„בית־יהודית‟ איז אַ קהילה־צענטער אין ירושלים, וווּ עס קומען פֿאָר פֿאַרשיידענע טעטיקייטן פֿאַר קינד און קייט: פֿון אַ קינדער־גאָרטן און פֿיל אַקטיוויטעטן פֿאַר קינדער און יוגנט — ביז אַ גאַנצער ריי אַקטיוויטעטן פֿאַר פּענסיאָנירטע לײַט וואָס ווערט גערופֿן „אַל־גיל‟ (אָן אַן עלטער).
אין דער אָפּטיילונג „אַל־גיל‟ פֿירט מען אויך דורך לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אויף זעקס ניוואָען, געלערנט דורך דער שרײַבערין פֿון די שורות, און אויך אַ ייִדיש־קלוב וואָס טרעפֿט זיך איין מאָל אַ חודש מיט אַ מוזיקאַלישער אָדער ליטעראַרישער פּראָגראַם.
אַחוץ דעם קומט זיך צונויף אין בית־יהודית דער „קאַפֿע אייראָפּע‟, אַ צוזאַמעטרעף פֿאַר ענגליש־רעדנדיקע ניצולי־שואה; דער מנין „שירה חדשה‟ און אַנדערע גרופּעס.
דעם 31סטן מאַרץ האָבן די חבֿרים ליבהאָבערס פֿון ייִדיש אין איינעם מיט „קאַפֿע אייראָפּע‟ זיך צונויפֿגעזאַמלט כּדי מקבל־פּנים זײַן די נײַע רעדאַקטאָרין פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, שׂרה־רחל שעכטער, וועלכע האָט געגעבן אַ לעקציע, „די געשיכטע פֿון געפֿילטע פֿיש און אַנדערע אַשכּנזישע מאכלים‟.
דער גרויסער עולם — בערך 80 מענטשן — האָט זיך צוגעהערט מיט אַ סך אינטערעס צו רחל שעכטערס רייד און גענאָסן פֿון די ייִדיש־ישׂראלדיקע מטעמים וואָס זענען אָנגעלייגט געוואָרן אויף דעם געגרייטן טיש.
אַ פּאָר ייִדישע לידער וואָס האָבן אַ שייכות מיט מאכלים און אַ רעטעניש וועגן ייִדישע עסנס האָבן צוגעגעבן נאָך אַ ספּעציעלן טעם צו שׂרה־רחלס ווערטער.
דער עולם האָט גרויס הנאה געהאַט, האָט זיך געזעגנט צופֿרידן און זאַט, און אַ טייל פֿון זיי האָבן אַפֿילו דאָס געגעבן צו וויסן אינעם ביוראָ. אַ ביסל שפּעטער ווען איך בין געזעסן מיט שׂרה־רחלען און געשמועסט וועגן ייִדיש אין ישׂראל בכלל און אין ירושלים בפֿרט, איז צוגעקומען צו אונדז די סעקרעטאַרין פֿונעם קהילה־צענטער און אַליין געזאָגט: „די חבֿרים וואָס זענען געווען אויף דער טרעפֿונג האָבן אונדז דערציילט אַז ס׳איז געווען אויסגעצייכנט!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.