רבונו של עולם, פֿאַרקירץ אים זײַנע יאָרן
אַז ייִדן אַפּיקורסים זאָלן נישט קענען שבת פֿאָרן
(פֿון אַ פֿאָלקסליד)
וואָס קען זײַן ייִדישלעכער פֿון אַ באַן? די ייִדישער ליטעראַטור, על ראשון ראשון שלום־עליכמס „אײַזנבאַן־געשיכטעס“, איז פֿול מיט איר; ס׳איז אויך פֿאַראַן אַ שלל מיט אַנעקדאָטן וואָס קומען פֿאָר אין דער באַן.
פֿונדעסטוועגן איז נישט קיין וווּנדער, אַז פֿאַר דער באַן האָבן זיך פֿרומע ייִדן דערשראָקן, ווי אויך נישט, אַז דורך אַזאַ ליד זאָלן ווינציקער פֿרומע פֿון זיי חוזק מאַכן.
טשיקאַווע אויך וואָס ס׳זענען די ווערטער וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער באַן. די ערשטע באַן איז אויפֿגעקומען אין ענגלאַנד, איז דער עלטסטער וואָקאַבולאַר געווען אַן ענגלישער. אָבער צו ביסלעך האָט זי זיך צעשפּרייט איבערן גאַנצן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט און טאַקע איבער דער גאַנצער וועלט.
דאָס ענגלישע וואָרט train איז פֿאַרבונדן מיטן פֿראַנצייזישן traîner „שלעפּן“. איז אַ באַן אַ שלעפּער… ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, אַז אַן עלטערער טײַטש פֿונעם ענגלישן וואָרט איז „שלעפּ פֿון אַ קלייד“, ווײַל דאָס שלעפּט זיך דאָך נאָך פֿון הינטן. דער ווערב train „אויסשולן“ איז, אַ פּנים, אַ מאָל געווען טײַטש „צוציִען“.
אויף מאַמע־לשון זענען די שייכדיקע ווערטער געקומען פֿון דער פֿרעמד. דאָס דײַטשישע Zug, וואָס איז אויך פֿאַראַן אויף ייִדיש, איז פֿאַרבונדן מיטן ווערב ziehen „ציִען“. בײַ שלום־עליכמען טרעפֿט מען ס׳רוסיש־שטאַמיקע „פּאָיעזד“, וואָס ס׳איז אין תּוך אַרײַן טײַטש סתּם „פֿאָרמיטל“. אויך אויף אַנדערע לשונות איז דער טערמין פֿאַרבונדן מיט „ציִען“: פּויליש pociąg פֿונעם ווערב ciągnąć און אונגעריש vonat פֿונעם ווערב von, ביידע טײַטש „ציִען“.
זעט איר, דאָס דײַטשישע Bahn האָט לכתּחילה גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט „באַן‟ — אויף דײַטשיש איז Bahn אַ וועג; אַ Bahnbrecher איז אַ פּיאָניר, אַ מענטש וואָס טרעט אויס אַ נײַעם וועג. איז די באַן איז דער אמתן דער וועג וואָס אויף אים פֿאָרט מען, נישט די וואַגאָנען וואָס אין זיי פֿאָרט מען. אָבער אַפֿילו אויף דײַטשיש האָט זיך דאָס וואָרט אַריבערגעטראָגן אויף דער גאַנצער אינסטיטוציע. ווען דו זוכסט אַ בילעט אויפֿן וועבזײַטל פֿון דער דײַטשישער באַן (אַגבֿ קען מען דאָרטן קויפֿן פֿאָרבילעטן פֿון אַ היפּשער צאָל לענדער), געפֿינסטו דאָרטן אותיות DB, וואָס איז אַ קירצונג אָדער פֿון Deutsche Bahn אָדער פֿון die Bahn. אויף דײַטשיש איז פֿאַראַן נישט בלויז Eisenbahn („אײַזנבאַן“), נאָר אויך Strassenbahn („טראַמווײַ“), Schnellbahn („עקספּרעסבאַן“) אד״גל. אַ כּלל, אַ וויכטיק וואָרט.
ווערטער פֿאַר „באַנסטאַנציע“ נעמען זיך אויך פֿון ענגליש אָדער פֿון דײַטשיש. אויפֿן מישקל פֿונעם דײַטשישן Bahnhof זענען דאָ ס׳פּוילישע dworzec, ס׳אונגערישע pályaudvar אד״גל; ס׳רוסישע און ייִדישע „וואָקזאַל“ נעמט זיך, אַ פּנים, פֿונעם ענגלישן Vauxhall. לויטן וועבזײַטל פֿון דער „בי־בי־סי‟ איז Vauxhall געווען אַ מין פּאַרק אין לאָנדאָן. איז Vauxhall געוואָרן דער טערמין פֿאַר אַזאַ פּאַרק. אַז מע האָט אין רוסלאַנד בײַ אַזאַ פּאַרק אויפֿגעבויט די ערשטע באַנסטאַנציע, האָט זיך דאָס וואָרט אַריבערגעטראָגן אויף דער סטאַנציע אויך. דאָס איז איינער פֿון אָן אַ שיעור עפּאָנימען, וווּ פֿון אַ נאָמען איז געוואָרן אַ טערמין, אַ שטייגער, ס׳פּוילישע און ייִדישע „ראָווער“ („וועלאָסיפּעד“) נעמט זיך פֿונעם נאָמען פֿון דער ענגלישער פֿירמע וואָס האָט זיי פּראָדוצירט.
דאָס אַמאָליקע ענגלישע iron horse פֿאַר „באַן“ איז שוין פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער די פֿאַרבינדונג מיט אײַזן איז נאָך אַ שטאַרקע: חוץ „אײַזנבאַן“ אויף ייִדיש און דײַטשיש געפֿינט מען די עקוויוואַלענטן פֿון „אײַזן“ אין די שייכדיקע טערמינען אויף פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, איטאַליעניש, פּאָרטוגאַליש, רומעניש, פּויליש, טשעכיש, סלאָוואַקיש, רוסיש, אונגעריש און נאָך און נאָך.
אויך טשיקאַווע איז ס׳רוסישע און ייִדישע וואָרט „רעלס“, וואָס איז לשון־יחיד, כאָטש ס׳וואַקסט פֿונעם ענגלישן rails, וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, לשון־רבים. דאָס איז אויך אַ פֿאַרשפּרייטער פֿענאָמען: אויף ענגליש זאָגט מען דאָך paninis און pierogies, כאָטש איטאַליעניש panini און פּויליש pierogi זענען אין דער אמתן לשון־רבים. אַגבֿ, ווײַזט זיך אַרויס, אַז סײַ rail, סײַ rule און ruler נעמען זיך אַלע פֿונעם לאַטײַנישן regula („שטעקן; ווירע; כּלל; רעגירן“).
מיט איין װאָרט, דערציילן װעגן דער באַן פֿאָדערט אַ סך מיין װי איין װאָרט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.