נאָכן טראַגישן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, באַשטראָפֿט פֿאַרן ברענגען „אַ פֿרעמד פֿײַער‟ אינעם משכּן, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש. אַפֿילו דער כּהן־גדול מעג אַהין אַרײַן בלויז איין טאָג אַ יאָר — יום־כּיפּור.
די חסידישע מפֿרשים זאָגן אונדז, אַז נדבֿ און אַבֿיהוא זענען געווען גרויסע צדיקים, ברענענדיקע נשמות, וועלכע האָבן צוליב זייער נשמה־ברען בכּיוון געשטרעבט אַוועקצוגיין פֿון דער זינדיקער גשמיותדיקער וועלט אין אַ הימליש פֿײַער. זײַענדיק בהתלהבֿות, גײַסטיק שיכּור, האָבן זיי אַליין, צוליב זייער עקזאַלטאַציע, גורם געווען זייער טראַגישן טויט.
דער פּראָמינענטער ייִדישער דענקער הלל צייטלין — אַ זעלטענע קאָמבינאַציע פֿון אַן עכטן חסיד און אַ פֿילאָסאָף — באַמערקט, אַז עכטע פּאָעטן זענען נאָענט צו דער אמתער נבֿואה. אין דער געשיכטע זענען באַקאַנט אַ סך טרויעריקע פֿאַלן, ווען די סאַמע בעסטע דיכטער זענען פּלוצעם אומגעקומען בײַ אַ יונגן עלטער.
די ישׂראלדיקע פּאָעטעסע שיינע־זעלדע שניאורסאָן־מישקאָווסקי (1914-1984) האָט געהאַט אַ מזל אָפּצולעבן גענוג לאַנג אָבער פֿאָרט אויף אַ טוץ יאָר קירצער ווי ס׳רובֿ תּושבֿים פֿון ארץ־ישׂראל. אונטערן פּסעוודאָנים „זעלדע‟ בלײַבט זי באַקאַנט ווי אַן אומגעוויינטלעכע ייִדישע דיכטערין — אַ טיף פֿרומע פֿרוי, וואָס פֿלעכט אין אירע לשון־קודשדיקע לידער צונויף חסידישע און וועלטלעכע מאָטיוון, האַרציקע געפֿילן און נבֿיאיִשע חזיונות. איר יאָרצײַט, כּ״ח בניסן, פֿאַלט אויס דעם הײַנטיקן ערבֿ־שבת.
שיינע־זעלדע שניאורסאָן איז געבוירן געוואָרן אין דער אוקראַיִנישער שטאָט טשערניגאָוו. איר טאַטע, שלום שניאורסאָן, איז געווען אַ ברודער פֿון לוי־יצחק שניאורסאָן, דער טאַטע פֿונעם לעצטן ליובאַוויטשער רבין. איר מאַמע, רחל חן, האָט געשטאַמט פֿון זייער אַ באַקאַנטער חב״דסקער רבנישער משפּחה. אין 1926 האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל. שפּעטער, אָנהייבנדיק פֿון 1932, האָט זעלדע אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ שול־לערערין אין תּל־אָבֿיבֿ, חיפֿה און ירושלים.
נאָך איר חתונה מיט חיים־אַריה מישקאָווסקי, אַן אייניקל פֿונעם באַרימטן רוסלענדישן פּוסק רב איטשעלע פּעטערבורגער (יצחק בלאָזער), האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיט פּאָעזיע. איר ערשטע פּאָעטישע זאַלמלונג, „פּנאַי‟, איז אַרויס אין 1967. איר לעצטער לידער־ציקל, „שנבֿדלו מכּל מרחק‟ („וואָס זענען אָפּגעטיילט פֿון יעדער ווײַטקייט‟), איז אַרויס גלײַך פֿאַר איר פּטירה אין 1984. זי איז אויך געווען אַ טאַלאַנטירטע מאָלערין.
ווײַט נישט אַלע הײַנטיקע ליובאַוויטשער ווייסן אַז זייער רבי האָט געהאַט אַ שוועסטערקינד — אַ באַגאַבטע פּאָעטעסע מיט אַ מיסטישן טעם. אַ פּאָר מאָל האָב איך אַפֿילו געהערט פֿון די חב״דניקעס, אַז ס׳איז „בעסער נישט צו רעדן פֿון איר‟. ס׳קאָן זײַן, אַז אַזאַ נערוועזע באַציִונג האָט צו טאָן מיט זעלדעס פּאָפּולאַריטעט אין וועלטלעכע שעפֿערישע קרײַזן און איר אייגנאַרטיקן צוגאַנג צו רוחניות. די פֿאָרשער פֿאַרגלײַכן אירע ווערק מיט דער עקזיסטענציאַליסטישער פֿילאָסאָפֿיע פֿון אַבֿרהם־יהושע העשל און מיט דער נעאָ־חסידישער שיטה פֿון הלל צייטלין.
ווי אַ זעלטענעם אויסנאַם קאָן מען דערמאֶָנען דעם סימבאָלישן בריוו צום העברעיִשן שרײַבער עמוס עוז, אָנגעשריבן נאָך זײַן טויט און פֿאַרעפֿנטלעכט אין יאַנואַר אויף דער באַקאַנטער ליובאַוויטשער וועבזײַט Chabad.org. דער מחבר, שניאור שניאורסאָן, אַ ווײַטער קרובֿ פֿונעם רבינס דינאַסטיע, דינט ווי אַ רבֿ אין דער אוקראַיִנישער שטאָט ראָוונע. שניאורסאָן באַמערקט, אַז עוז איז געווען אַנטציקט זיך צו טרעפֿן מיט אַ מענטש, וואָס שטאַמט פֿון דער זעלבער משפּחה, ווי זײַן שול־לערערין, זעלדע.
עמוס עוז (קלויזנער) אַליין דערמאָנט זיך, אַז ווי אַ קליין קינד האָט ער זיך פֿאַרליבט אין דער לערערין. זײַן הויכע אָפּשאַצונג פֿון זעלדעס ווערק האָט בײַ אים שפּעטער אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקן אינטערעס צו איר גאַנצער משפּחה.
אין זעלדעס לידער פֿילט זיך אַ שטענדיקער ברען, אַ פֿײַערדיקער באַגער זיך אַרויסצורײַסן פֿון די געוויינטלעכע ראַמען צום געטלעכן אין־סוף. אירע טאַטע און זיידע פֿון דער מאַמעס צד, הרבֿ דוד־צבֿי חן, זענען געשטאָרבן באַלד נאָכן אָנקומען קיין ארץ־ישׂראל. די צוקונפֿטיקע פּאָעטעסע איז דעמאָלט געווען 12 יאָר אַלט; זייער לעבן און טויט האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף אירע ווערק. אָט אַזוי שילדערט זי דעם זיידן: „און אין זײַן צעשפּאָלטענעם, צעבראָכענעם צימער האָבן די כּרובֿים באַזונגען ירושלים־של־מעלה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.