נאָך אַ חשובֿער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה איז אַוועק — דער סקולענער רבי, ישׂראל־אַבֿרהם פּאָרטוגאַל — אַ וויכטיקער, פּאָפּולערער חסידישער מנהיג און טוער.
דער רבי איז ניפֿטר געוואָרן צו 95 יאָר דעם 1טן אַפּריל, כ״ה אָדר, אין באַלטימאָר, וווּ ער איז געלעגן כּמעט צוויי חדשים אינעם שפּיטאָל פֿונעם דזשאָנס האָפּקינס־אוניווערסיטעט. אויף דער לוויה אין באָראָ־פּאַרק האָט אַן עולם פֿון טויזנטער מענטשן פֿאַרפֿלייצט די גאַסן.
ר׳ ישׂראל־אַבֿרהם פּאָרטוגאַל איז געבוירן געוואָרן אין 1925, אינעם בעסאַראַבישן שטעטל סקולען — הײַנט אַ דאָרף אינעם מערבֿדיקן טייל פֿון מאָלדאָווע, גלײַך בײַ דער רומענישער גרענעץ. זײַן טאַטע, אליעזר־זוסיע פּאָרטוגאַל, איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם סאַדיגערער רבין און דער ערשטער רבי פֿון זײַן אייגענער, סקולענער דינאַסטיע. דער משפּחה־נאָמען פּאָרטוגאַל, ווי די קרובֿים האָבן איבערגעגעבן, ווײַזט אָן אויף אַ ספֿרדישן אָפּשטאַם.
אין די 1930ער יאָרן האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין טשערנאָוויץ — דעמאָלט רומעניע. דער טאַטע און דער זון זענען ניצול געוואָרן פֿון דער טשערנאָוויצער געטאָ. נאָך דער מלחמה האָבן זיי זיך געלאָזט קיין בוקאַרעשט און אין 1960 — קיין ניו־יאָרק. ווען דער טאַטע איז ניפֿטר געוואָרן אין 1982, איז די רביסטווע אַריבער צו זײַן בן־יחיד.
דאָס ערשטע מאָל וואָס איך האָב געזען דעם סקולענער רבין איז געווען אין לאָנדאָן אין 1998. דעמאָלט איז ער שוין נישט געווען קיין יונגער, אָבער האָט געדאַוונט און געזונגען מיט אַ זעלטענער דבֿקותדיקער ענערגיע. אויף מײַן געשמאַק, זענען זײַנע ניגונים נישט קיין גרויסע ווערק אינעם מוזיקאַלישן זין. פֿאָרט, האָט אין זיי געשפּרודלט עפּעס אַ הימלישער כּוח.
מיט אַ יאָר שפּעטער בין איך אָנגעקומען קיין וויליאַמסבורג און זיך בהשגחה־פּרטית גלײַך באַקענט מיטן סקולענער רבינס זון, הרבֿ אפֿרים־חיים־יהודה פּאָרטוגאַל, בײַ וועלכן איך פֿלעג כּסדר עסן וועטשערע און שבת־סעודות.
כ׳האָב באַמערקט, אַז דעם רבינס זון ווערט כּסדר שלעפֿעריק; אַזוי האָט ער זיך ביסלעכווײַז געגרייט נאָכצומאַכן זײַן טאַטן, וועלכער איז געשלאָפֿן יעדע נאַכט בלויז 3-4 שעה. אין דער טראַדיציע פֿון דער רוזשינער דינאַסטיע, וואָס די סקולענער משפּחה האָט געירשנט, דינט בכּיוונדיקע שלאָף־דעפּריוואַציע ווי אַ מעכטיק מיסטיש מיטל. דער סקולענער רבי האָט געדאַוונט שחרית יעדן טאָג בערך 3־4 אַזייגער נאָכמיטאָג, ווײַל די תּפֿילה־צוגרייטונגען האָבן בײַ אים געדויערט שעהען לאַנג. ווי באַלד ער איז ווייניק געשלאָפֿן, באַקומט זיך, אַז טאָג און נאַכט האָט ער פֿאַרבראַכט אין דבֿקות־מעדיטאַציעס.
צי האָט ער עפּעס טאַקע אויסגעפּועלט דערמיט? הערט אויס אַ מעשׂה און באַשליסט אַליין. וווינענדיק אין ברוקלין, בין איך אין די סוף־1990ער געווויר געוואָרן, אַז אין אין מאָסקווע איז איינער אַ ישיבֿה־בחור געוואָרן שטאַרק קראַנק. מע האָט אים געשטעלט אַ קלאָרן דיאַגנאָז: העפּאַטיט C. דעמאָלט האָט מען עס באַטראַכט כּמעט ווי „איידס‟ — אַ טייטלעכער ווירוס, פֿון וועלכן מע היילט זיך שוין נישט אויס. הײַנט האָבן די דאָקטוירים, צום גליק, געשאַפֿן אַ ריי רפֿואות, אָבער די דאָזיקע מחלה בלײַבט נאָך אַלץ זייער סכּנותדיק. דער סקולענער רבי האָט מתפּלל געווען. מיט אַ וואָך שפּעטער האָבן די דאָקטוירים אין רוסלאַנד זיך אַנטשולדיקט און באַשטעטיקט, אַז דער יונגער ישיבֿה־תּלמיד לײַדט בלויז פֿון מאָנאָנוקלעאָז. באַלד איז ער אין גאַנצן געזונט געוואָרן.
אַוודאי וועט אַ סקעפּטיקער זאָגן, אַז עס טרעפֿן מעדיצינישע טעותן, און פֿאַלן ווען געפֿערלעכע מחלות פֿאַרשווינדן פּלוצעם. עס טרעפֿט טאַקע, אָבער גאָר זעלטן. די מעשׂה האָט אויף מיר געמאַכט אַ גרויסן רושם.
דאַכט זיך, דער סקולענער רבי איז געווען דער סאַמע לעצטער חסידישער מנהיג פֿונעם פֿאַרמלחמהדיקן דור — און זיכער דער לעצטער פֿון רומעניע און מאָלדאָווע. מיט זײַן פּטירה, האָבן די הײַנטיקע חסידישע ייִדן פֿאַרלוירן אַ לעבעדיקן רינג, וואָס האָט זיי פֿאַרבונדן מיטן אַלטן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד. זײַן פּטירה איז אַ באַזונדערס גרויסער קלאַפּ פֿאַר רומעניש־בעסאַראַבישע ייִדן. די הײַנטיקע חסידישע וועלט זעט אויס, בדרך־כּלל, ווי אַן אַמעריקאַניזירטער אינדזל פֿון עסטרײַך־אונגערן. זײַענדיק אַ בעסאַראַבער, איז דער סקולענער געווען אַ יוצא־מן־הכּלל.
ברוך דיין האמת!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.