הערט ווי שמערקע קאַטשערגינסקי רעדט אין מאָנטרעאַל. מײַ 1953:
צו יום־השואה שטעלן מיר פֿאָר אַן אוניקאַלע רעקאָרדירונג פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי ז׳׳ל. ווי אַ קינד, בין איך געווען ממש פֿאַרכאַפּט מיט די לידער געשריבן פֿון דעם ווילנער פּאָעט, פּאַרטיזאַנער און עטנאָמוזיקאָלאָג, וואָס האָט נאָך דער מלחמה געזאַמלט די הונדערטער לידער, וואָס מע האָט געזונגען אין די געטאָס און לאַגערן איבער גאַנץ אייראָפּע.
ווי אַזוי קומט עס, פֿרעגט איר מסתּמא, אַז אַ קליין קינד אין פֿילאַדלעפֿיע אין די 1990ער יאָרן זאָל וויסן פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי און זײַן ראָלע ווי אַ קולטור־טרעגער און פּאַרטיזאַנער אין דער ווילנער געטאָ? אויף איין פֿוס: צו אַכט יאָר האָט מען מיך אַרײַנגענומען אין אַ יוגנטכאָר, וואָס האָט געזונגען אויף אַ יערלעכער חורבן־הזכּרה. צווישן די ייִדישע לידער האָט מען געזונגען קאַטשערגינסקיס „יוגנט־הימען‟ און מע האָט מיך געבעטן צו זינגען סאָלאָ.
(אָט קען מען הערן ווי שמערקע קאַטשערגינסקי אַליין זינגט דאָס ליד, בעת אַן אינטערוויו מיט רות רובין).
וואָכן לאַנג האָב איך דאָס ליד רעפּעטירט בײַ זיך אין דער היים מיטן טאַטן, ווײַל לויט מײַן קינדערשן שׂכל האָב איך געמיינט, אַז אַפֿילו דער קלענסטער טעות בײַם זינגען וואָלט געקענט חרובֿ מאַכן די גאַנצע צערעמאָניע (דאָס וואָס די הזכּרה איז געווען אַ צערעמאָניע פֿון כּמעט 3 שעה און דאָס ליד איז געווען נאָר אַ קליינטשיקער טייל דערפֿון, איז מיר ניט אײַנגעפֿאַלן).
ניט אומזיסט בין איך געווען נערוועז וועגן מײַן אויפֿטריט. איך האָב געוווּסט, אַז צו דער צערעמאָניע קומען אַ סך ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וועמען מע האָט בכלל ניט געזען בײַ אונדז אין דער „פֿילאַדעלפֿיער פֿאָלקסשול‟ אויף קיין אַנדערע אונטערנעמונגען, אַפֿילו ניט אויף יום־כּיפּור. צו אַכט יאָר האָב איך שוין געהאַט אַ טיפֿן דרך־ארץ פֿאַר די שארית־הפּליטה ייִדן, און איך האָב ניט געוואָלט שטערן זייער וויכטיקן טאָג מיט אַן אומפּערפֿעקטן אויפֿטריט. און דאָס איז געווען ממש אַ צרה ווײַל קיין ייִדיש האָב איך ניט געקענט, און זינגען האָב איך אויך ניט גוט געקענט.
נו, ווי אַזוי איז געגאַנגען מײַן נוסח פֿונעם „יוגנט־הימען‟? איך ווייס באמת ניט. איך געדענק נאָר, אַז אַן אַלטע פֿרוי אין דער ערשטער ריי האָט געחלשט במשך פֿון מײַן זינגען און איך האָב דאָס אויסגעטײַטשט אויף מײַן אופֿן, אַז עפּעס אַ טעות מײַנער האָט זי דערהרגעט! ווי עס האָט מיר שפּעטער דערקלערט איר מאַן, איז זי אַליין געווען אין ווילנער געטאָ און איר ברודער, וואָס האָט ניט איבערגעלעבט די מלחמה, האָט דאָרט געזונגען דאָס זעלביקע ליד אין אַ יוגנטכאָר נישט לאַנג פֿאַר זײַן טויט. דאָס הערן קינדער זינגען דעם זעלביקן הימען איז פֿאַר איר געווען צו עמאָציאָנעל צו פֿאַרטראָגן.
צוליב דעם אינצידענט האָב איך באַשלאָסן קיינמאָל מער ניט צו זינגען פֿאַר אַן עולם. עס האָט אָבער יאָ אויפֿגעוועקט מײַן אינטערעס צו שמערקע קאַטשערגינסקי, וואָס איז געוואָרן ממש אַן אָבסעסיע. צו יענער צײַט איז ניט געווען צוטריטלעך קיין שום אינפֿאָרמאַציע וועגן אים אויף ענגליש; און ייִדיש, ווי געזאָגט, האָב איך ניט געקענט. האָב זיך דערוווּסט מער פּרטים וועגן אים, אַ דאַנק דער לערערין אין דער „פֿאָלקסשול‟.
יאָרן שפּעטער, נאָך דעם וואָס איך האָב שוין געקענט ייִדיש און דורכגעלייענט קאַטשערגינסקיס ריזיקע ביכער־זכרונות, בין איך אַליין געפֿאָרן קיין ווילנע און זיך דאָרטן באַקענט מיט מענטשן, וואָס האָבן אים פּערזענלעך גוט געקענט. מיט דרײַ יאָר שפּעטער, אין 2011, האָב איך זיך אָנגעהויבן אַרבעטן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, וווּ איך האָב אָנגעפֿירט מיט אַ פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן דעם קלאַנג־אַרכיוו פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟. צוליב דעם, וואָס שמערקע קאַטשערגינסקי איז אומגעקומען אין אַן עראָפּלאַן־קראַך אין 1954, און די ערשטע רעקאָרדירונגען אינעם אַרכיוו זענען פֿון 1953, איז מיר אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז מע וואָלט געקענט דאָרטן געפֿינען אַ רעקאָרדירונג פֿון אים. אָבער ווען איך האָב דורכגעבלעטערט די ריזיקע העפֿט, אין וועלכער די דעמאָלטיקע ביבליאָטעקאַרן האָבן פֿאַרשריבן די נעמען פֿון די רעדנער, האָב איך זיך גלײַך אָנגעשטויסן אין קאַטשערגינסקיס נאָמען. צופֿעליק, איז ער געקומען קיין מאָנטרעאָל צו האַלטן אַ רעפֿעראַט דווקא אין 1953.
אויבן קענט איר הערן דעם אויסערגעוויינטלעכן רעפֿעראַט וואָס ער האָט געהאַלטן, וועגן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער און דער ראָלע פֿון מוזיק אינעם גײַסטיקן ווידערשטאַנד אין ווילנער געטאָ. אַַפֿילו נאָך 66 יאָר קלינגט די טעמע אַקטועל. די רעדע אַליין ווערט אָבער וויכטיקער פֿון יאָר צו יאָר צוליב דעם וואָס עס גייט אַוועק דער לעצטער דור לעבן־געבליבענע. די רעקאָרדירונג איז אַ זעלטענער אוצר, און איך האָף, אַז איר וועט הנאה האָבן פֿון איר און זי טיילן מיט אַנדערע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.