ריווערדייל־טעמפּל: מוזיקאַלישע לעקציע וועגן ייִדישן לידער־אַרכיוו

Riverdale Temple: Musical Lecture On Yiddish Song Archive

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 03, 2019.
לאָרין סקלאַמבערג בעת אַ קאָנצערט אין 2013
Getty Images
לאָרין סקלאַמבערג בעת אַ קאָנצערט אין 2013

זונטיק, דעם 5טן מײַ וועט דער קלאַנג־אַרכיוויסט פֿון ייִוואָ, לאָרין סקלאַמבערג, גיבן אַ לעקציע וועגן די ייִדישע פֿאָלקס־, טעאַטער־ און קונסטלידער געזאַמלט דורכן ייִוואָ במשך פֿון 30 יאָר. די לעקציע וועט פֿאָרקומען אויף ענגליש.

סקלאַמבערג וועט שפּילן אַ טייל פֿון די רעקאָרדירונגען און דערציילן אַ ביסל וועגן דעם הינטערגרונט פֿון יעדן ליד. געוויסע לידער קומען פֿונעם אַרכיוו פֿון דער לעגענדאַרער פֿאָלקלאָריסטקע רות רובין, און אַנדערע זענען חסידישע לידער און פֿאָלקסלידער.

מע וועט אויך צעטיילן געזאַנגבויגנס מיט טראַנסקריפּציעס און איבערזעצונגען פֿון די לידער.

די לעקציע וועט פֿאָרקומען 2:00 נאָך מיטאָג און דער אײַנטריט איז פֿרײַ. דער ריווערדייל־טעמפּל געפֿינט זיך אויף 4545 אינדעפּענדענס עוועניו, אויף וועסט 246סטער גאַס אין בראָנקס, ניו־יאָרק.

נאָך מער פּרטים קוועטשט דאָ: