ווי אַ המשך פֿון שבֿיעי־של־פּסח – דעם זיבעטן טאָג פֿונעם יום־טובֿ – איז אונדזער שבת פֿאַרבונדן מיט דער קריעת־ים־סוף און משיחישע ענינים. אין די חסידישע קהילות פּראַוועט מען דעם לעצטן טאָג פֿון חג־הפּסח אַ ספּעציעלע סעודה, וואָס ווערט בײַ די ליובאַוויטשער אָנגערופֿן „סעודת משיח‟ און בײַ די אַנדערע חסידים – „סעודת בעל־שם־טובֿ”.
די לעצטע צוויי פּסחדיקע טעג איז דער איינציקער יום־טובֿ אינעם ייִדישן לוח, ווען מע טאָר נישט טאָן קיין מלאָכה, אָבער די יום־טובֿדיקע ברכה „שהחיינו‟ זאָגט מען נישט. די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן דווקא מיטן משיחישן טעם פֿון די דאָזיקע טעג. אַ „שהחיינו‟ זאָגט מען אויף אַ נײַער זאַך, ווען מע באַקומט עס שוין, און דער אַחרון־של־פּסח איז מרמז אויף די צוקונפֿטיקע גאולה־צײַטן.
צווישן די לעצטע יום־טובֿדיקע טעג פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון ד״ר נתן בירנבוים – אַ דענקער און טוער מיט אַ בולטן משיחישן האָפֿענונג־גײַסט, וועלכע האָט דורכגעמאַכט זייער אַ קאָמפּליצירט און באַלערנדיק לעבן. ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 2טן אַפּריל, 1937. ס׳איז געווען דער זיבעטער טאָג פֿון פּסח. לויט געוויסע קוואַלן איז אָבער דעמאָלט שוין געוואָרן אָוונט. אויב די דאָזיקע ידיעה איז ריכטיק, באַקומט זיך, אַז דער הײַנטיקער שבת איז זײַן יאָרצײַט.
נתן בירנבוים (1864-1937) האָט צוגעטראַכט צוויי באַקאַנטע טערמינען: ציוניזם און ייִדישיזם. אין 1883, זײַענדיק אַ 19־יאָריקער וועלטלעכער סטודענט פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט, האָט ער געשאַפֿן די יוגנטלעכע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע „קדימה‟ און דעם זשורנאַל „זעלבסט־עמאַנסיפּאַציע!‟, וווּ ער האָט כּסדר פּובליקירט זײַנע אייגענע ציוניסטישע געדאַנקען. דעמאָלט האָט די באַוועגונג נאָך נישט געהאַט קיין קאָנקרעטן נאָמען. מיט עטלעכע יאָר פֿאַר טעאָדאָר הערצלס בוך „דער ייִדנשטאַט” האָט בירנבוים אויסגעטראַכט און אָנגעהויבן אויסנוצן דעם באַגריף „ציוניזם‟. בירנבוימס ראָמאַן מיט ציוניזם האָט זיך אָפּגעריסן, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז הערצל און אַנדערע באַרימטע פֿיגורן אין דער באַוועגונג האָבן פֿײַנט די אַלטע טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט און ווילן פֿאַרוואַנדלען ייִדן פֿאַקטיש אין אַ נײַער נאַציע מיט אַ מערבֿ־אייראָפּעיִש פּנים.
ווען בירננוים האָט זיך אַנטוישט אין דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע, האָט ער זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִדיש־קולטור. פּאָליטיש, האָט ער דעמאָלט געשטיצט אַ „גלות־נאַציאָנאַליזם”, נאָענט צו חיים זשיטלאָווסקיס שיטה. נתן בירנבוים האָט געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם אָרגאַניזירן די באַרימטע טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין 1908, בעת וועלכער מע האָט דערקלערט ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדן. ביסלעכווײַז, איז ער געוואָרן שטאַרק פֿרום און שפּעטער אויך געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין „אַגודת־ישׂראל‟ – דעמאָלט אַ שאַרפֿע אַנטי־ציוניסטישע פּאַרטיי – וווּ ער האָט געדינט ווי דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון 1919 ביז 1922. אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער געווען באַקאַנט, דער עיקר, ווי אַ חרדישער טוער.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, זענען אַזעלכע פּערזענלעכע גילגולים פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ ווינער ייִד פֿון יענער תּקופֿה. אַ געבוירענער אין אַ דײַטשיש־רעדנדיקער משפּחה, איז בירנבוים אַליין געווען אַ שוואַכער ייִדיש־קענער. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געשטאַמט פֿון גאַליציע און אונגערן, אָבער גערעדט צווישן זיך אויף דײַטשיש. עסטרײַך־אונגערן האָט זיך געפֿונען צווישן די צוויי ייִדישע וועלטן: די שטעטלדיקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישקייט און די אַסימילירטע דײַטשישע. ווי אַ אויסגעשפּראָכענעם מוסטער פֿון דער דאָזיקער צוויי־זײַטיקייט קאָן מען דערמאָנען די אָריגינעלע אויסגאַבע פֿון רבי הלל ליכטענשטיינס ספֿר „עת לעשׂות‟. דער מחבר, אַ רבֿ פֿונעם גאַליציאַנער שטעטל קאָלאָמיי, רופֿט ייִדן צו רעדן אויף ייִדיש, נאָר זײַן אייגענע שפּראַך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקן ייִדיש־דײַטשישן מישמאַש. ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די הײַנטיקע חסידים אין וויליאַמסבורג און מאָנסי רעדן אָפֿטמאָל בעסער אויף ייִדיש, ווי זייערע אונגעריש־ און דײַטשיש־שפּראַכיקע באָבע־זיידעס.
מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז זײַענדיק אַ פֿאָרשטייער פֿון אַזאַ געמיש, האָט נתן בירנבוים זיך צוערשט צוגעצויגן צו ד״ר הערצלס „דײַטשישן‟ וועלטלעך־נאַציאָנאַליסטישן געדאַנק. ווי אַן עכטער אונגערישער ייִד איז ער שפּעטער געוואָרן אַ מין פֿאָרלויפֿער פֿונעם הײַנטיקן סאַטמאַרער ייִדישלאַנד, אַ חרדיש־פֿרומער ייִדישיסט. איין זאַך האָט זיך במשך פֿון זײַן לעבן נישט געביטן: אין אַלע גילגולים פֿון זײַן לעבן, פֿון יוגנט אָן, האָט ד״ר נתן בירנבוים ז״ל אַרויסגעוויזן אַן אויסערגעוויינטלעכן אָרגאַניזאַטאָרישן און פֿירערישן טאַלאַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.