(דאָס איז טייל פֿון אַ סעריע פֿאָרווערטס־זכרונות פֿון אונדזערע לייענער, וואָס זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם סאַמע לעצטן געדרוקטן נומער, אַפּריל 2019)
בײַ מײַן זיידע פּיניע איז דער פֿאָרווערטס געווען אַ פּראַקטישע זאַך. אַזוי האָט ער למשל געוווּסט ווען מע דרייט צוריק אָדער פֿאָרויס דעם זייגער.
דער זיידע איז געבוירן געוואָרן אין טערנאָווקע אין 1911 בײַ אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה. אין 1929, צו 18 יאָר, האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין אומאַן, שפּעטער — קיִעוו און מאָסקווע, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ בוי־אינזשעניר און געהערט בלויז רוסיש און אוקראַיִניש. ייִדיש האָט ער גערעדט אַלץ ווייניקער און ווייניקער.
ווען ער האָט זיך באַזעצט אין מאָסקווע ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער ליב געהאַט צו גיין אין „גאָסעט־טעאַטער‟. נאָכן טויט פֿון זײַנע עלטערן און זײַן פֿרויס עלטערן, און בפֿרט נאָך דעם ווי זײַן פֿרוי איז געשיטאָרבן אין 1980 האָט ער שוין נישט געהאַט מיט וועמען צו רעדן ייִדיש אָבער האָט ווײַטער געלייענט מענדעלע מוכר ספֿרים אויף ייִדיש, ווי אויך עטלעכע סאָוועטיש־ייִדישע פּובליקאַציעס.
אין 1992 האָב איך מיט מײַנע עלטערן זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק און מיט אַכט יאָר שפּעטער איז דער זיידע אויך געקומען. איך פֿלעג אים ברענגען דעם פֿאָרווערטס און קאָמפּאַקטלעך ייִדישע לידער אַרויסגעגעבן פֿונעם פֿאָרווערטס אָבער מיט 18 יאָר צוריק האָט ער אָנגעהויבן לייענען דעם פֿאָרווערטס אויפֿן קאָמפּיוטער ביז ער איז געשטאָרבן אין 2005.
מײַן זון, פּנחס (פּיניע), ווערט הײַיאָר 4 יאָר אַלט אָבער ער איז שוין גוט באַקאַנט מיט ייִדיש. צוויי מאָל האָט ער פֿאַרבראַכט בײַ „ייִדישלאַנד‟, די וואָך־לאַנגע ייִדיש־פּראָגראַם פֿון אַרבעטער־רינג; איין מאָל אין קלעזקאַנאַדע; יעדע וואָך גייט ער אין אַרבעטער־רינג שולע און יעדן אָוונט, פֿאַרן לייגן זיך שלאָפֿן, זינגט ער און לייענט מיט אונדז אויף ייִדיש. פּיניע האָט ליב דעם געדרוקטן נומער פֿאָרווערטס ווײַל אַזוי קען ער אויסזוכן די ייִדישע אותיות וואָס ער קען און דערקענט שוין אַפֿילו עטלעכע ווערטער. ער האָט אויך הנאה פֿון דער ייִדישער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם „ייִדיש־פּאָפּ‟ און וועט בעסער אָפּשאַצן די פֿאָרווערטס־וועבזײַט ווען ער וועט עלטער ווערן. האָפֿנטלעך וועט דער פֿאָרווערטס מיט דער צײַט אַרויסשטעלן קינדערבלעטער!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.