(ערשטער טייל)
מענטשן אין דער גאָרער וועלט וואָס וווינען צווישן פֿיר ווענט לאָזן די ווענט נישט שטיין נאַקעט. אין עסטרײַך, למשל, וווּ איך זיץ און הייב אָן שרײַבן אָט דעם חיבור, געפֿין איך זיך אין אַ שטוב וווּ אויף די ווענט האָט מען אויפֿגעהאָנגען טיילן פֿון סקעלעטן פֿון געפֿאַנגענע הירשן מיט הערנער — אַזוינע עלף איינצלנע צעזייט און צעשפּרייט אויף די ווענט איבער מײַן קאָפּ. אַ קולטור פֿון יעגער באַפּוצט די ווענט מיט סקעלעטן פֿון געפֿאַנגענע חיות. אַ קולטור פֿון מלחמה־האַלטער באַפּוצט די ווענט מיט געווער פֿון אַלע מינים. אַ קולטור פֿון עסטעטיקער באַפּוצט די ווענט מיט בילדער און אַנדערע קונסט־אַרטיפֿאַקטן. און באָריס, דער טאַקסי־שאָפֿער מײַנער, קלײַבט מאַגנעטן פֿון אַלע לענדער און סאָרטן.
בײַ מיר אין שטוב וועט איר אָבער געפֿינען פּאָליצעס מיט ביכער. פֿון דיל ביזן סופֿיט. די ביכער זײַנען נישט קיין באַפּוצונג, נאָר אַ באַשטאַנדטייל פֿון דעם וואָס אַ מענטש קלײַבט צונויף במשך פֿון זײַן לעבן. עס זענען אויך פֿאַראַן מענטשן וואָס קלײַבן ביכער ווי אַ צײַטפֿאַרברענג אָבער איך קלײַב נישט קיין ביכער; בײַ מיר האָבן זיי זיך אָנגעקליבן פֿון זיך אַליין.
בײַ מײַנע טאַטע־מאַמע און זיידע־באָבע אין שטוב, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן — אַ מזרח־אייראָפּעיִשע היים, גלײַך עמיגרירט פֿון פּינסק קיין אַרגענטינע אין 1937, זײַנען אויף די ווענט געווען גאָר אַנדערע זאַכן: אין גרויסן עסצימער האָבן געהאַנגען רעטושירטע בילדער פֿון די אָבֿות־אָבֿותינו, אין גרויסע ראַמען. אין קליינעם עסצימער איז געהאָנגען אַ קרן־קיימת פּושקע און אויך אַ קאַלענדאַר וווּ יעדער טאָג האָט זײַן אייגן בלעטל מיט דבֿרי־חכמה און גלײַכווערטלעך אויף ייִדיש און העברעיִש (פֿון די מקורים) — אַ קאַלענדאַר מיט מער ווי 350 זײַטלעך, און יעדן טאָג פֿלעגט מען אַראָפּרײַסן אַ בלעטל פֿון געגעבענעם טאָג. אַ קאַלענדאַר אויף וועלכן ייִדן האָבן געבויט איינע פֿון זייערע הומאָריסטישע קללות: „זאָלסט זײַן ווי אַ קאַלענדאַר, אַ גאַנצן יאָר זאָלסטו הענגען, און אַלע טאָג זאָל מען רײַסן פֿון דיר שטיקער‟.
אויף די ווענט פֿון הויז, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן האָבן נישט געהאָנגען קיין יעגער־טראָפֿעען פֿון חיות, קיין קונסטבילדער פֿון גרויסע מאָלער אָדער קאָלעקציעס פֿון מאַגנעטן, נאָר טאַפּעטן. קיווע סיסקעל, דער טאַפּעטן־קלעפּער, פֿלעגט קומען בערך אַלע פֿינף יאָר צו אונדז אין שטוב, און אַ גאַנצן טאָג אויסקלעפּן אַלע צימערן מיט נײַע טאַפּעטן. ביכער אין שטוב זײַנען געווען ווייניק. דער עיקר — סידורים, מחזורים, פּסח־הגדות, אַ גאַנג בענד פֿון „עין יעקבֿ‟ וווּ מײַן זיידע פֿלעגט אַרײַנקוקן אין זײַן פֿרײַער צײַט; און דאָ און דאָרט נאָך ספֿרי־קודש, ווי למשל צען בענדער חומש (חוק ישׂראל) מיט 42 פּירושים וואָס מײַן טאַטע האָט געפֿונען אין גאַס אויפֿן מיסט, אָן אַן אײַנבונד, האָט זיי געשיקט אײַנבינדן דע לוקס און אויפֿן רוקנביין געהייסן אָפּדרוקן דעם נאָמען חיים־מענדל שוואַרץ און עס געגעבן אַ מתּנה דעם זיידן, דעם טאַטן פֿון מײַן מאַמען. די אַלע ספֿרי־קודש זענען געשטאַנען אין אַ פֿאַרמאַכטן אַלמער אַ קליינעם — און נישט אויף קיין פּאָליצעס אויף די ווענט.
גאַנצע ביבליאָטעקן האָבן איך געזען אין אינסטיטוציעס, נישט אין קיין פּריוואַטע הײַזער פֿון ייִדישע אימיגראַנטן קיין אַרגענטינע. למשל, אין לערער־סעמינאַר פֿון דער קהילה, בין איך צו פֿערצן יאָר צום ערשטן מאָל אַרײַן אין אַזאַ מין ביבליאָטעק — די ביבליאָטעק פֿון אַרגענטינער ייִוואָ, וואָס האָט זיך געפֿונען אין זעלבן בנין פֿון דער ייִדישער קהילה אין בוענאָס־אײַרעס, וווּ דער לערער־סעמינאַר איז געווען אויף אַן אַנדער שטאָק. דער דירעקטאָר פֿון דער ביבליאָטעק איז געווען דער לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור אין לערער־סעמינאַר, שמואל ראָזשאַנסקי. ער האָט אונדז ספּעציעל געבראַכט אין „מקום קודש‟ פֿון דער ביבליאָטעק, אין אַ שיין געבויטן זאַל מיט ערטער וווּ מע קען זיצן און לייענען, ווי אין אַ ביבליאָטעק. דער זאַל איז געווען שיין געסטרויעט ווי אַ ביבליאָטעק דאַרף זײַן, אָבער — צום באַדויערן — ליידיק.
דער לערער ראָזשאַנסקי האָט בײַ אונדז אָבער דערוועקט דעם חשק צו לייענען און נישט איין מאָל פֿלעגן מיר אַוועקפֿאָרן אין דער ביבליאָטעק פֿון פֿאַקולטעט פֿאַר משפּטים וואָס איז געווען אָפֿן אַ גאַנצן מעת־לעת און אָפּזיצן דאָרט גאַנצענע נעכט לייענענדיק אַפּלאַטאָן און אַריסטאָטעל אין דער שפּאַנישער איבערזעצונג, און אַרום אונדז זענען געשטאַנען ביכער אויף אַלע ווענט. אויך אין מיטלשול פֿלעגן מיר אַנטרונען ווערן צו מאָל פֿון אַ נודנעם קלאַס און לויפֿן לייענען ענציקלאָפּעדיעס אין אַ דערבײַיִקער שטאָט־ביבליאָטעק. געלט צו קויפֿן ביכער האָב איך נישט געהאַט, און דערפֿאַר האָט מיך געצויגן צו די פֿרעמדע ביבליאָטעקן.
אַ בוך וואָס געהערט צו אַנדערע האָט גאָר אַן אַנדער טעם. ווען איר האָט אַן אייגענע קאַסע און קענט קויפֿן אייגענע ביכער האָט עס אַן אַנדער טעם, ווי „דאָס מעסערל‟ בײַ שלום־עליכמען: ווען איר ווילט קענט איר עס אַרויסנעמען און באַקוקן, וואָס איר ווילט נאָר קענט איר מיט דעם טאָן: ווילט איר אונטערשטרײַכן אַ זאַץ מיט אַ פּען (צו געדענקען בעסער) — מעגט איר; ווילט איר אָנצייכענען אַ פֿענצטער אַרום אַ פּאָר שורות (עס גלײַך צו דערבליקן אַ צווייטן מאָל) — מעגט איר… דערפֿאַר דאַרף אַ מענטש האָבן אַן אייגענע ביבליאָטעק! אָבער ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער, אַז ביכער קאָסטן געלט און געלט הענגט נישט אויף די ביימער?! קלײַבט מען, צו ביסלעך, יענע ביכער וואָס פֿאַר קיין שום געלט אין דער וועלט וועט מען נישט אַרויסוואַרפֿן פֿון שטוב, און זיכער נישט לײַען. איך געדענק וואָס מײַן לערער דבֿ סדן האָט אַ מאָל געענטפֿערט עמעצן וואָס האָט געוואָלט לײַען בײַ אים אַ בוך. סדן האָט געזאָגט קורץ און שאַרף: „ניין, איך ווייס ווי מע בויט זיך אויף אַ פּריוואַטע ביבליאָטעק!‟ פֿון דער צווייטער זײַט האָט פּראָפֿעסאָר דבֿ סדן זײַן גאַנץ לעבן געשענקט ביכער זײַנע תּלמידים, מיט אַ ווידמונג און מיט זײַן אונטערשריפֿט. אין מײַן ביבליאָטעק האָב איך צענדליקער אַזוינע ביכער.
אַן אַנדער מקור פֿאַר ביכער פֿאַר מײַן ביבליאָטעק, זײַנען מײַנע געבורטסטעג. די משפּחה ווייס אַז ביכער זײַנען די בעסטע מתּנות. אַ ביז גאָר טשיקאַווע און טרויעריקע מקור פֿאַר ביכער — איז די גאַס אַליין. מײַנע קרובֿים ווייסן שוין אַז אויב זיי געפֿינען ייִדישע ביכער פֿון חיים גראַדע לעבן מיסט אין אַ ישׂראלדיקער גאַס בין איך אַ בעלן זיי צו האָבן. נישט נאָר פּריוואַטע מענטשן וואַרפֿן אַרויס ביכער אין גאַס אַרײַן, אויך בכּבֿודיקע ביבליאָטעקן אין ישׂראל וואַרפֿן אַרויס סײַ ייִדישע ביכער און סײַ אַנדערע, און פֿון צײַט צו צײַט קען מען בײַ זיי קויפֿן ביכער פֿאַר אַ שיבוש. איך וויל עס זאָל זײַן קלאָר — איך בין נישט קיין קאָלעקטאָר פֿון ביכער. אין מײַן ביבליאָטעק נעם איך נאָר אַרײַן יענע ביכער וואָס איך וואָלט פֿאַר קיין געלט נישט אַרויסגענומען פֿון שטוב — סײַדן איך האָב צוויי עקזעמפּלאַרן, דאַן גיב איך זיי מײַנע תּלמידים אַ מתּנה.
מיר זײַנען דרײַ דורות פֿון אימיגראַנטן און עמיגראַנטן. די עלטערן פֿון מײַן מאַמען, מײַן מאַמע און אירע ברידער און שוועסטער זײַנען געווען אימיגראַנטן און איך מיט מײַן פּלוניתטע זײַנען עמיגראַנטן, און נישט געקוקט אויף דעם וואָס איך און זי זײַנען עולה געווען אין צוגעזאָגטן לאַנד האָבן מיר ביז הײַנט זיך איבערגעצויגן נײַן מאָל און פֿיל געשלעפּט מיט אונדז די ביכער פֿון איין דירה אין דער צווייטער. איז געשען, אַז פֿון דער זיבעטער צו דער אַכטער דירה האָבן מיר באַשלאָסן אַז מע דאַרף פֿאַרגרעסערן די ביבליאָטעק־פּאָליצעס. האָבן מיר זיך פֿאַרבונדן מיט אַ סטאָליער המומחה, אַריה, סײַ אַ ביליקער אין פּרײַז און סײַ אַ דעקלאַרירטער ייִד, ווײַל יויזל איז דאָך געווען אַ ייִד און נאָר פּאַולוס האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ גאָט פֿון די גויים, הונדערט יאָר שפּעטער. איז ער געקומען צו אונדז אין דער זיבעטער וווינונג כּדי צו פּלאַנירן דעם גרייס פֿון די פּאָליצעס אין אַכטן וווינונג, און ווי ער איז אַרײַן צו אונדז, האָט ער געכאַפּט אַ קוק, און גלײַך געפּסקנט: „איר האָט צו פֿיל ביכער!‟ געמיינט האָט ער מן־הסתּם אַז אַ גלייביקער דאַרף זיך באַנוגענען מיטן אַלטן טעסטאַמענט צוזאַמען מיטן נײַעם טעסטאַמענט, און מער קיין ביכער דאַרף מען נישט. אויך מײַן זיידע חיים־מענדל שוואַרץ, וועלכער איז געווען אַ סעקרעטאַר אין דער חבֿרה־קדישא פֿון דער קהילה, האָט מן־הסתּם געגלייבט אַז „אדם יסודו מאפֿר וסופו לעפֿר‟, אַ מענטש קומט פֿון שטויב און ענדיקט אין שטויב, איז חוץ דער הייליקער תּורה, וואָס דאַרף ער מער?! „הבֿל הבֿלים, הכל הבֿל‟ האָט געזאָגט קהלת און שלום־עליכם איז אים מפֿרש: „בלאָטע שבבלאָטע, אַלץ איז בלאָטע‟.
דער סטאָליער אַריה איז גערעכט. סתּם אַ סך ביכער, צי ספֿרים, איז איבעריק, אָבער דער גוייִשער ייִד אָדער ייִדישער גוי האָט פֿאַרגעסן, אַז אַ תּורה איז טאַקע אַ תּורה, אָבער זי איז געבויט אויף ווערטער. נעמט צו די ווערטער — האָט איר נישט קיין תּורה, און ווערטער מוזן האָבן אַ פּירוש, און יעדער בוך ברענגט זײַן פּירוש, און דערפֿאַר האָבן מיר אַ משנה, און אַ גמרא, מיט די תּנאים און גאונים, און אַזוי ווײַטער און ווײַטער ביז דעם לעבנסאויפֿטו פֿון הרבֿ עדין אבֿן ישׂראל שטיינזאַלץ, און די גמרא מיט די פּירושים פֿון שאָטנשטיין, און אַזוי ווײַטער…
ווי קען אַ מענטש אַ פּראָגרעסיווער פֿון 21סטן יאָרהונדערט, פֿאַרשטיין דאָס לשון־קודש פֿון דער תּורה, וואָס איז 3,200 יאָר אַלט, אָן די פּירושים פֿון די שפּעטערדיקע דורות? דערפֿאַר איז די גרויסע קייט פֿון זײַן אַ ייִד פֿאַרבונדן מיט דער ביבליאָטעק פֿון ייִדישן פֿאָלק, און אַזוי ווי ייִדן זײַנען אויך מענטשן, איז אויך די ביבליאָטעק פֿון דער מענטשהייט פֿאַרבונדן מיט דער גרויסער קייט פֿון זײַן אַ ייִד. דער גרויסער ייִדישער טעאָלאָג פֿראַנץ ראָזענצווײַג האָט שוין געזאָגט, אַז עס עקסיסטירט נישט אין דער וועלט סתּם אַ מענטש. מענטשן זײַנען אָדער ייִדן, אָדער מוסלמענער, אָדער קריסטן, אָדער געצן־דינער. ס’הייסט, אַז דער מעטאַפֿיזישער מאָמענט אין מענטשלעכן וועלטבאַנעם איז אויך אַ באַשטאַנדטייל פֿון דער מענטשלעכער פּסיכיק און פּסיכאָלאָגיע. דערפֿאַר איז וויכטיק אינעם לעבן פֿון אַ מענטשן, אַפֿילו און דווקא, ווען ער איז אַ ייִד, צו האָבן אַ צוטריט צו שפּראַכן. איז אויך דערפֿאַר מײַן ביבליאָטעק פֿול מיט ווערטערביכער. אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל מײַנעם, „עלוקובראַציעס פֿון אַ באַשיידענעם פּאָליגלאָט‟, האָב איך געפּרוּווט באַטראַכטן די קשיא, צי דאָס זײַן אַ פּאָליגלאָט איז אַ ברכה אָדער אַ קללה.
איז אַרויפֿגעפֿאַלן אויף מיר חיים מאָנאָגלאָט, און האָט צעשטערט אַלע מײַנע אַרגומענטן
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.