אין דעצעמבער 2018 האָט ווירצבורגער אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון יוליוס מאַקסימיליאַן, אין דײַטשלאַנד, אָנגעהויבן אַ וויכטיקן פֿאָרשפּראָיעקט געווידמעט דער קאָפּטישער פֿאָלקס־מאַגיע.
די פֿאָרשער, מיט ד״ר קאָרשי דאָסו בראָש, גיבן איבער, אַז במשך פֿון פֿינעף יאָר פּלאַנירן זיי צו שאַפֿן אַ גרויסע אָפֿענע קאָמפּיוטער־באַזע, באַטיטלט „קיפּריִאַנאָס‟, וווּ עס וועט געזאַמלט ווערן די פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן בערך 500 טעקסטן און אָביעקטן, געשאַפֿן צווישן דעם 3טן און 12טן יאָרהונדערט.
דעם 8טן מאַרץ איז אויף דער וועבזײַט פֿונעם פּראָיעקט, www.coptic-magic.phil.uni-wuerzburg.de, דערשינען גאָר אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן דעם מיצרישן כּישוף און ייִדישקייט. אַ צווייטער אינטערעסאַנטער אַרטיקל, וואָס האָט אַן אומדירעקט שײַכות צו דער ייִדישער טעמאַטיק, איז פּובליקירט געוואָרן דעם 22סטן מאַרץ. עס גייט אַ רייד וועגן אַ זאַמלונג פֿון שפּרוכן אַדרעסירט צום מלאך מיכאל.
אַ קענער פֿון ענלעכע ייִדישע ווערק קאָן גרינג באַמערקן אין דער דאָזיקער האַנטשריפֿט פֿונעם 10טן יאָרהונדערט אַ וווּנדערלעכע ענלעכקייט צום ספֿר „רזיאל המלאך‟, וואָס בלײַבט פּאָפּולער אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט, בפֿרט צווישן די חסידים, ווי אַ סגולה קעגן אַ שׂריפֿה און אַנדערע אומגליקן. אין חסידישע קראָמען קאָן מען אַפֿילו קויפֿן אַ קליינטשיקע ווערסיע פֿונעם ספֿר, וואָס געוויסע יחידים טראָגן אויפֿן האַלדז.
ס׳זעט אויס, אַז די ענלעכקייט איז נישט קיין צופֿאַל. הגם לויט דער לעגענדע שטאַמט „רזיאל המלאך‟ פֿון אָדם הראשון אַליין, באַשטייט דער טעקסט פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע שיכטן. למשל, ס׳טרעפֿן זיך דאָרטן אַלטע גריכישע ווערטער, אַרײַנגערעכנט די נעמען פֿון אַזעלכע אַמאָליקע עבֿודה־זרות, ווי אַפֿראָדיטע און זעוס. אינעם ספֿר ווערן זיי „געכּשרט‟ ווי בלויז מלאָכים פֿון שטערן און פּלאַנעטן.
דאָס קאָן זײַן אַ סימן פֿון פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישע בעל־שמס און זייערע קאָפּטישע קאָלעגן אין דער גריכיש־רוימישער תּקופֿה פֿון דער מיצרישער געשיכטע. דער ערשטער דערמאָנטער אַרטיקל, פֿונעם 8טן מאַרץ, ווײַזט טאַקע אַ ריי אַזעלכע פֿאַרבינדונגען — אי מצד די ייִדישע, אי מצד די קאָפּטישע סגולה־ספּעציאַליסטן.
פֿון אַ היסטאָרישער, קולטורעלער און לינגוויסטישער פּערספּעקטיוו איז די קאָפּטישע שפּראַך בכלל גאָר אינטערעסאַנט. ס׳איז אַ דירעקטער המשך פֿון אַלט־מיצריש, וועלכער איז באַניצט געוואָרן ביזן 17סטן יאָרהונדערט. אַנשטאָט די אַמאָליקע היעראָגליפֿן באַנוצן זיך אָבער די קאָפּטן מיט אַן אייגנאַרטיקן וואַריאַנט פֿונעם גריכישן אַלפֿאַבעט. ווי אַן אַפֿראָ־אַזיאַטישע שפּראַך, איז מיצריש אַ ווײַטער „קוזין‟ פֿון לשון־קודש און לשון־תּרגום.
די הײַנטיקע קאָפּטן, אַ ממשותדיקע קריסטלעכע מינאָריטעט פֿון בערך 20 מיליאָן נפֿשות, שפּילן אַ גרויסע ראָלע אין דער עגיפּטישער געזעלשאַפֿט, אָבער הײַנט רעדן זיי אויף אַראַביש. אין זייערע קלויסטערס ווערט קאָפּטיש אָבער אָפּגעהיט ווי זייער אייגענע תּפֿילה־שפּראַך. קאָפּטישע אַקטיוויסטן פּרוּוון עס פֿאַרשפּרייטן אויך ווי אַ לעבעדיק אומגאַנג־לשון.
ווי באַקאַנט, דערציילט די תּורה ווי די מיצרישע חרטומים, כּישוף־מאַכער, האָבן געפּרוּווט זיך צו פֿאַרמעסטן מיט משה רבינו. מצרים ווערט בכלל אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט כּישופֿים און אַזעלכע „געהיימע חכמות‟, ווי אַלכעמיע.
נאָכן אָננעמען די קריסטלעכע רעליגיע האָבן די קאָפּטן זיך געגעבן פּונקט די זעלבע עצה, ווי די ייִדישע מומחים אין קבלה־מעשׂיות. זיי האָבן אויסגעאַרבעט אַ שיטה, לויט וועלכער די בייזע כּישופֿים שיידן זיך אונטער פֿון דער גוטער „ווײַסער מאַגיע‟. צו דינען עפּעס אַן אָפּגאָט, לשם כּישוף צי סתּם אַזוי, טאָר מען אַוודאי נישט, אָבער צו פֿאָדערן עפּעס בײַם מלאך מיכאל דורך אַ ספּעציעלן ריטואַל מעג מען — ער איז דאָך אַ בכּבֿודיקע תּנ״כישע פֿיגור! אַזעלכע ספֿרים, ווי „רזיאל המלאך‟ זענען אויך פֿול מיט פּראַקטישע עצות, ווי אַזוי אַ מענטש קאָן זיך פֿאַרבינדן מיט שדים און מלאָכים.
הגם די הויפּטשטראָמיקע רבנים האָבן אָפֿט פֿאַרדאַמט אַזעלכע באַשעפֿטיקונגען אָדער זיי באַטראַכט פֿאַר סכּנותדיק, זענען די פֿאָלק־סגולות אַ „גרויער שטח‟, וווּ קעגנזײַטיקע השפּעות צווישן פֿאַרשיידענע רעליגיעס טרעפֿן זיך אָפֿט. אין סגולות און קמיעות, וואָס ווערן עד־היום באַניצט בײַ די צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן אין ארץ־ישׂראל, קאָנען זיך אָפּגעפֿינען נאָך סימנים פֿונעם ייִדיש־מיצרישן קולטור־אויסטויש אינעם דאָזיקן געביט — אַבי עס זאָלן זיך אויך אָפּגעפֿינען די פֿאָרשער, וואָס וועלן זיי זוכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.