פֿאַר וואָס האָבן פֿרויען נאָכן קימפּעט געדאַרפֿט ברענגען אַ קרבן?

Why Did Women After Childbirth Need to Bring a Sacrifice?

פֿון מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט

Published April 02, 2019.
מאָלערײַ פֿון וויליאַם אַדאָלף בוגעראָ
Wikimedia Commons
מאָלערײַ פֿון וויליאַם אַדאָלף בוגעראָ

די הײַנטיקע פּרשה הײבט זיך אָן מיט „אשה כּי תּזריע“ — „אַ פֿרױ אַז זי װעט געלעגן װערן“. ס׳רעדט זיך װײַטער װעגן די פֿאַרשידענע קרבנות װאָס די פֿרױ מוז ברענגען צום בית המיקדש נאָכן געבױרן אַ קינד — סײַ אַ שעפּס אָדער אַ טױב װי אַן עולה, אַ געברענטער קרבן, סײַ אַ טױב װי אַ חטאת, אַ זינד־קרבן. דאָס ברענגען אַ טױב װי אַ קרבן איז גאַנץ אַ זעלטענע זאַך אין דער תּורה (כאָטש אפֿשר מער אָפֿט אינעם מציאות). אַ טױב האָט מען געבראַכט אין פֿיר פֿאַלן ־ דער װאָס האָט נישט געקענט אױספֿירן קױפֿן אַ ציג אָדער אַ שאָף פֿאַר זײַן זינד־קרבן, אַ נזיר װאָס איז על־פּי־טעות געװאָרן טמא, אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ װאָס האָט אַן אױסגאָס (זבֿ/זבֿה), און אַ פֿרױ נאָך דעם װאָס זי איז געגאַנגען צו קינד. איז פֿאַרװאָס ברענגט אַ פֿרױ אין אַזאַ מצבֿ דװקא אַ טױב?

דער רמב״ן לײגט פֿאָר אַז װען מ׳ברענגט אַ פֿױגל־קרבן ברענגט מען דװקא אַ טױב צוליב דעם װאָס טױבן פּאָרן זיך אױפֿן לעבן ־ דאָס הײסט, אַ גאַנץ לעבן לעבן זײ נאָר מיט אײן אַנדערן טױב, אַקעגן מערסטע חיות און פֿײגל װאָס באַנוגענען זיך נישט מיט נאָר אײן פּאַרטנער. טױבן זענען דעריבער אַ משל פֿאַרן פֿאָלק ישׂראל, װאָס איז געטרײַ איר געליבטן גאָט. איז עס גאַנץ פּאַסיק אַז אַ פֿרױ, װאָס האָט ערשט געבױרן אַ קינד, זאָל ברענגען אַ קרבן פֿון אַן עוף װאָס איז אַ סימבאָל פֿון מאָנאָגאַמיע, פֿונעם געטרײַשאַפֿט צװישן מאַן און װײַב.

טשיקאַװע איז װאָס מסכת אָבֿות דערמאָנט אַז די טױב־קרבנות, װעלכע זענען אַזױנע פּשוטע עניװתדיקע קרבנות, האָבן די האַרבסטע און קאָמפּליצירסטע הלכות און דעטאַלן. פֿאַראַן אַ גאַנצע מסכתּא אין ש״ס, מסכת קינים, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט די זײער אינטערעסאַנטע הלכות פֿון װאָס געשעט אױב צװײ מענטשן ברענגען טױבן צום בית־המיקדש װי אַ קרבן, און אײדער מ׳קױלט די טױבן, װערן זײ פֿאַרפּלאָנטערט! דאָס קען דאָך זײער לײַכט געשען מיט אַזױנע קלײנע פֿײגעלעך, װאָס קענען אָפּפֿליען, אַקעגן די בהמות, װאָס ס׳איז זײער שװער על־פּי־טעות אױסצוטױשן. ס׳װערט זײער גיך זײער קאָמפּליצירט.

די טױבן־קרבנות זענען געװען נישט פּשוט אױף אַן אַנדערן אופֿן אױך. אין מסכתּא שקלים, דערמאָנט די משנה אַז דער װאָס האָט אױפֿגעפּאַסט אױף די קינים, די פֿױגל־קרבנות, איז געװען אײנער װאָס האָט געהײסן פּתחיה. די משנה דערצײלט װײַטער אַז דער פּתחיה איז געװען מרדכי (ד״ה, מרדכי הצדיק פֿון דער פּורים־מעשׂה), און פֿאַרװאָס האָט ער אױך געהײסן פּתחיה? װײַל ער האָט געװוּסט װי אַזױ צו עפֿענען (פּתח) װערטער און זײ אױסטײַטשן. פֿאַרשטײט זיך איז גאַנץ באַקאַנט װאָס מרדכי הצדיק, װי אַלע מיטגלידער פֿון דעם סנהדרין, האָט פֿאַרשטאַנען אַלע זיבעציק לשונות (אַזױ האָט ער, לױטן מדרש, אױסגעפֿונען בגתן און תרשס קאָנספּיראַציע, װי מיר האָבן ערשט פּורים געלײענט אין דער מגילה). נאָר לױט דער גמרא, האָט פּתחיה, ד״ה מרדכי הצדיק, געקענט נישט נאָר זיבעציק לשונות, נאָר אױך אַלע דיאַלעקטן און מיששפּראַכן. די גמרא אין מנחות ברענגט עטלעכע משלים פֿון דעם װי פֿרױען זענען געקומען קײן בית־המיקדש ברענגען אַ טױב־קרבן. צוליב דעם װאָס די פֿרױען האָבן גערעדט אַן אָרטישן דיאַלעקט, אַזאַ מין מיששפּראַך (און אפֿשר טאַקע — אַ זשאַרגאָן!), האָבן די חכמים נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען װעלכן קרבן די פֿרױען פּרוּװן ברענגען. אָבער פּתחיה האָט זײ גוט פֿאַרשטאַנען און באַשטעטיקט אַז מ׳האָט ריכטיק באַהאַנדלט זײערע קרבנות.