דער דײַטשיש־שפּראַכיקער ייִדישער דיכטער פּאַול צעלאַן (1970-1920) פֿאַרנעמט אַ בכּּבֿודיק אָרט אין דער מאָדערנער ליטעראַטור. ער איז געװאָרן אַ מין מיטאָלאָגישע פֿיגור, אַן אײנזאַמע דיכטערישע שטים פֿון דער חורבן־טראַגעדיע.
זײַן לעבן איז פֿאַרוויקלט געװאָרן אין מיטאָלאָגיע. דערבײַ אָבער ווייסן צעלאַנס דײַטשישע לײענער זייער ווייניק וועגן זײַן לעבן אין טשערנאָװיץ, פֿון זײַן קולטורעלן הינטערגרונט און זײַן סבֿיבֿה אײדער ער האָט זיך אַריבערגעקליבן קײן פּאַריז אין 1948. צעלאַן האָט זיך באַזעצט אין בוקאַרעשט אין 1945, נאָך דעם װי ער איז באַפֿרײַט געװאָרן פֿון דער עבֿודת־פּרח אין דעם רומענישן שקלאַף-לאַגער. דאָס בוך פֿונעם רומענישן ייִדישן מחבר פּעטרע סאָלאָמאָן, „פּאַול צעלאַן: די רומענישע דימענסיע‟, דערצײלט דװקא װעגן אָט די פּאָר יאָר אין צעלאַנס לעבן װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין בוקאַרעשט. דעמאָלט איז ער געװען סימפּאַטעטיש צו קאָמוניזם, אָבער צום סוף האָט ער באַשלאָסן ניט צו בלײַבן אין דער קאָמוניסטישער רומעניע.
סאָלאָמאָן שילדערט אַ לעבעדיקן פּאָרטרעט פֿון צעלאַן און זײַן סבֿיבֿה אין בוקאַרעשט, װוּ זײ האָבן בײדע אָנגעהױבן זײערע ליטעראַרישע קאַריערעס. אַזױ װי אַ סך טשערנאָװיצער ייִדן פֿון מיטל־שטאַנד, איז צעלאַנס מאַמע־לשון געװען דײַטשיש, אָבער זײַן בילדונג איז געװען אױף רומעניש. װען בוקאָװינע איז אַנעקסירט געװאָרן דורכן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1940, האָט צעלאַן זיך אױסגעלערנט רוסיש, און חוץ דעם האָט ער גוט געקענט פֿראַנצייזיש. אין בוקאַרעשט האָט צעלאַן געאַרבעט אינעם פֿאַרלאַג, װאָס האָט אַרױסגעגעבן רוסישע און סאָװעטישע ליטעראַטור אין רומענישע איבערזעצונגען. דאָס האָט זיך גוט צוגעפּאַסט סײַ צו זײַנע שפּראַך־קענטענישן און סײַ צו זײַן אידעאָלאָגישן װעלטבאַנעם אין יענער צײַט. צעלאַן האָט איבערגעזעצט די װערק פֿון דער רוסישער און סאָװעטישער ליטעראַטור אױף רומעניש, אַ שפּראַך וואָס ער האָט גוט געקענט. זײַנע לידער האָט ער אָבער װײַטער געשריבן אױף דײַטשיש.
נאַטירלעך איז אים, ווי אַ ייִד, ניט אָנגעקומען גרינג נאָכן חורבן צו שרײַבן אױף דײַטשיש אין רומעניע. כּדי גובֿר צו זײַן די דאָזיקע פּסיכאָלאָגישע מניעה האָט ער אַנטװיקלט אַן אײגענעם נוסח פֿון דײַטשישן לשון, װאָס האָט געקלונגען אַ ביסל פֿרעמד פֿאַרן געװײנטלעכן דײַטשישן אױער. דװקא דער דאָזיקער פּאָעטישער נוסח האָט אים געבראַכט אָנערקענונג אין דער נאָך־מלחמיקער דײַטשישער ליטעראַטור, װאָס האָט געפּרוּווט זיך רײנצוּװאַשן פֿון דער נאַציסטישער ירושה. צעלאַן האָט פֿאַר זײ פֿאַרקערפּערט די „רײנע‟ דײַטשישע שפּראַך, די שפּראַך פֿון קרבנות און ניט פֿון פֿאַרברעכער.
צעלאַנס בוקאַרעשטער סבֿיבֿה איז געװען גאַנץ הײמיש. לרובֿ זײַנען דאָס געװען רומענישע ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה אונטער דער פֿאַשיסטישער דיקטאַטור. ער האָט ניט גערעדט קײן סך װעגן זײַנע יאָרן אין די לאַגערן, אָבער אינעװײניק האָט ער שטאַרק געליטן פֿונעם שולדגעפֿיל פֿאַרן טױט פֿון זײַנע עלטערן, װאָס זײַנען דעפּאָרטירט געװאָרן קײן טראַנסניסטריע און זײַנען דאָרט אומגעקומען. דער דאָזיקער שולדגעפֿיל איז געװאָרן נאָך שטאַרקער אין פּאַריז, און האָט גורם געווען אַ ביטערע דעפּרעסיע װאָס האָט אים סוף־כּל־סוף דערפֿירט צו באַגיין זעלבסטמאָרד אין 1970.
די דײַטשישע קריטיקער פֿון די 1950ער יאָרן האָבן געלױבט די אײגנאַרטיקײט פֿון צעלאַנס דיכטונג, אָבער זײ האָבן געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין די באַדינגונגען פֿון זײַן לעבן. בײַ זײ איז ער געװען אַן אַבסטראַקטע פֿיגור, װאָס האָט געהאַט אַ ספּעציעלן פּאָעטישן שליחות. סאָלאָמאָן האַלט, אַז אין דײַטשלאַנד האָט מען בכּיװן ניט באַמערקט, אַז צעלאַנס לידער האָבן געהאַט אַ קאָנקרעטן אינהאַלט, װאָס האָט געשטאַמט פֿון זײַנע איבערלעבונגען בעתן חורבן. אין רומעניע, להיפּוך, האָט יעדער גוט פֿאַרשטאַנען קעגן װאָס עס איז געגאַנגען אין צעלאַנס לידער, װײַל לרובֿ זײַנען זײַנע לײענער געװען ייִדן, װאָס האָבן געקענט גוט דײַטשיש און די דײַטשישע ליטעראַטור. צעלאַנס סאַמע באַרימט דײַטשיש ליד „טאָדעס־פֿוגע‟ (טױט־פֿוגע) האָט אַ פֿריִערדיקן רומענישן נוסח, װאָס הײסט „טױט־טאַנגאָ‟. דער רומענישער לײענער פֿאַרשטײט, אַז דאָ מײנט דער דיכטער דעם טאַנגאָ, װאָס די נאַציסטן האָבן געצװוּנגען ייִדן צו שפּילן װען מען האָט זײ געטריבן צום טױט. די „פֿוגע‟ אינעם דײַטשישן נוסח האָט גאָר אַן אַנדערן באַטײַט, װאָס דערמאָנט אָן דער קלאַסישער קריסטלעכער מוזיק פֿון יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַך.
צעלאַנס באַציִונג צו ייִדיש און זײַן קענטעניש פֿון דער ייִדישער קולטור בלײַבן עד־היום ניט געהעריק דערפֿאָרשט. סאָלאָמאָן דערמאָנט אַ טשיקאַװן עפּיזאָד אין רומעניע נאָך דער מלחמה. ס׳איז דעמאָלט געװען אַ היפּשער דוחק אין כּלערלײ מינים סחורה. אין בוקאַרעשט איז געװען אַ קראָם, װאָס האָט געהערט צו אײנעם אַ שנײַדער פֿון יאַש. יענער שנײַדער האָט געהאַט אַ סך דרך־ארץ פֿאַר ליטעראַטן. אין יאַש איז ער געװען באַקאַנט מיט איציק מאַנגערס טאַטן, און דער יונגער איציק האָט אַ קורצע צײַט געאַרבעט בײַ אים װי אַ געהילף. איצט האָט מען צו אים געבראַכט אַ צווייטן ייִדישן דיכטער פֿון טשערנאָװיץ, װאָס האָט זיך גענײטיקט אין נײַע בגדים און צעלאַן האָט באַקומען אַ קאָסטיום מיט אַ שיינער הנחה.
סאָלאָמאָנס בוך האָט געװאַרט פֿערציק יאָר ביז מען האָט עס איבערגעזעצט אױף ענגליש. דאָס איז אַ װיכטיקער ליטעראַרישער דאָקומענט, װאָס דערצײלט ניט נאָר װעגן דער קורצער צײַט װאָס צעלאַן האָט פֿאַרבראַכט אין בוקאַרעשט, נאָר אױך אַנטפּלעקט די אײגנאַרטיקע קולטורעלע אַטמאָספֿער פֿון רומעניע צװישן צװײ דיקטאַטאָרישע רעזשימען, דעם פֿאַשיסטישן און דעם קאָמוניסטישן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.