זאָלן זיי דיר אומקערן דעם ניקל!

Get My Nickel Back!

פֿון ווירדזשיניע גראָס לעווין

Published April 23, 2019.
Wikimedia/Forverts Montage

Scroll down for English

(דאָס איז טייל פֿון אַ סעריע פֿאָרווערטס־זכרונות פֿון אונדזערע לייענער, וואָס זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם סאַמע לעצטן געדרוקטן נומער, אַפּריל 2019)

מיר האָבן געוווינט אין סאָניסײַד, קווינס, נ״י. בײַם אָנהייב 1940ער יאָרן פֿלעג איך, אויפֿן וועג אַהיים פֿון דער שול, קויפֿן דעם פֿאָרווערטס פֿאַר דער באָבען, מיימי רענקאָף, וועלכע האָט געוווינט בײַ אונדז.

איין מאָל האָט זי מיר געהייסן צוריקגיין אין „קענדי־סטאָר‟ [צוקערניע] כּדי מע זאָל איר אומקערן דעם ניקל ווײַל דער אייגנטימער האָט מיר נישט פֿאַרקויפֿט דעם פֿאָרווערטס, נאָר אַ צווייטע ייִדישע צײַטונג — „און מיר דערלויבן נישט יענע קאָמוניסטישע צײַטונג בײַ אונדז אין שטוב‟. אַ פּנים האָט מען דעם פֿאָרווערטס שוין געהאַט אויספֿאַרקויפֿט און די אייגנטימערין האָט שוין פֿאַרשטאַנען אַז אַ קינד וועט נישט באַמערקן דעם אונטערשייד.

פּ״ס: מע האָט איר טאַקע אומגעקערט דעם ניקל.

ווירדזשיניע גראָס לעווין
ברומאָל, פּענסילוועניע

Virginia Gross Levin
Broomall, PA

Part of a series of Forverts memories by our readers, published in the very last paper edition of the Forverts, April 2019

We lived in Sunnyside in Queens. I would pick up the paper for my Grandmother Mamie Renkoff, who lived with us, on the way home from school. This was in the early’40’s. One day she made me walk all the way back to the candy store to get her nickel back because the owner had given me another Yiddish newspaper and as she said: “We don’t allow that Communist paper in this house.”Apparently, the owner had sold out the Forverts and figured that a kid wouldn’t notice the difference.

P. S. I got her nickel back.