„דער איד‟ פֿאַרדאַמט חסידים וואָס וואַקצינירן ניט זייערע קינדער

"Der Yid" Condemns Hasidim Who Don't Vaccinate Their Kids

דער וואַקצין קעגן די מאָזלען
Getty Images
דער וואַקצין קעגן די מאָזלען

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 12, 2019.

דער אויסבראָך פֿון די מאָזלען וואָס בושעוועט די טעג אין די חסידישע געגנטן פֿון ניו־יאָרק האָט פֿאַראַכטאָגן דערפֿירט צו דעם, אַז די שטאָטאָישע רעגירונג האָט דערקלערט אַ נויטפֿאַל־מצבֿ און באַפֿוילן, אַז אַלע אומוואַקצינירטע קינדער אין די פֿרומע געגנטן מוזן גלײַך וואַקצינירט ווערן. ביז אַהער האָבן מער ווי 300 מענטשן, איבערהויפּט חסידישע קינדער, זיך אָנגעשטעקט מיט די מאָזלען.

די מאָזלען פֿאַרשפּרייטן זיך צוליב דעם, וואָס געוויסע חסידישע עלטערן גלייבן, אַז די וואַקצינען קעגן דער געפֿערלעכער קראַנקייט זענען מער געפֿערלעך ווי די קראַנקייט אַליין. כאָטש אַזעלכע עלטערן זענען אין דער אמתן בלויז אַ קליינע פּראָפּאָרץ פֿון דער חסידישער באַפֿעלקערונג, שטעלן זיי אין סכּנה דאָס געזונט פֿון אַלעמען, מיט וועמען זייערע קינדער האָבן אַ קאָנטאַקט.

ווי אַן אָפּרוף אויף יענע חסידישע עלטערן, וואָס וואַקצינירן ניט זייערע קינדער, האָט די סאַמטאַרער צײַטונג „דער איד‟ לעצטנס געדרוקט אַ פֿלאַם־פֿײַערדיקן עדיטאָריאַל מיטן קעפּל „זינלאָז! האַרצלאָז! אומתּורהדיק און אומאחריותדיק!‟. אינעם עדיטאָריאַל, וואָס מע האָט אויך אָפּגעדרוקט אויף ענגליש, כּדי די אַלגעמיינע ניו־יאָרקער באַפֿעלקערונג זאָל אים אויך קענען לייענען, האָט מען פֿאַרדאַמט די חסידישע עלטערן, וואָס גלייבן די פֿאַנטאַזיעס פֿון כּמו־ווינסשאַפֿטלער אויף דער אינטערנעץ אָדער צווייפֿלהאַפֿטיקע בראָשורן, איידער די מיינונגען פֿון דאָקטוירים און אַפֿילו זייערע רבנים. דער עדיטאָריאַל דריקט אויס אַ שטאַרקן באַדויער, וואָס יענע עלטערן שטעלן ניט בלויז אין געפֿאַר דאָס געזונט פֿון אַנדערע קינדער, נאָר אויך וואָס זיי באַשמוצן דעם שם פֿון דער חסידישער קהילה און מאַכן דערבײַ אַ חילל־השם.

קאָמענטאַטאָרן האָבן באַמערקט אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „דער איד‟ האָט געדרוקט אַן עדיטאָריאַל מיט אַזאַ שאַרפֿן טאָן קעגן חסידישע עלטערן. אויך היסטאָריש איז געווען דער פֿאַקט, וואָס די צײַטונג האָט באַשלאָסן צו באַגלייטן דעם עדיטאָריאַל מיט זײַן ענגלישער איבערזעצונג.

דעם גאַנצן עדיטאָריאַל קען מען לייענען דאָ:

.