ווידעאָ: מאַשע פֿאָגעל רעדט וועגן מענדעלעס „דאָס ווינטשפֿינגערל‟

WATCH: Macha Fogel Speaks About Mendele's "The Wishing-Ring"

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 23, 2019.
Akadem

כּדי צו זען דעם פֿילם קוועטשט דאָ

שוין העכער 20 יאָר וואָס דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם ביבליאָטעק‟ גיט אַרויס קלאַסישע ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין פֿראַנצייזישע איבערזעצונגען. צווישן אַנדערע האָט דער פֿאַרלאַג בײַם צענטער אַרויסגעגעבן אַ צאָל איבערזעצונגען פֿון בתיה בוים, וואָס האָט אין 2017 באַקומען די העכסטע פֿראַנצייזישע אויסצייכענונג פֿאַר איבערזעצונגען פֿאַר אירע אַרבעט.

דער פֿאַרלאַג בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ האָט שוין, למשל, אַרויסגעגעבן צוויישפּראַכיקע אויפֿלאַגעס אין בוימס איבערזעצונג פֿון מרים אולינאָווערס לידער, יצחק קאַצענעלסאָנס „דאָס ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟, „גרינער אַקוואַריום‟ פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, „אַ מאַנטל פֿון אַ פּרינץ‟ פֿון יאָסל בירשטיין און י. ל. פּרצס „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟.

אַחוץ די צוויישפּראַכיקע אויפֿלאַגעס האָט דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ אויך אַרויסגעגעבן צוויי ראָמאַנען פֿון מענדעלע מוכר ספֿרים אין בוימס איבערזעצונג: „די קליאַטשע‟ און, ערשט לעצטנס, „דאָס ווינטשפֿינגערל‟. כּדי מפֿרסם צו זײַן די נײַע פֿראַנצייזישע איבערזעצונג פֿונעם „ווינטשפֿינגערל,‟ האָט די זשורנאַליסטקע און אַקטריסע מאַשע פֿאָגעל אַרויסגעלאָזט צוויי ווידעאָס, איינער אויף ייִדיש און איינער אויף פֿראַנצייזיש, אין וועלכע זי רעדט וועגן דעם סיפּור־המעשׂה פֿון מענדעלעס באַרימטן בילדונגס־ראָמאַן און דעם אופֿן ווי אַזוי ער שפּיגלט אָפּ דעם מחברס בײַטנדיקע באַציִונג צו דער השׂכּלה.

די נײַע איבערזעצונג אויף פֿראַנצייזיש קען מען באַשטעלן דאָ: //www.yiddishweb.com/lanneau-magique-par-mendele-moykher-sforim/. כּדי צו לייענען דעם ראָמאַן אויף ייִדיש קוועטשט דאָ.