ווען איך האָב אָנגעהויבן, אין יאָר 2000, צו אַרבעטן בײַם פֿאָרווערטס ווי דער פֿאַרטרעטער פֿונעם שעף־רעדאַקטאָר, באָריס סאַנדלער, האָב איך שוין געהאַט פֿאַרפֿעלט די אַלטע טראַדיציעס פֿון זעצערײַ און דרוקערײַ: ס’האָט שוין „רעגירט‟ די קאָמפּיוטער־וועלט.
אָבער באַהאַלטן אין די ווינקעלעך פֿונעם זאַל וווּ די זעצערס האָבן געאַרבעט זענען נאָך געבליבן רעשטלעך פֿון אַמאָל, וואָס האָבן אָפּגעשפּיגלט די פֿריִערדיקע תּקופֿות פֿון דער צײַטונג: די טעלעגראַף־לענטע־מאַשין וואָס דורך איר האָט מען אַמאָל באַקומען די לעצטע נײַעס פֿון דער וועלט (דער פֿאָרווערטס האָט דאָך יאָרן לאַנג געדינט ווי דער הויפּט־מקור פֿון וועלטנײַעס בײַ הונדערטער טויזנטער ייִדן). אין אַן אַנדער ווינקל איז נאָך געשטאַנען אַ גלעזערנע באַלײַכטונג־טיש, וואָס האָט געהאָלפֿן בײַם „ברעכן די זײַטן‟, אין די טעג ווען מע האָט דאָס נאָך געטאָן מיט אַ שערל און קלעפּעכץ.
די רעדאַקציע האָט דעמאָלט שוין כּמעט דרײַסיק יאָר זיך נישט געפֿונען אינעם היסטאָרישן פֿאָרווערטס־בנין אויף דער איסט־סײַד, נאָר אין סתּם אַ בנין, נישט ווײַט פֿונעם הויכן „עמפּײַער סטייט־בנין‟. מ’האָט מיר געזאָגט, אַז אַ מאָל האָט אין דעם בנין זיך געפֿונען דער באַקאַנטער פֿאַרלאַג „האַרפּער און ראָו‟. דעם אַלטן בנין אויף איסט־בראָדוויי האָב איך אַ ביסל געקענט, נישט צוליב דער צײַטונג, נאָר אַ דאַנק דעם „פֿאָלקסבינע־טעאַטער‟, וואָס האָט דאָרטן געהאַט זײַן אייגענעם זאַל. אין די 1960ער און אָנהייב 1970ער יאָרן האָבן מיר קיין מאָל נישט פֿאַרפֿעלט די יערלעכע פֿאָלקסבינע־פּיעסעס, און נאָך דער פֿאָרשטעלוג — האָבן מיר געגעסן אין דער „גאַרדען‟־קאַפֿעטעריע, וווּ באַשעוויס האָט, צווישן אַנדערע ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן, אָפֿט זיך אַרײַנגעכאַפּט.
צווישן מײַנע עובֿדות אין פֿאָרווערטס האָב איך צונויפֿגעשטעלט די זײַט „בריוו פֿון לייענער‟, וואָס האָט אויך אַרײַנגענומען די נעקראָלאָגן און אַנדערע באַצאָלטע פּערזענלעכע אַנאָנסן. איך האָב פֿאַרשריבן די פּרטים און דאָס איבערגעגעבן די זעצערס, וואָס האָבן שוין געקענט די מלוכה פֿון צונויפֿשטעלן די אַנאָנסן.
אַ סך לייענער האָבן יאָר אײַן, יאָר אויס, אָנגעקלונגען אונדז צו דערמאָנען אַרײַנצושטעלן דעם יאָרצײַט־אַנאָנס פֿון זייער נאָענטן, האָט מען געלאָזט דעם זעלבן טעקסט ווי פֿריִער אָבער געביטן דעם ציפֿער. למשל, פֿון „צום 3טן יאָרצײַט‟ בײַטן אויף „צום 4טן יאָרצײַט‟. די אַקטריסע מינאַ בערן האָט יעדעס יאָר געקלונגען וועגן דער אָנדענק־מעלדונג פֿון איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן בען באָנוס. אָבער זי האָט אויך צוגעגעבן אַ שורה אונטער זײַן בילד „פֿיר יאָר אַליין‟, און אויך דאָס געביטן אַלע יאָר.
האָט געטראָפֿן איין יאָר, אַז מיר האָבן געביטן דאָס יאָר פֿונעם יאָרצײַט, אָבער נישט וויפֿל „יאָרן אַליין‟. האָט מען געלייענט דעם אַנאָנס אַזוי: „צום 5טן יאָרצײַט פֿון מײַן מאַן בען באָנוס — 4 יאָר אַליין‟. זי האָט מיר באַלד אָנגעקלונגען און, לאַכנדיק, געזאָגט: „איציק, הלוואַי וואָלט דאָס געווען אמת!‟
איין מאָל האָט איינער מיר געקלונגען, אַז ער וויל אַרײַנגעגעבן אַ נעקראָלאָג אין דער צײַטונג. פֿאַר וועמען? פֿאַר זיך אַליין. ער האָט געטענהט, אַז זײַנע קינדער זענען אָפּגעפֿרעמדט געוואָרן פֿון דער ייִדיש־וועלט און וועלן אַזוינס נישט האָבן אין זינען. איך האָב אים געעצהט, אַז צו טאָן אַזאַ זאַך איז נישט ייִדישלעך, און אים געוווּנטשן נאָך לאַנגע, געזונטע יאָרן.
רעדאַקטירנדיק די אַלע בריוו פֿון לייענער האָב איך באַמערקט, אַז די צאָל לייענער וואָס שרײַבן בריוו אויף ייִדיש אין דער רעדאַקציע איז געוואָרן וואָס אַ מאָל קלענער. נאָך מער — אַ לײַטישער בריוו אָנגעשריבן אָן טעותן איז געוואָרן זעלטנער און זעלטנער. די ערשטע פֿינעף יאָר פֿון מײַן אַרבעט האָט מען נאָך באַקומען לאַנגע בריוו: זכרונות פֿון דער אַלטער היים, איבערלעבונגען פֿונעם חורבן — שיין געשריבן מיט דער האַנט, נאַטירלעך, מיט געפֿיל און מיט שרײַבערישע פֿעיִקייטן. אָבער שפּעטער האָט מען אַפֿילו קיין איין בריוו נישט באַקומען, האָט מען אָפּגעשאַפֿן די רובריק פֿון בריוו. פֿאַרשטייט זיך, אַז די וואַקסנדיקע וועלט פֿון קאָמפּיוטערס האָט משפּיע געווען אויף דעם, אָבער ס’איז אויך געווען אַ סימן, אַז דער אַלטע דור גייט אַוועק. אין פֿאָרווערטס האָבן דעמאָלט מיטגעאַרבעט עטלעכע חסידים, סײַ אין דער רעדאַקציע בײַם לייענען קאָרעקטור, סײַ בײַ דער טעכנישער אַרבעטת בײַם זעצן און ברעכן די זײַטן. איין חסידישער זעצער, פֿון די גערער חסידים, האָט אַן ערך דרײַסיק יאָר געאַרבעט אין דער צײַטונג. ווען איך בין איין מאָל געגאַנגען קויפֿן טליתים אין אַ גערער קלייט אין ברוקלין האָבן אַלע אים גוט געקענט, אָבער קיין איינער האָט נישט געוווּסט, אַז ער אַרבעט אין פֿאָרווערטס. מסתּמא וואָלט אַזאַ נײַעס געשעדיקט זײַן ייִחוס.
דער קאָרעקטער, יהושע דובראָווסקי, איז געווען אַן איידעלער מענטש, אַן „אמתער‟ ליובאַוויטשער; דאָס הייסט, שוין געווען אַ ליובאַוויטשער חסיד אין דער אַלטער היים. מיר זענען גוט אויסגעקומען אָבער דאָ און דאָרט האָב איך געדאַרפֿט זיך אַקעגנשטעלן זײַנע רעדאַקטאָרישע מיינונגען. ווען איינער האָט אין אַן אַרטיקל געשריבן „יעזוס‟ האָט ער מיך אַרײַנגערופֿן צו זיך אין צימערל און געזאָגט, אַז „בײַ אונדז שרײַבט מען דאָס נישט.‟ טאָ ווי זשע שרײַבט מען? האָב איך געפֿרעגט. האָט ער געענטפֿערט „אותו האיש‟ (יענער מאַן). האָב איך געזאָגט, „פֿײַן און גוט, אַזוי טוט מען אין דער פֿרומער וועלט, אָבער דער פֿאָרווערטס איז דאָך אַ וועלטלעכע צײַטונג — טאָ טוט מיר אַ טובֿה און לאָזט אין דעם פֿאַל ‘יעזוס’.‟
כאָטש ער איז געווען אַ חסיד האָט דובראָווסקי געאַרבעט אַזוי פֿיל יאָרן בײַם פֿאָרווערטס (דער רבי האָט אים געגעבן דערלויבעניש), אַז איך האָב אָפֿט דווקא בײַ אים זיך אויסגעלערנט די אַלטע טראַדיציעס פֿון דער צײַטונג. למשל, די ענגלישע ווערטער אויף ייִדיש האָט ער איבערגעמאַכט אות באות, נישט געקוקט אויף דעם ווי מע רעדט זיי אַרויס — „קאָנעקטיקוט‟, „לינקאָלן‟. אַנדערע מיטאַרבעטער האָבן פּראָטעסטירט, אָבער איך האָב געהאַלטן, אַז ס’איז גוט אַזוי, ווײַל מע ווייסט אויף זיכער פֿון וואָסער ענגלישן וואָרט עס שטאַמט.
ווען איך האָב געהאַלטן לעקציעס אויף ייִדישע פֿאָלקלאָר־טעמעס איבערן לאַנד זענען נאָך יעדן אויפֿטריט צוגעקומען עלטערע מענטשן וואָס האָבן מיר דעציילט, וואָס פֿאַר אַ יום־טובֿ ס׳איז געווען בײַ זיי אין שטוב ווען דער פֿאָרווערטס איז אָנגעקומען — צי דאָס איז געווען אין שיקאַגע, פֿילאַדעלפֿיע, לאָס־אַנדזשעלעס, דעטרויט אָדער מילוואָקי. מיטן אָפּשטעל פֿון דער געדרוקטער צײַטונג ווערט פֿאַרלוירן אַ גאָר וויכטיק קאַפּיטל ייִדישע קולטור־געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.