דעם פֿאַראַיאָריקן פֿרילינג האָט דער „פֿרענקל־צענטער פֿאַר יודאַיִסטיק‟ בײַם מישיגענער אוניווערסיטעט געלאָזט וויסן, אַז ער איז גרייט פֿינאַנציעל צו שטיצן 15 פֿאָרשער און קינסטלער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך אָדער קולטור, כּדי זיי זאָלן זיך קענען אָפּגעבן פֿולצײַטיק מיט זייערע פֿאָרשפּראָיעקטן.
דער „פֿרענקל־צענטער‟ האָט לעצטנס געמאָלדן די נעמען פֿון די סטיפּענדיאַטן, מיט זייערע פֿאָרשטעמעס. יעדער סטיפּענדיאַט וועט פֿאַרברענגען דעם גאַנצן סעמעסטער אויפֿן אוניווערסיטעטס קאַמפּוס אין ען־אַרבאָר און דערבײַ באַקומען צווישן 45,000$ ביז 66,000$, אַרײַנגערעכנט געזונט־פֿאַרזיכערונג.
ווי מע קען זען פֿון דער ווײַטערדיקער רשימה, דעקן די פֿאָרשער אַ ברייטע גאַמע טעמעס פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור:
ד׳׳ר דזשאָסטין קעמי (סמיט־קאַלעדזש): „די שפּורן פֿון ייִדיש אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער בעלעטריסטיק און פּאָפּולערער קולטור‟
ד׳׳ר יעקבֿ הערשקאָוויטש (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט): „אַ צווייטער קוק אויף צוויי־שפּראַכיקייט: די ייִדיש־העברעיִשע ליטעראַטור אין אַ צײַט פֿון איין־שפּראַכיקייט‟
ד׳׳ר איוו יאָכנאָוויץ (ייִוואָ): „אַ כּשרער טאָפּ און אַ כּשרער לעפֿל: ייִדישע אָפּרופֿן אויף מאָדערנע עסן־פֿירונגען‟
ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער (אינדיאַנער אוניווערסיטעט): „אויפֿן וועג: די הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע אין דער ׳נאָך־נאָך־פֿאָלקסשפּראַכיקער׳ תּקופֿה‟
ד׳׳ר איימי קערנער (בראַון־אוניווערסיטעט): „אַן אומזיכערע קולטור־ירושה: ייִדיש אין בוענאָס־אײַרעס, 1930־1970‟
ד׳׳ר מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגענער אוניווערסיטעט): „שטאָטישקייט אין דער ליטעראַטור בײַ ייִדן‟
ד׳׳ר דזשעק קוגעלמאָס (פֿלאָרידער אוניווערסיטעט): „וועגנאָטיצן אויף ייִדיש‟
ד׳׳ר דזשוליע לעווינסאָן (מישיגענער אוניווערסיטעט), וועט איבערזעצן ישעיהו שפּיגלס „פֿלאַמען פֿון דער ערד‟ — אַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן וועגן דעם לאָדזשער געטאָ
ד׳׳ר העריעט מוראַוו (אילינויער אוניווערסיטעט): „אַן אַרכיוו פֿון גוואַלד: די ליטעראַטור פֿון פֿאַרוואָרלאָזיקייט און דער רוסישע בירגערקריג (1917־1922)‟
ד׳׳ר חנה נאָריך (מישיגענער אוניווערסיטעט): „ייִדישע ראָמאַנען אָנגעשריבן פֿון פֿרויען‟
ד׳׳ר חנה פּאָלין־גלאי (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט): „מײַן פֿרעמדע מוטערשפּראַך: חורבן־ייִדיש און די קולטורעלע גרענעצן פֿון טראַוומע‟
ד׳׳ר אלי ראָזענבלאַט (נאָרטוועסעטרן־אוניווערסיטעט): „שפּורן פֿון דער ייִדישער קולטור אין דער אַלוועלטלעכער שוואַרצער קולטור‟
ד׳׳ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק (ווראָצלעווער אוניווערסיטעט): „אַ ביסל ייִדיש? פֿאַרפּלאָנטערטע געשיכטעס צווישן דער ייִדישער און פּוילישער קולטור אינעם ערשטן העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט‟
ד׳׳ר ניקאָלאַס אָנדערוווּד (קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי): „די ייִדישע קולטור און די ייִדישע איבערוואַנדערונג אין פֿראַנקרײַך נאָכן חורבן, 1944־1962‟
ד׳׳ר שאול זעריט (האַרוואַרד־אוניווערסיטעט): „ייִדיש, איבערזעצונג, און דאָס באַנײַטע לעבן פֿון ייִדישע שפּראַכן: אַ ייִדיש־טײַטש־מאַניפֿעסט‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.