע איז געפֿעלן געוואָרן וואָס איך האָב אָנגעשריבן און איך בין געוואָרן אַ נײַעס־רעדאַקטאָר. באַלד האָב איך מיט פֿאַרגעניגן באַמערקט, אַז דער קליינער פֿאָרווערטס־קאָלעקטיוו איז למעשׂה אַ פֿרײַנדעך געמיש פֿון מײַנע געוועזענע סאָוועטישע לאַנדסלײַט, בראָש מיטן הויפּט־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער, פֿרומע ייִדן און וועלטלעכע ייִדישיסטן.
אַחוצן איבערזעצן און רעדאַקטירן די נײַעס, האָב איך ביסלעכווײַז אָנגעהויבן שרײַבן אייגענע אַרטיקלען, פֿירן וועכנטלעכע רובריקן און – אַחרון אַחרון חבֿיבֿ – האָב איך געהאָלפֿן שאַפֿן אינעם יאָר 2006 אַ מאָדערנע וועבזײַט פֿאַר דער צײַטונג. דעמאָלט האָט שוין יעדער פֿאַרשטאַנען, אַז אין דער אינטערנעץ שטעקט די צוקונפֿט פֿון דער מאָדערנער פּרעסע. אַזעלכע מאַטעריאַלן, ווי ראַדיאָ־פּראָגראַמען, זינגלידער און ווידעאָ־רעפּאָרטאַזשן איז אַ קלאַסישע פּאַפּירענע צײַטונג, פֿאַרשטייט זיך, נישט מסוגל אַרײַנצונעמען.
ווען דער מחבר פֿון די װעכנטלעכע פּרשה־אַרטיקלען, ה. מאַניעווסקי (דער פּסעװדאָנים פֿאַר יהושע דובראָװסקי ז”ל) איז אַוועק אויף פּענסיע, האָב איך אָנגעהויבן שרײַבן אייגענע פּרשה־אַרטיקלען אונטערן פּסעוודאָנים מ. אַלקין.
גאָר אַן אַנדער טעם האָט געהאַט מײַן אַנאָנימע רובריק „טשיקאַוועסן אַרום דער וועלט‟, וווּ איך פֿלעג דערציילן וועגן כּלערליי וויסנשאַפֿטלעכע חידושים, קאָמישע געשעענישן און אויסטערלישע מעשׂיות. נישט תּמיד בין איך געװען זיכער צי די טעמע פֿון מײַן אַרטיקל װעט זײַן פּאַסיק פֿאַר אַ ייִדישער צײַטונג. װען איך האָב אײן מאָל, למשל, אָנגעשריבן אַ קורצן באַריכט וועגן דעם „באַרני סמיט מוזיי פֿון טואַלעט־דעקלעך‟ אין טעקסאַס, האָב איך געטראַכט, אַז אפֿשר איז נישט כּדאַי אַרויסצושטעלן אַזאַ נאַרישקייט אויף דער וועבזײַט. פֿון דעסט װעגן האָט אַן עלטערער לײענער זיך פֿאַרבונדן מיט דער רעדאַקציע, כּדי צו באַדאַנקען די צײַטונג פֿאַרן גוטן געלעכטער נאָכן איבערלייענען דעם אַרטיקל!
אָן קיין גוזמא, מוז איך זאָגן, אַז אין דער רעדאַקציע האָט תּמיד געהערשט אַן אוניקאַלע אַטמאָספֿער. צו כאַפּן אַ שמועס אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק איז נישט קיין נאָווענע. וווינענדיק אינעם חסידישן וויליאַמסבורג, האָב איך גערעדט מיט אַלעמען רק אויף ייִדיש. אין אונדזער ביוראָ האָבן די מיטאַרבעטער אָבער נאַטירלעך און ערנסט באַהאַנדלט מוזיק, קונסט, פֿאָלקלאָר, אַנדערע רעליגיעס, פּסיכאָלאָגיע, וויסנשאַפֿט, לינגוויסטיק… די חסידישע קהילות זענען טאַקע אַ פֿעסטער באַסטיאָן פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין אונדזער תּקופֿה, אָבער אַ טיפּישער חסיד האָט נישט קיין השׂגה אין אַזעלכע טעמעס און נישט קיין ווערטער פֿאַר זיי בכלל אין זײַן ייִדיש־לעקסיקאָן.
הײַנט איז געוואָרן אַן אַנדער וועלט. אַנשטאָט די אַלטמאָדישע געדרוקטע צײַטונגען, לייענט דער עולם די נײַעס אויף זייערע קאָמפּיוטערס אָדער טעלעפֿאָנען. איין באַקאַנטע צײַטונג נאָך אַ צווייטער איז במשך פֿונעם לעצטן צענדליק יאָר אַריבער אינגאַנצן „אָנלײַן‟. די ראַדיאָ האָט פֿאַרלוירן איר אַמאָליקע פּאָפּולאַריטעט. עס קאָן אַפֿילו זײַן, אַז די טעלעוויזיע וועט אין דער נאָענטער צוקופֿנט בטל ווערן, באַזײַטיקט מיט אינטעראַקטיווע ווידעאָ־קאַנאַלן אויף דער אינטערנעץ.
ווי אַ פּיאָנער, ווי דער טעכנישער פֿאַרווירקלעכער פֿון דער אינטערנעץ־רעוואָלוציע אינעם פֿאָרווערטס, האָב איך לכתּחילה באַטראַכט די וועבזײַט בלויז ווי אַ צוגאָב צו דער פּאַפּירענער אויסגאַבע. הגם איך בין אַ פֿאַרברענטער ליבהאָבער פֿון קאָמפּיוטערײַ, קויף איך נאָך אַלץ ביכער, אַפֿילו אויב איך האָב שוין עלעקטראָנישע וואַריאַנטן פֿון זיי אויף מײַן קאָמפּיוטער. אין דער פּאַפּירענער אויסגאַבע שפּירט זיך אַ געוויסער חן, טעם, שײַכות צו די פֿריִערדיקע דורות. פֿאָרט, פֿיל איך זיך זייער דאַנקבאַר אונדזער צײַטונג, אַז איך האָב באַקומען אַן אוניקאַלע לעבנס־דערפֿאַרונג: סײַ אָפּגעאַרבעט אַ היפּשע צײַט אין אַ קלאַסישער ייִדישער צײַטונג, סײַ אַקטיוו אָנטיילגענומען אינעם בהדרגהדיקן איבערגאַנג צום עלעקטראָנישן נוסח. זאָל אונדזער פֿאָרווערטס ווײַטער גיין מיטן רעכטן פֿוס אַרײַן אין דער ווירטועלער קאָמפּיוטער־וועלט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.