ייִדיש־שפּראַכיקע ביכער וועגן וויסנשאַפֿט, און בפֿרט וועגן טשאַרלס דאַרווין און זײַן טעאָירע פֿון עוואָלוציע בפֿרט, זענען געווען זייער פּאָפּולער פֿאַרן חורבן, ווען צענדליקער טויזנטער קינדער האָבן זיך געלערנט וועגן דעם אין די ייִדישע שולן. הײַנט איז דער מצבֿ זייער אַנדערש. כאָטש מע גיט יאָ אַמאָל אַרויס בײַ די חסידים נײַע ביכלעך פֿאַר קינדער וועגן די בעלי־חיים און אַנדערע וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס, דערמאָנט מען אין זיי ניט אַזעלכע טעמעס ווי די עוואָלוציע, וואָס קענען קומען אין סתּירה מיטן טראַדיציאָנעלן ייִדישן פֿאַרשטאַנד פֿון בראשית.
אויב אַזוי, צו וועמען קען מען זיך ווענדן, טאָמער מע וויל מען לערנען אַ קינד דעם באַגגריף פֿון עוואָלוציע, און דווקא אויף ייִדיש? ביז מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט מען געדאַרפֿט זיך באַנוגענען מיט אַלטע לערנביכער, וואָס מע האָט אָנגעשריבן פֿאַר דערוואַקסענע און גימנאַזיע־תּלמידים און ניט פֿאַר קליינע קינדער. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס געוויסע פֿון יענע אַלטע ביכער זענען גוט אָנגעשריבן, וועלן זיי בכלל ניט צוציִען דעם אינטערעס פֿון די הײַנטיקע קינדער, וואָס נייטיקן זיך אין קאָלירטע בילדער, און וואָס קוקן הײַנט מער אויפֿן קאָמפּיוטער איידער אין די זײַטן פֿון אַ ביכל.
צו פֿאַרענטפֿערן די פּראָבלעם האָט די שוועדישע רעגירונג לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אויף דער וועבזײַט פֿון איר מלוכישער טעלעוויזיע־נעץ אַ סעריע פֿון פֿינף ווידעאָס אויף מאַמע־לשון, וואָס דערציילן וועגן דעם לעבן פֿון טשאַרלס דאַרווין און זײַן טעאָריע פֿון עוואָלוציע. די ווידעאָס גיבן איבער פּרטימדיקע בײַשפּילן, ווי אַזוי פֿאַרשידענע מינים חיות האָבן זיך געביטן במשך פֿון די יאָרן, כּדי זיך בעסער צוצופּאַסן צו זייער סבֿיבֿה. מע הערט, למשל, וועגן פֿאַרשידענע מינים פֿייגל, טשערעפּאַכעס, יאַשטשערקעס, פֿערד און וואַלפֿיש, וואָס בײַ זיי איז אַ טייל פֿונעם קערפּער מיט דער צײַט געוואָרן גרעסער אָדער קלענער, כּדי זיי זאָלן קענען גרינגער געפֿינען עסן אָדער זיך בעסער באַשיצן פֿון אַנדערע חיות, וואָס ווילן זיי פֿאַרצוקן.
די ווידעאָס ווערן אונטערגעשטיצט דורך דער שוועדישער רעגירונג ווײַל אין שוועדן רעכנט מען ייִדיש פֿאַר אַן אָפֿיציעלער מינאָריטעט־שפּראַך. די רעגירונג שאַפֿט דערפֿאַר אַ ריי רעסורסן פֿאַר אירע ייִדיש־רעדנדיקע בירגער, אַמאָל אויף גאָר אומדערוואַרטע טעמעס.
כאָטש געוויסע טערמינען אין די ווידעאָס קלינגען מיר אויסטערליש און די שוועדישע עסטעטיק פֿאַר קינדערפֿילמען איז זייער אַנדערש ווי בײַ אונדז אין אַמעריקע, זענען די ווידעאָס פֿאָרט כּדאַי צו זען, ספּעציעל פֿאַר די עלטערן וואָס ווילן לערנען מיט זייערע קינדער וועגן עוואָלוציע. די סעריע וועט אויך צו ניץ קומען ייִדיש־סטודענטן, וואָס ווילן קוקן אויף אַ ווידעאָ וועגן אַ טעמע, וואָס מע הערט הײַנט זעלטן ווען אויף מאַמע־לשון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.