אַ בראָדוויי־פּאָפּורי אויף מאַמע־לשון

A Broadway Medley in Yiddish

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 25, 2019.

לעצטנס האָט די אָרגאַניזאַציע Broadway Cares דורכגעפֿירט איר יערלעכן ספּעקטאַקל, אין וועלכן די אַקטיאָרן און זינגער פֿון פֿאַרשידענע פֿאָרשטעלונגען קומען זיך צונויף כּדי אויפֿצוטרעטן מיט נײַע, אָפֿט מאָל סאַטירישע, לידער. כאָטש דער אָוונט ציט צו די גרעסטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער בראָדוויי־בינע, איז ער ניט בלויז אַ סיבה זיך צו פֿאַרווײַלן, נאָר איז אויך, ובפֿרט, אַ ריזיקער בענעפֿיט, לטובֿת דעם קאַמף קעגן „איידס‟.

צווישן די סקיצעס און לידער, וואָס מע האָט פֿאָרגעשטעלט, איז די טרופּע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויפֿגעטראָטן מיט לידער פֿון באַרימטע בראָדוויי־פּיעסעס, איבערגעזעצט אויף ייִדיש. צווישן זיי – רעפּליקן פֿון „שיקאַגע‟, „דער ספֿר פֿון מאָרמאָן‟, „שלעכטס‟ (Wicked, בלע”ז) און „האַמילטאָן‟. אין זײַן אויפֿטריט האָט מיכל יאַשינסקי געזונגען אַ רעפּ־ליד פֿון „האַמילטאָן‟ נוסח לין מאַנועל מיראַנדע, מיט וועמען ער האָט זיך אויך געטראָפֿן נאָכן ספּעקטאַקל.

דער אַקטיאָר מיכל יאַשינסקי, פֿאַרשטעלט ווי לאַפֿאַיעט פֿון „האַמילטאָן‟, פּאָזירט מיטן באַרימטן דראַמאַטורג און אַקטיאָר לין מאַנועל מיראַנדע, וואָס האָט מחבר געווען דעם מיוזיקל
Joanne Borts
דער אַקטיאָר מיכל יאַשינסקי, פֿאַרשטעלט ווי לאַפֿאַיעט פֿון „האַמילטאָן‟, פּאָזירט מיטן באַרימטן דראַמאַטורג און אַקטיאָר לין מאַנועל מיראַנדע, וואָס האָט מחבר געווען דעם מיוזיקל

די סקיצע האָט אָנגעשריבן בען ליבערט און אָדם שאַפּיראָ; מיכל יאַשינסקי האָט „פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט‟ אַלע לידער אויף מאַמע־לשון.

טאָמער פֿאַרשטײט איר נישט דעם גאַנצן טעקסט פֿון דעם „האַמילטאָן‟־טעקסט אויף ייִדיש, אָט זענען זײ:

איך מאַך רויטע רעקלעך רויטער
מיט מײַן בייזן באַיאָנעט
לאַפֿאַיעט!

כ׳קום פֿון העט־העט
פֿון לאַנד פֿון רולעט
און צעטרעט עטיקעט
מיט מײַן שטאָל־שטיוועלעט
לאַפֿאַיעט!

זײַן מאַיעסטעט
ווערט אַ סקעלעט
אַ סילועט
וועט זאָגן על־חטא
לאַפֿאַיעט

איר ווייסט וואָס איז זעלטן?
לאַפֿאַיעט!
אַ העלד פֿון צוויי וועלטן.

און אָט זענען די אָריגינעלע ווערטער אויף ענגליש:

“I’m takin this horse by the reins makin’
Redcoats redder with bloodstains
(Lafayette!)

And I’m never gonna stop until I make ‘em
Drop and burn ‘em up and scatter their remains, I’m
(Lafayette!)

Watch me engagin’ em, escapin’ em
Enragin’ em
I’m
(Lafayette!)

I go to France for more funds
(Lafayette!)
I come back with more guns.”