העשי (העראָלד) ראַבינאָוויץ זאָגט אַז אין יענער רגע, ווען ער האָט אָפּגעשטעלט זײַן אויטאָ פֿאַרן „ביקאָן אין‟, אַן אײַנפֿאָר־הויז אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס, איז זײַן לעבן ממש פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ האָליוווּד־פֿילם.
געווען איז עס ווינטער 1979. העשי איז געווען דער רבֿ פֿון „עדת בית ישׂראל‟, אַ שיל אינעם דערבײַיִקן שטעטל מאָלדען, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1904 דורך ליטוויש־ייִדישע אימיגראַנטן. (דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון דער שיל איז טאַקע „בית ישׂראל אַנשי ליטע‟). אַחוץ דעם האָט העשי אויך געאַרבעט ווי אַ לערער אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול „מײַמאָנידיס‟, אין ברוקלײַן.
„ווינטערצײַט איז מיר נישט געווען גרינג אָנצוקומען באַצײַטנס צו דאַווענען מינחה מיט מײַנע מתפּללים ווײַל ס׳האָט געדויערט 45 מינוט צו פֿאָרן פֿון ברוקלײַן קיין מאָלדען,‟ האָט העשי דערציילט דעם פֿאָרווערטס. „דאָס מאָל האָב איך שוין אײַנגעזען אַז איך וועל נישט באַווײַזן, האָב איך זיך אָפּגעשטעלט בײַם ׳ביקאָן אין׳ און אָנגעקלונגען מײַן שמשׂ מרדכי פֿונעם עפֿנטלעכן טעלעפֿאָן אינעם לאָבי.
„הער זיך אײַן, אויב איר דאַרפֿט שוין אָנהייבן דאַווענען מינחה, דאַוונט מינחה, וואַרט נישט אויף מיר,‟ האָט ער געזאָגט אויף ייִדיש. ווי נאָר ער האָט אויפֿגעהאָנגען דאָס טרײַבל האָט אַן עלטערער מענטש געמאַכט צו אים מיט דער האַנט ער זאָל צוקומען. „ער האָט מיר געזאָגט: ׳כ׳האָב דאָ אַ שטיקל פּראָבלעם. אפֿשר קענט איר מיר העלפֿן.׳‟
דער מענטש האָט נישט אויסגעזאָגט ווער ער איז און העשי האָט אים נישט דערקענט. „ער האָט מיר געזאָגט אַז ער דאַרף האַלטן אַ לעקציע וועגן חיים נחמן ביאַליק אויף ייִדיש אינעם ׳ציוניזם־הויז׳ אין באָסטאָן אָבער האָט פֿאַרגעסן מיטצוברענגען די ענגלישע איבערזעצונג,‟ האָט העשי דערקלערט. „ער האָט געהערט ווי איך רעד אַ ביסל ייִדיש מיט מרדכין, האָט ער מיך געפֿרעגט צי איך קען זײַן לעקציע איבערזעצן.‟
ס׳האָט געדויערט העשין אַ האַלבע שעה (זיבן זײַטן) אויסצושרײַבן די איבערזעצונג אויפֿן „ביקאָן אין‟־בריוופּאַפּיר. דער רעפֿערענט האָט העשין באַדאַנקט און געווען גרייט אים צו באַצאָלן דערפֿאַר. „האָב איך אים געזאָגט: ׳ניין, אַפֿילו קיין פּעני וויל איך נישט׳ אָבער ס׳איז מיר יאָ געווען אינטערעסאַנט צו הערן ווי די לעקציע איז געגאַנגען.‟
האָט דער מאַן גענומען העשיס טעלעפֿאָן־נומער און צוגעזאָגט אים איבערצוגעבן אַ באַריכט.
דעם צווייטן טאָג קלינגט בײַ העשין דער טעלעפֿאָן. „דאָ רעדט חיים גראַדע,‟ האָט דאָס קול געזאָגט.
„דער אמתער חיים גראַדע?‟ האָט העשי געפֿרעגט אַ געפּלעפֿטע.
נישט־וויסנדיק האָט דער ברוקלין־געבוירענער רבֿ אין באָסטאָן מיט אַ טאָג פֿריִער געהאַט איבערגעזעצט אַ רעפֿעראַט פֿונעם באַקאַנטן ווילנער מחבר פֿון די גרויסע ווערק „די עגונה‟ (1961) און „צמח אַטלאַס‟ (1967־1968). רעדנדיק אויף ייִדיש האָט גראַדע איצט געזאָגט העשי אַז ער איז שוין צוריק אין זײַן דירה אין בראָנקס, ניו־יאָרק און קלינגט אים כּדי צו דערציילן ווי אַזוי ס׳איז געגאַנגען די לעקציע.
אין גיכן האָט העשי זיך דערוווּסט אַז די סיבה פֿאַר וואָס גראַדע האָט נישט געהאַט מיט זיך די ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער ביאַליק־לעקציע איז נישט געווען ווײַל ער האָט אים פֿאַרגעסן, נאָר ווײַל אינאַ העקער, זײַן הייס־געבאָדענע פֿרוי, האָט אים נישט געלאָזט עס מיטנעמען.
„עטלעכע מינוט פֿאַר מײַן ערשטער באַגעגעניש מיט גראַדען האָבן ער און אינאַ זיך צעקריגט און זי האָט זיך נוקם געווען אין אים דורכן נישט לאָזן אים נעמען די איבערזעצונג,‟ האָט העשי געזאָגט. „וואָס מער איך האָב זיך באַקענט מיט דעם פּאָרפֿאָלק אַלץ מער האָב איך געזען ווי די דינאַמיק שפּילט זיך אויס אַזוי כּסדר.‟
ס׳ווערט געשאַפֿן אַ שותּפֿות פֿון דרײַ מענטשן
העשי האָט שוין געהאַט געלייענט ס׳רובֿ פֿון גראַדעס ווערק און איז געווען אַנטוישט אין אַ טייל פֿון די איבערזעצונגען. „די ישיבֿה‟ — דער ענגלישער נוסח פֿון „צמח אַטלאַס‟ — האָט מער געשילדערט ברוקלין איידער ווילנע, האָט ער געזאָגט.
גראַדע האָט אויך געהאַלטן אַזוי, האָט ער געבעטן העשין אים טרעפֿן בײַ זײַן פֿאַרלאַג „קנאָפּף‟ אינעם „ראַנדאָם האַוס‟ בנין אויף 50סטער גאַס און דריטער עוועניו אין מאַנהעטן. צוזאַמען וועלן זיי דורכשמועסן דעם ענין מיט גראַדעס אַמעריקאַנער רעדאַקטאָר.
ווען העשי איז אָנגעקומען, זענען חיים און אינאַ אים אַנטקעגנגעקומען מיט אַ ברוך־הבא. „איך האָב נאָך קיין מאָל נישט געהאַט געזען אינאַ און איך מוז זאָגן, זי איז טאַקע געווען אַ שיינע,‟ האָט העשי, הײַנט אַ מאַן פֿון 70 יאָר, זיך דערמאָנט מיט 40 יאָר שפּעטער. „זי און חיים האָבן בכלל נישט אויסגעזען ווי אַ צוגעפּאַסט פּאָרל. ער איז געווען אַ קורצער, מיט אַ ליסע־קאָפּ, גערייכערט פּאַפּיראָסן כּסדר, און זי — ווי אַ האָליוווּד־שטערן. שטייענדיק דאָרט אינעם לאָבי האָט חיים אונדז גיך פֿאָרגעשטעלט און מיר זענען אַרויף מיטן ליפֿט זיך טרעפֿן מיט חיימס רעדאַקטאָר.
יענעם פֿרימאָרגן האָט העשי געהאַט אַ צווייטן סורפּריז: גראַדעס רעדאַקטאָר איז געווען גאָרדאָן ליש — דער אָנגעזעענער רעדאַקטאָר וואָס האָט געהאָלפֿן אַנטוויקלען די ליטעראַרישע קאַריערעס פֿון גרויסע ראָמאַניסטן ווי ריימאָנד קאַרווער, ריטשאַרד פֿאָרד און סינטיאַ אָזיק.
„כ׳האָב נישט געװוּסט אַז גאָרדאָן האָט דעמאָלט געדאַרפֿט געבן זײַן השגחה איבער מיר,‟ זאָגט העשי. „סוף־כּל־סוף האָט ער געגעבן חיימען אַ סימן אַז ער איז מסכּים. אָט אַזוי בין איך ׳באַקרוינט געוואָרן׳ ווי דער אָפֿיציעלער איבערזעצער פֿון חיים גראַדעס ׳די קלויז און די גאַס׳ — אַ זאַמלונג פֿון דרײַ נאָוועלעס וואָס האָט נאָך אַפֿילו נישט געהאַט קיין ענגלישן טיטל.‟
העשי זאָגט אַז ער איז געווען ווי אַ דאָרפֿסייִנגל, פּריטשמעליעט פֿון דער גרויסער ניו־יאָרקער פֿאַרלאַגוועלט. „דאָס אַרײַנטרעטן אין ׳קנאָפּף׳ האָט בײַ מיר אַרויסגערופֿן דעם זעלבן ייִראת־הכּבֿוד ווי ווען כ׳וואָלט אָנגעקומען אין ׳ווײַסן הויז׳,‟ האָט ער דערקלערט. „שטעל זיך פֿאָר מײַן שאָק ווען איך האָב זיך דערוווּסט אַז סינטיאַ אָזיק האָט רעדאַקטירט מײַן איבערזעצונג!‟
העשי האָט געאַרבעט אויף דער איבערזעצונג במשך פֿון אַ שווער יאָר. ערשטנס, זענען אין יענעם יאָר געשטאָרבן אַן אומגעוויינטלעך הויכע צאָל מתפּללים זײַנע. במשך פֿון זײַנע צען יאָר ווי דער רבֿ פֿון דער שיל זענען געשטאָרבן בערך 300 מיטגלידער. דורך אַ לעגאַלער אויספֿאָרשונג פֿון אַן אַדוואָקאַט, יאַן שליכטמאַן, האָבן די אײַנוווינער פֿון מאָלדען און אַנדערע פֿאָרשטעט פֿון באָסטאָן זיך דערוווּסט, אַז אַ גאַרבערײַ האָט געהאַט קאָנטאַמינירט דאָס טרינקוואַסער אין דער סבֿיבֿה.
„אַזוי האָבן מיר שוין פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס האָראָוויץ, דער כּשרער קצבֿ אין מאָלדען, איז געשטאָרבן פֿון אַ ראַק אין דער קני, און פֿאַר וואָס מתפּללים רעכטס און לינקס האָבן אויך געקראָגן ראַק,‟ האָט ער געזאָגט.
די פּטירה פֿון אַזוי פֿיל פֿרײַנד און מתפּללים איז געווען פֿאַר העשין אַ גרויסער קלאַפּ. אין 1981, נאָכן איבערזעצן עטלעכע קאַפּיטלען פֿון „די קלויז און די גאַס‟ — וואָס אויף ענגליש האָט עס איצט געהייסן Rabbis and Wives — האָט ער דעמיסיאָנירט ווי דער רבֿ פֿון דער שיל, פֿאַרלאָזט זײַן פּאָזיציע ווי אַ שוללערער און זיך צעשיידט מיט זײַן פֿרוי, כּדי צו מאַכן אַ קאַריערע אין איבערזעצערײַ.
„מײַנע עלטערן זענען, פֿאַרשטייט זיך, נישט געווען צופֿרידן, ווײַל בײַ זיי האָט דאָס זײַן אַ שרײַבער אָדער רעדאַקטאָר באַטײַט אַ לעבן פֿון אָרעמקייט,‟ זאָגט העשי. ער האָט זיך אַריבערגעקליבן קיין ניו־יאָרק און פֿאַרבראַכט פֿיר טעג אַ וואָך, חדשים לאַנג, בײַם איבערזעצן דעם ייִדישן כּתבֿ־יד, שורה נאָך שורה, מיט גראַדען.
„אינאַ האָט פֿאַרשטאַנען ייִדיש אָבער נישט געקענט עס לייענען,‟ האָט העשי געזאָגט. „זי איז אָבער די גאַנצע צײַט געזעסן מיט אונדז און אַרומגערעדט די איבערזעצונג. זי האָט געקענט ענגליש בעסער ווי חיים.‟
בײַם סוף פֿון דער איבערזעצונג־אַרבעט האָט גראַדע געפֿרעגט בײַ העשי אויב מע קען באַצייכענען אינאַ ווי די מיט־איבערזעצער. העשי זאָגט אַז אינאַס כּבֿוד־זוכערײַ איז אים נישט געווען קיין חידוש און ער האָט צוגעשטימט.
אַ חידוש איז אים אָבער יאָ געווען איר באַשלוס, יענעם דעצעמבער, אויפֿצושטעלן אַ ניטלבוים אין זייער דירה לכּבֿוד איר טאַטנס קריסטלעכן גלויבן. די יאָלקע איז שוין געשטאַנען אַן אויסגעפּוצטע ווען העשי איז אַרײַנגעקומען און אינאַ האָט אים גלײַך געמאַכט אַ קאָמפּלימענט וואָס ער טוט זיך אָן אַזוי באַלעבאַטיש אינעם טאָג וואָס אַ פֿאָרווערטס־רעפּאָרטער קומט אינטערוויויִרן איר מאַן.
פּונקט דעמאָלט קלינגט מען בײַ דער טיר. העשי האָט פֿאַרשטאַנען אַז דאָס מוז זײַן דער רעפּאָרטער, איז ער אַראָפּגעלאָפֿן די טרעפּ צום לאָבי און געעפֿנט די טיר. דאָרט איז געשטאַנען אַ פֿרוי וואָס האָט אים געזאָגט אַז זי איז געקומען אינטערוויויִרן חיים גראַדע, האָט העשי איר געענטפֿערט, אַז דאָס איז נישט קיין פּאַסיקער טאָג. „ער פֿילט זיך נישט גוט,‟ האָט ער געזאָגט.
פּלוצלינג האָט העשי דערהערט אינאַס קול דורכן אַרײַנגאַנג־הילכער: ׳העשי, איכ׳ל דיר דערלאַנגען אַ מעסער אין קאָפּ!‟ ער האָט זיך אָבער געמאַכט נישט־וויסנדיק און סוף־כּל־סוף באַוויזן איבערצוצײַגן די רעפּאָרטערין נישט אַרויפֿצוגיין. זיי האָבן זיך געזעגנט און ער האָט נישט אָפּגעטראָטן ביז זי איז צוריק אַרײַן אין אויטאָ און אָפּגעפֿאָרן.
„חיים גראַדעס קאַריערע וואָלט אָפּגעהאַקט געוואָרן אויב די רעפּאָרטערין וואָלט געשריבן אַז חיים, אַ געוועזענער תּלמיד בײַם באַרימטן פּוסק, דעם חזון איש, האָט בײַ זיך אין דער דירה אַ ניטלבוים,‟ האָט העשי געזאָגט.
העשי איז זיכער אַז אינאַ האָט בכּיוון אַראַנזשירט דעם פֿאָרווערטס־אינטערוויו ניטלצײַט. „די פֿרוי פֿון איינעם פֿון די גרעסטע ייִדישע שרײַבער האָט ממש פֿײַנט געהאַט ייִדיש־רעדערס,‟ האָט ער געזאָגט. „איין מאָל האָט זי אַפֿילו געשריגן אויף מיר דורכן אַרײַנגאַנג־הילכער: ׳העשי, איכ׳ל דיר דערלאַנגען אַ מעסער אין קאָפּ!‟
העשי טענהט אַז אינאַ האָט געהאַט ממש אַ פּערווערסן חשק אונטערצוגראָבן איר מאַנס רעפּוטאַציע אין דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט. „זי האָט געוווּסט פּונקט וואָס זי טוט,‟ האָט ער געזאָגט. אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס זענען חיים און אינאַ געבליבן צוזאַמען די אַלע יאָרן, האָט העשי בלויז איין וואָרט דערפֿאַר: ליבע.
„ס׳קלינגט אויסטערליש, אָבער זיי האָבן זיך תּמיד באַצויגן איינער צום צווייטן מיט ליבשאַפֿט. איך האָב דאָס אָפֿט מאָל באַוווּנדערט בײַ זיי.‟
איידער גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982 איז דאָס בוך, Rabbis and Wives, נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „פּוליצער־פּריז‟ פֿאַר בעלעטריסטיק. גראַדע און העשי זענען ביידע געווען אַנטציקט, אַפֿילו נאָך דעם וואָס דאָס בוך איז געקומען אויפֿן צווייטן אָרט.
„אינאַ איז אָבער געווען מלא־כּעס,‟ האָט העשי געזאָגט. „צווייטן אָרט! אַזאַ חוצפּה! וועלעכס בוך האָט דען געוווּנען?‟
אויפֿן ערשטן אָרט איז געקומען The Color Purple פֿון אַליס וואָקער. העשי און חיים האָבן דאָס בוך געקויפֿט בײַם „באַרנס ענד נאָבל‟ אויף 18טער גאַס און פֿיפֿטער עוועניו. „נאָך דעם ווי מיר האָבן איבערגעלייענט עטלעכע קאַפּיטלען און דורכגעבלעטערט די אַנדערע האָט חיים געזאָגט: ׳ס׳איז גאָר נישט אַזוי שלעכט צו קומען אויפֿן צווייטן אָרט, נאָך אַזאַ בוך.‟ אינאַ איז אָבער שוין געשטאַנען אין אַ טעלעפֿאָן־בודקע אויף דער גאַס און געשריגן אויף איינעם פֿון גראַדעס אַדוואָקאַטן. זי האָט געוואָלט אַז מע זאָל דיסקוואַליפֿיצירן וואָקערס ראָמען צוליב דעם וואָס ס׳האָט באַקומען דאָס דרוקרעכט מיט אַ יאָר פֿריִער.‟
אינאַ העקער גראַדע איז ביזן סוף פֿאַרבליבן די גרעסטע שטרויכלונג אין גראַדעס קאַריערע, האָט העשי געזאָגט. יאָרן לאַנג האָט זי געהאַט גרויסע האָפֿענונגען פֿאַרן פֿילם־נוסח פֿון „מײַן קריג מיט הערש ראַסיינער‟, איינע פֿון גראַדעס ערשטע דערציילונגען. „ס׳איז געווען אַ באַשיידענער פֿילם און נישט געהאַט קיין גרויסע הצלחה,‟ האָט העשי געזאָגט.
חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982, און אינאַ — אין 2010. במשך פֿון אירע 28 יאָר ווי גראַדעס אַלמנה האָט אינאַ אָנגעהאַלטן אַ קאָנטאַקט מיט העשין און נישט אויפֿגעהערט זיך צו באַקלאָגן אויף דער קאַלטער פֿאַרלאַג־אינדוסטריע וואָס האָט בכלל נישט אָפּגעשאַצט דאָס ליטעראַרישע גאונות פֿון איר מאַן, חיים גראַדע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.