בלויז עטלעכע חדשים נאָך דעם װי איך האָב אָנגעהױבן זיך לערנען ייִדיש האָב איך געקױפֿט מײַן ערשטן עקזעמפּלאַר פֿונעם „פֿאָרװערטס“ בײַ אַ געװעלב אין צענטערשטאָט מאַנהאַטן.
אינעם הויפּטקעפּל אויף דער ערשטער זײַט איז געשטאַנען מיט גרויסע אותיות: „יצחק ראַבין דערמאָרדערט אין ישׂראל“. אין יענע יאָרן האָב איך נאָך נישט געװוּסט װעגן דער קאָמפּליצירטער אָבער פֿאָרט פּאָזיטיװער באַציִונג פֿונעם פֿאָרװערטס צו ציוניזם, און סע האָט מיך דעמאָלט פֿאַרחידושט װאָס אַזאַ „סאָציאַליסטישע“ צײַטונג האָט געקענט שרײַבן מיט אַזאַ רירנדיקן מיטגעפֿיל װעגן דעם דערהרגעטן פּרעמיער־מיניסטער.
כ׳האָב מיטגעבראַכט די צײַטונג אין פּאָסטאַמט און בשעתן װאַרטן אין דער לאַנגער רײ האָב איך געפּרוּװט פֿאַרשטײן אַלע (פֿאַר מיר) נײַע װערטער געדרוקט אינעם נישט־אױסגעהאַלטענעם און אומבאַקאַנטן אױסלײג פֿון דער דעמאָלטדיקער רעדאַקציע. אין מיטן דערינען, איז אַ פֿרעמדע פֿרױ צוגעקומען און אויסגעדריקט חידוש װאָס דער פֿאָרװערטס דרוקט זיך נאָך אַלץ, און אַז אַ בחור ייִנגער פֿון דרײַסיק יאָר לײענט אים! די פֿרױ איז געװען אַן ערך צען יאָר עלטער פֿון מיר און אַ קינד פֿון שארית־הפּליטהניקעס. זי האָט גערעדט ייִדיש בעסער פֿון מיר אָבער אין יענע יאָרן איז דאָס נישט געװען קײן גרױסע דערגרײכונג. זי האָט מיך געפֿרעגט װעגן מײַן אינטערעס צו ייִדיש; באַדױערט װאָס זי האָט מער נישט קיין געלעגנהײטן צו ניצן די שפּראַך און מיך געפֿרעגט װאָס דער שׂכל איז צו פּרוּװן „אויפֿלעבן‟ אַ שפּראַך װאָס אַזױ װײניק מענטשן רעדן הײַנט צו טאָג. ס׳האָט מיר אויסגעזען מאָדנע, און אַפֿילו טרויעריק, וואָס אָט שטיי איך, אַ ייִדיש־סטודענט, און רעד מיט איר ייִדיש — און דאָך זאָגט זי אַז זי האָט נישט קיין געלעגנהייטן צו ניצן די שפּראַך!
אין משך פֿון די װײַטערדיקע אַכט יאָר װאָס איך האָב געװױנט אין ניו־יאָרק, האָב איך אָפֿט מאָל געקױפֿט דעם פֿאָרװערטס און, װען נאָר מעגלעך, אויך די חסידישע צײַטשריפֿטן װאָס געפֿינען זיך אין געװיסע קיאָסקן. צום באַדױערן האָב איך אָבער קײן מאָל מער נישט געהאַט נאָך אַ געלעגנהײט צו רעדן מיט אַ פֿרעמדן מענטשן װאָס איז נישט פֿאַרטאָן אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער אָדער ייִדישיסטישער װעלט װעגן די זאַכן איך האָב געלײענט אין אַ ייִדישער צײַטונג.
דאָס באַגעגעניש אין פּאָסטאַמט איז דערפֿאַר געבליבן בײַ מיר אין זכּרון װי אַ רמז אױף עפּעס װאָס איז אַ מאָל געװען אַ באַקאַנטע זאַך: מענטשן אַזױ װי איך, אײנער אַלײן אין דער גרױסער שטאָט, האָבן געקענט שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע ייִדן דורך דער שפּראַך װאָס מיר האָבן גערעדט, די ענינים װאָס זענען אונדז װיכטיק, און די צײַטונג װאָס מיר האָבן געלײענט. איך בין אָנגעקומען אױף דער „ייִדיש־גאַס“ צו שפּעט צו זען באַשעװיסן אין דער „גאַרדען־קאַפֿעטעריע‟; צו שפּעט אָפּצוהאַקן אַ באַציִונג מיט אַ צװײטן ייִדן איבער דער פּאָליטיק פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד אָדער מדינת־ישׂראל; צו שפּעט צו פֿירן װיכּוחים איבער דער פֿראַגע: „איז אַב קאַהאַן דער אױסלײזער צי דער רוצח פֿון סאָציאַליזם?“ (איך קען, אָבער, געבן עדות אַז די הײַנטיקע רעדאַקטאָרשע פֿון פֿאָרװערטס איז בלי־ספֿק אַ װױלערער מענטש װי קאַהאַן!) דער פֿאָרװערטס איז געװען אַ װעגװײַזער צו יענער געשיכטע, נישט נאָר אין דער שטאָט ניו־יאָרק, נאָר איבער דער גאַנצער װעלט. װען איך האָב אָנגעהױבן צו לײענען די צײַטונג האָט מײַן באָבע ע”ה מיר געזאָגט אַז איר שװער, מײַן עלטער־זײדע פֿון נאַרעװקע אין פּױלן, האָט יעדן טאָג גענומען אַ ייִדישע צײַטונג, אַפֿילו מער װי זעכציק יאָר נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע און נאָך זײַן באַזעצן זיך אין מיטן לויזיאַנע, װוּ איך בין געבױרן געװאָרן. פֿאַר װאָס האָט מײַן עלטער־זײדע געװאָלט לײענען אַ ייִדישע צײַטונג, ניט געקוקט אויף דעם װאָס זײַן געשריבענער ענגליש איז שוין געװען פֿליסיק? מן־הסתּם האָט ער געזוכט אַ געפֿיל פֿון אַ ייִדישער קהילה װאָס איז ברײטער װי דאָס װאָס האָט זיך געפֿונען אין טיפֿן לויזיאַנע: זיך פֿאַרבינדן מיט אַנדערע ייִדן איבער דער װעלט, אַזױ װי איך האָב געזוכט אַ פֿאַרבינדונג מיט די ייִדן פֿון פֿריִערדיקע דורות.
אױב איך שרײַב אַצינד מיט אַ געװיסער נאָסטאַליגיע װעגן אַזאַ מין פֿאַרבינדונג ־ אפֿשר אַפֿילו אַ נאָסטאַלגיע װעגן מײַן געװעזענער נאָסטאַלגיע - בין איך פֿון דעסטװעגן נישט פֿאַטאַליסטיש װעגן דער צוקונפֿט פֿונעם פֿאָרװערטס אָדער ייִדיש בכלל. אױב מיר באַדױערן הײַנט צו טאָג װאָס מע האָט מער נישט קײן געדרוקטע צײַטונגען צו שאַפֿן אַ געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט, האָט מען מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, אין די בלעטער פֿון פֿאָרװערטס און אַנדערע צײַטשריפֿטן, באַדױערט װאָס דעמאָלט האָט מען מער נישט געהערט די לעצטע נײַעס הינטערן אױװן אין בית־מדרש, נאָר גיכער פֿון געדרוקטע מקורים. דאָס װאָס מיר קריגן אונדזערע נײַעס הײַנט דורך דער אינטערנעץ, אָנשטאָט דורך אַ געדרוקטער צײַטונג, איז אַן ענדערונג אין דער טעכנאָלאָגיע, נישט קײן פֿאַרװאַנדלונג אין װאָס מיר לײענען אָדער פֿאַר װאָס.
לעצטנס האָב איך באַמערקט אַז די אַרטיקלען װאָס איך האָב געשריבן פֿאַרן פֿאָרװערטס אין משך פֿונעם לעצטן יאָר זענען געװען כּמעט אַלע חספּדים - פֿון פֿיליפּ ראָט, קלאַוד לאַנדסמאַן און עמוס עוז ז”ל. בין איך טאַקע צופֿרידן װאָס אין דעם איצטיקן אַרטיקל קען איך ־ אַנשטאָט „כּבוד זײַן אָנדענק“ ־ ווינטשן דעם פֿאָרווערטס נאָך 120 יאָר, אויב נישט נאָך העכער!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.