דער אַרכיוו ווי אַ טעראַפּיע

The Archive As Therapy


פֿון יחיאל שיינטוך

Published May 03, 2019.

צווייטער טייל פֿון דער סעריע „וועגן פּריװאַטע ביבליאָטעקן און פּריװאַטע אַרכיװן‟

איבערציִענדיק זיך מיט אַ יאָר צוריק אין אַ נײַער דירה, האָב איך צום ערשטן מאָל אין לעבן געהאַט די מעגלעכקייט איבערצוקוקן די טויזנטער ביכער וואָס האָבן במשך יאָרן זיך אָנגעקליבן אין מײַן ביבליאָטעק ווײַל נאָר איך אַליין קען באַשטימען ווי אַזוי אויפֿצובויען אַ קאָהערענטן וועלטבאַנעם פֿון מענטשלעכן גײַסט לויט מײַנע השׂגות און אינטערעסן.

ווי פֿיזיש טויזנטער ביכער זאָלן נישט אויסזען און פֿאַרנעמען אַן אָרט, איז קלאָר אַז דאָס וואָס שטייט געשריבן אין זיי האָט צו טאָן מיט נישט־פֿיזישע דערשײַנונגען, דאָס וואָס מיר רופֿן „גײַסט‟ אויף דײַטש און אויף ייִדיש, מיינענדיק סײַ אַ נישט־פֿיזישע רעאַליטעט סײַ אַ געשפּענסט, און אויף העברעיִש: „רוח‟ — לופֿט וואָס רירט זיך, סײַ גײַסט און סײַ אַ געשפּענסט. עפּעס וואָס מע קען נישט אָנכאַפּן מיט דער האַנט און באַטאַפּן, מע קען עס משׂיג זײַן נאָר מיטן שׂכל אָדער מיטן געפֿיל, אַ וויסיקייט וואָס האָט נישט קיין אויסערלעכע סימנים. ווי למשל, דער „אין סוף‟ וואָס אַ סופֿיקער אינדיווידואַל קען נישט משׂיג זײַן, אָבער דאָך קלערט ער וועגן אים און ייִדן האָבן אים אַפֿילו אַ נאָמען געגעבן „גאָט‟ און געבויט אויף דעם זייער גאַנצער קולטור. טאָמער ווייס ניט דער ליבער לייענער ווער גאָט איז, וויל איך אים דערציילן אַז לעצטנס האָב איך געהאַט אַ מעגלעכקייט איבערצולייענען גאָטס ביאָגראַפֿיע, פֿאַרפֿאַסט פֿון זשאַק מײַלס, אַ בוך מיטן נאָמען גאָט: ביאָגראַפֿיע, געבויט אויף אַ ליטעראַרישן אַנאַליז פֿון דער געשטאַלט גאָט, ווי זי דערשײַנט נאָכאַנאַנדער אין די ביכער פֿון תּנ”ך.

איז די פֿראַגע, ווי קען אַ פּשוטער בשׂר־ודם זיך פֿאַרמעסטן צו באַגרײַפֿן דעם באַגריף פֿון אומבאַגרײַפֿלעכקײַט, אַרויסשפּרינגען פֿון זײַן אייגענער הויט און פּרוּוון באַשרײַבן דעם אַבסאָלוט — די אייביקייט? און אַפֿילו נאָך מער — זיך וועלן דערנענטערן צו דעם אומדערגרייכבאַרן און זיך דערהייבן איבער זיך אַליין. מײַן ביבליאָטעק איז פֿול מיט אַזוינע פּרוּוון, אין דער פֿאָרם פֿון ביכער וועגן קבלה און חסידות, עקזיסטענציאַליזם און פֿילאָסאָפֿיע, וועלט־ליטעראַטור און געשיכטע, פּסיכאָלאָגיע און ייִדישער געשיכטע, מיטאָלאָגיע און פֿאָלקס־ליטעראַטור, אַגדות און ליטעראַטור־טעאָריעס, ארץ־ישׂראל קענטעניש, ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישן הומאָר. פֿאַר וואָס ייִדישער הומאָר? ווײַל לויט מײַן מיינונג איז ייִדישער הומאָר דער באַווײַז אַז ייִדן שטרעבן צו אַבסאָלוטע ווערטן, גײַסטיקע, געטלעכע און ווען זיי שטויסן זיך אָן אין דער האַרטער און נישט־אידעאַלער ווירקלעכקייט, מאַכן זיי אַ וויץ פֿונעם פֿאַקט וואָס אַן אָפּגרונט ליגט צווישן דעם געוווּנטשענעם און דער ביטערער רעאַליטעט. אין אונדזער דור, איז די ביטערע רעאַליטעט באַשײַמפּערלעך די אומקום־תּקופֿה בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען זעקס מיליאָן ייִדן זענען פֿאַרניכטעט געוואָרן ווײַל זיי זײַנען ייִדן און שטרעבן צום אין־סוף — און נישט נאָר ווי וואָטאַן דער גאָט פֿון די טעווטאָנען, די דײַטשן גערמאַנער וואָס שטרעבט נאָר צו פֿאַרניכטן, פֿאַרברענען און פֿאַרגוואַלדיקן אַלע וואָס געהערן נישט צו זײַן שבֿט. אָט דער וואָטאַן איז דער גאָט פֿון די דײַטשע פֿעלקער במשך פֿון 2,500 יאָר, דער ווינקלשטיין פֿון זייער קולטור.

דערפֿאַר געפֿינען זיך אין מײַן ביבליאָטעק שווערע הונדערטער ביכער וואָס דאָקומענטירן די רשעות פֿון אַ מענטשהייט וואָס האָט נישט גאָט אין האַרצן נאָר דעם אייגננוץ פֿון אַזאַ אָדער אַן אַנדער שבֿט. אין דער זעלבער צײַט געפֿינען מיר אין די אָ ביכער אויך די רעאַגיר־פֿיייִקייט פֿון ייִדישע, העברעיִשע און אַנדערע שרײַבער, וואָס שטעלן אַ גײַסטיקן ווידערשטאַנד קעגן דעם אומקום — די נעגאַציע פֿון רשעות, געשריבן און געטאָן פֿון בעסערע מענטשן, סײַ ייִדן סײַ גויים. דער עיקר קומט צום אויסדרוק אָט דער ווידערשטאַנד אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור געשריבן אין געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט.

אַ וואָרט וועגן מײַן ביבליאָטעק און זיבעציק יאָר זינט ס’איז אויפֿגעקומען מדינת־ישׂראל: יאָר אײַן יאָר אויס דערציילט מען אונדז אַז אַלע יאָר דערשײַנען אין ישׂראל צווישן זיבן און אַכט טויזנט ביכער אַ יאָר. מײַן ביבליאָטעק איז פֿול מיט העברעיִשע ביכער וועגן די טעמעס וואָס איך דערמאָן אין אָט דעם אַרטיקל. קומט אויס אַז אַן אַנדער זעקס מיליאָן ייִדן אין ישׂראל, בויען מײַן ביבליאָטעק מיט ביכער וואָס איז אוממעגלעך צו שאַפֿן אין אַנדערע לענדער וווּ עס וווינען ייִדן.

די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק אין ירושלים איז פֿאַררעכנט פֿאַר דעם אָרט וווּ מע קען געפֿינען די פֿולסטע קאָלעקציע פֿון העברעיִשע און ייִדישע ביכער און פֿון יודאַיִסטיק בכלל. דאָרט האָב איך געאַרבעט ווי אַ סטודענט גאַנצע צען יאָר און זיך אויסגעלערנט אָפּשאַצן די וויכטיקייט פֿון אַ בוך במשך נישט מער ווי צוואַנציק מינוט. ווי אַזוי און פֿאַר וואָס? אַרבעטנדיק אין דער רעדאַקציע פֿון צוויי ביבליאָגראַפֿישע זשורנאַלן וואָס די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק האָט אַרויסגעגעבן: קרית ספר און רשימת מאמרים במדעי היהדות (רמב”י), פֿלעגן מיר באַקומען אין דער רעדאַקציע יעדן בוך פֿון דער גאָרער וועלט און פֿון ישׂראל וואָס פֿלעגט דערגיין צו דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים, און געהאַט ביז צוואַנציק מינוט צו פֿאַרשרײַבן אויף אַ קאַרטל די ביבליאָגראַפֿישע פּרטים און אַ פּאָר שורות כאַראַקטעריזירנדיק דעם עיקר אינהאַלט פֿון בוך, זײַן טעמע, זײַן בײַטראָג צו דער פֿאָרש־געשיכטע פֿון דעם געהאַנדלטן ענין, דער געבײַ פֿון בוך און די ספּעציעלע דאָקומענטאַציע. מיר זײַנען געווען פֿיר — פֿינף אַרבעטער, און בײַם סוף פֿלעגן דערשײַנען די צוויי זשורנאַלן אַ פּאָר מאָל אַ יאָר, מיט די באַשרײַבונגען פֿון יעדן בוך באַזונדער לויט צענדליקער קאַטעגאָריעס פֿון יודאַיִסטישע לימודים.

באַקומען אַ בוך אין האַנט, פֿלעג איך ערשטנס כאַפּן אַ קוק אויב ס’איז פֿאַראַן אַ זוכצעטל פֿון נעמען, ווײַל דאָרטן קען מען גלײַך דערזען וועלכע נעמען אין בוך זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער טעמע פֿון בוך, און אויב עס פֿעלן דאָרט נעמען וואָס זענען רעלעוואַנט פֿאַר דער טעמע, אָדער פֿאַרקערט — אויב מיר געפֿינען נעמען וואָס זענען אונדז נישט באַוווּסט מיט גאַנצע שורות אָפּשיק־נומערן, באַקומט מען אַ באַגריף אַז ס’איז כּדאי זיך צו פֿאַרטיפֿן מער אין בוך במשך די 20 מינוט. דערנאָך כאַפּט מען אַ קוק אויף דער ביבליאָגראַפֿיע אויב ס’איז פֿאַראַן אַזאַ, און מע לערנט נאָך אַ מאָל די חידושים וואָס קומען צו, אָדער מע קײַט איבער שוין באַקאַנטע זאַכן. דערנאָך כאַפּט מען אַ קוק אין אינהאַלט פֿון בוך און מע באַקומט אַ באַגריף וועגן זײַן פֿאַרנעם. צום סוף דערגייט מען צום אָנהייב פֿון בוך, צום שער־בלאַט, און מע פֿאַרשרײַבט דעם נאָמען פֿון מחבר, דעם טיטל מיטן אונטערטיטל, וווּ געדרוקט, וועלכער פֿאַרלאַג, אין וועלכן יאָר. שפּעטער פֿאַרשרײַבט מען אַ פּאָר שורות וועגן אינהאַלט פֿון בוך.

מיט אַזאַ סיסטעם־אַרבעט נעם איך אַרײַן ביכער אין מײַן ביבליאָטעק אָדער שלײַדער זיי אַרויס, לויט די טעמעס וואָס אינטערעסירן מיר און לויט דער קוואַליטעט פֿון בוך אַליין. דאָס הייסט, מײַן ביבליאָטעק איז דער רעזולטאַט פֿון אַן אינטעגראַטיוון אויסוואַל, אין דער טראַדיציע פֿון מײַן משפּחה וואָס איז געווען פֿאַר אינטעגראַלער ייִדישקייט, אָן אידעאָלאָגיעס. יעדע קולטור־דערשײַנונג האָט איר אָרט אין דער מאָזאַיִק פֿון דער קולטור־געשיכטע בײַ ייִדן.

אַרכיוו־מאַטעריאַלן זײַנען פֿאַראַן אין מײַן ביבליאָטעק פֿון אַלערליי מינים: כּתבֿ־ידן, בריוו־אויסטוישן, אַנאָנסן, פֿאָרש־פּראָיעקטן, דינים וחשבונות, בילדער, פֿאָטאָגראַפֿיעס, און נאָך און נאָך, אָבער אין די לעצטע 33 יאָר זענען צוגעקומען קאָמפּיוטער־דאָקומענטן, אינטערנעץ־אָפּשיקן און געדרוקטע מאַטעריאַלן גלײַך פֿון קאָמפּיוטער ווי אויך פֿאָטאָקאָפּיעס פֿון צײַטונג־אַרטיקלען און אָריגינעלע געדרוקטע אַרטיקלען אַרײַנגענומען, פֿון צײַטונגען און זשורנאַלן. ווען אָט די אַלע אַרכיוו־מאַטעריאַלן ווערן געזאַמלט פֿון איין מענטש במשך יאָרן אַרום באַשטימטע טעמעס, זאַמלט זיך צונויף אַן אוצר וואָס אַפֿילו ווען ער קען לאָקאַליזירט ווערן אין ביבליאָטעקן און אין אינטערנעץ וואָלט גענומען יאָרן צו דערגיין צו מאַטעריאַלן וואָס געפֿינען זיך שוין אין פּריוואַטן אַרכיוו, גרייט אויסגענוצט צו ווערן. מײַן ביבליאָטעק האָט אַן אַרכיוו פֿון דעם סאָרט, למשל אַרום אַזוינע טעמעס ווי: י. ל. פּרץ, מענדעלע מוכר ספֿרים, אַהרן צייטלין, יצחק קאַצענעלסאָן, קאַצעטניק, מרדכי שטריגלער, חיים גראַדע, אלי וויזעל, די אומקום־תּקופֿה, ייִדישע ליטעראַטור אין אַרגענטינע, דער זשורנאַל שריפֿטן און זײַנע רעדאַקטאָרן, ייִדישער הומאָר, משפּחה־בריוו, אויסטויש־בריוו צווישן ייִדישע־שרײַבער, קאָפּיעס פֿון אַנדערע אַרכיוו־מאַטעריאַלן און אַנדערע אינסטיטוציעס, אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון דער ייִדישער פּרעסע צווישן ביידע וועלט־מלחמות און אַזוי ווײַטער.

פֿרעגט זיך די פֿראַגע, צי האָבן אַלע מענטשן אַ לוסט פֿאַר אַרכיוו־מאַטעריאַלן, אָדער איז עס בײַ מיר אַ קראַנקייט אַזאַ… און אפֿשר איז עס בײַ מיר אַן “Occupational therapy”?

פֿילאָסאָפֿיש גערעדט, קען מען זאָגן אַז די מעגלעכקייט וואָס אַ בשׂר־ודם האָט, כּדי זיך צו פֿאַרמעסטן מיט דער לאַווינע וואָס די רעאַליטעט קײַקלט אַרויף אויף זײַן באַוווּסטזײַן (די מערצאָליקייט פֿון אויסערלעכע אײַנדרוקן), איז זיך קלאָר מאַכן יעדן פּרט, פֿון דער רעאַליטעט און זײַן באַטײַט, ווי אַ טייל פֿון אַ ברייטערן קאָנטעקסט. אין איינעם אַ ביוראָ האָב איך דערבליקט הענגען אויף דער וואַנט אַ מין לאָזונג אַזוי צו זאָגן: „מיט יאָרן צוריק האָט די זאַך אויסגעזען אַזוי וויכטיק.‟

אַז אַ מענטש באַשליסט אָפּצוהיטן בײַ זיך אַ וועלכן עס איז פּאַפּיר אָדער דאָקומענט, טוט ער עס אָפֿט געשטויסן פֿון אַ מאָמענטאַלער נויגונג צו באַשליסן אין איין רגע, אויב די זאַך איז טאַקע וויכטיק אָפּגעהיט צו ווערן אויף שטענדיק, אָדער צי איז די זאַך נוצלאָז. דאָס וואָס אַ מענטש באַטראַכט הײַנט ווי נישט וויכטיק, קען זײַן אַז מאָרגן וועט עס אויסזען דווקא אַ סך וויכטיקער. דער וואָס בויט אויף מאָמענטאַלע באַשלוסן און האָט נישט קיין געדולד אָפּצוּוואַרטן, וועט עס באַדויערן צום סוף. מיר מענטשן האָבן נישט קיין ברירה, מיר מוזן באַשליסן אויף טריט און שריט, וואָס מיר ווילן פֿאַרהאַלטן אין אונדזער אַרכיוו, און בכלל צי ווילן מיר האָבן אַן אַרכיוו. צי וויכטיק איז אַלץ, אָדער גאָרנישט האָט אַ ווערט. אין פּרינציפּ, און ענדלעך, איז אַלץ דאָך פֿאַרבונדן מיט אַלץ, און מיר זײַנען די וואָס טוען אָן מיט אַ זין יעדן יש. ווי זאָגט האַמלעט? „זײַן אָדער נישט זײַן‟, אָבער אַהרן צייטלין ענטפֿערט אים: „זין אָדער נישט זין‟. עס קען זײַן אַ זײַן אָן אַ זין, אָבער עס עקזיסטירט נישט אַ זין אָן אַ זײַן.

פּראָפֿעסאָר שמואל הוגאָ בערגמאַן פֿלעגט באַהויפּטן אַז אַ מנין וואָס דאַוונט איז די עדותשאַפֿט פֿאַר דעם אַז די אייביקייט האָט אַ האַפֿטיקן קיום דווקא אין דער צײַט, אַן עדותשאַפֿט פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון אייביקייט אין דער צײַטווײַליקייט.

אויף וויפֿל אַן אַרכיוו איז פֿראַגמענטאַריש, אָפּגעלאָנטשעט פֿון ברייטערע קאָנטעקסטן, איז דאָך אַ באַווײַז פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון אַ גאַנצקייט אין מיטן פֿון דער פֿילצאָליקייט.

ווען רבי נחמן בראַסלאַווער האָט געזאָגט, אַז עס איז נישט פֿאַראַן אַ פֿולקומערע זאַך ווי אַ צעבראָכן האַרץ, האָט ער אָנגעוויזן אויף דער דימענסיע פֿון שלמות אין מיטן דעם עולם־הזה פֿון נישט־גאַנצקייט. שלמות איז קיינמאָל נישט אַ באַשרײַבונג פֿון אַ מצבֿ אָדער סיטואַציע, נאָר שלמות איז אַ מין גאַרן, אַן אייגנשאַפֿט פֿון דעם גײַסט. אַן אַרכיוו איז נישט קיין ציל, נאָר אַ וועג צום ציל.

דאָס ייִדישע ווערטל „פֿון אַ ביסל און אַ ביסל ווערט אַ פֿולע שיסל‟, ווינקט אָן אויף יענער טיילווײַזער שלמות, וואָס מיר באַנעמען ווי אַ גאַנצע שלמות אין מיטן פֿון די אומענדלעכע מעגלעכקייטן פֿון דער פֿילצאָליקייט, פֿאַר וועלכער מיר שטייען אין לעבן און שמאַכטן אין לעבן.

אָט די אַלע עלוקובראַציעס האָבן זיך געבאָמבלט בײַ מיר אין מוח, ווען איך האָב זיך אַ פֿרעג געטאָן — פֿאַרוואָס זײַנען פֿאַראַן מענטשן וואָס זאַמלען אַרכיוו־מאַטעריאַלן בײַ זיך אין שטוב, בעת אַנדערע מענטשן טוען עס נישט.

פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק, דער היסטאָריקער און פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט אָפּגעהיט בײַ זיך אין שטוב אַלע באַנבילעטן פֿון זײַנע פֿילצאָליקע נסיעות, ווי אויך אַלע אַעראָפּלאַן־בילעטן פֿון זײַנע באַזוכן אין אייראָפּע און אין דער גאָרער וועלט. עמעצער אַנדערש, איך למשל, וואָלט זיי געהאַט אַרויסגעוואָרפֿן אין קאָרב. פֿון דער צווייטער זײַט, אַרויסוואַרפֿן אין קאָרב, פֿון זאַכן וואָס זעען אונדז אויס אָן קיין שום באַטײַט, אין אַ באַשטימטן מאָמענט, מיינט — צי מיר זײַנען מסכּים צי נישט — אַרויסוואַרפֿן אין קאָרב אַ טייל פֿון דעם זיכּרון פֿון אונדזער פּערזענלעכער געשיכטע.

אין די דערציילונגען פֿון ר’ נחמנקע, געשריבן פֿון י. ל. פּרץ, ווערט דערמאָנט אַ חסידישער רבי וואָס פֿלעגט נישט דערציילן קיין מעשׂיות, נאָר פֿלעגט שווײַגן. זײַנע חסידים האָבן אים פֿאָרגעוואָרפֿן הלמאי ער דערציילט נישט קיין מעשׂיות. דער רבי האָט געענטפֿערט: כּדי דערציילן עפּעס דאַרף איך צוריקגיין און דערציילן דעם הקשר פֿאַר דער מעשׂה, אָבער אויך דאָס צוריקגיין צו אַ פֿריִערדיקן הקשר איז פֿאַרבונדן מיט אַן אַנדער הקשר — אַ הקשר פֿאַרן הקשר, און אַזוי ווײַטער אויף צוריק ביז אַ מין regresia ad infinitum, און דערפֿאַר וויל ער בעסער שווײַגן.

זינט דער דעקאָנסטרוקציע־תּקופֿה, און דאָס צעפֿאַלן זיך פֿון אַלע קולטור־באַזעס, אַפֿילו די בשותּפֿותדיקע קולטור־באַזעס אינערהאַלב איין און דעם זעלבן פֿאָלק, ס’הייסט אויך בײַם ייִדישן פֿאָלק — איז געוואָרן אַלץ שווערער צו דערגיין ביז אַ בשותּפֿותדיקער פֿאַרשטענדעניש, און די קאָמוניקאַציע צווישן מענטשן און לא־כּל־שכּן צווישן דורות, ווערט אַן אוממעגלעכקייט. וועגן דעם, זאָגט עדות די גרויסע צאָל קאָנפֿליקטן אויף דער וועלט, די וואַקכאַנאַליע פֿון מלחמות צווישן פֿעלקער און אינערהאַלב קולטורן, און די שטײַגנדיקע שׂינאה צווישן פֿעלקער און קולטורן – ad nauseam.

די אַרכיוו־דערשײַנונג געהערט צו דעם געביט פֿון זיכּרון. בעת די אינסטיטוציע פֿון פֿאַרהיטן דעם זיכּרון ווערט געפֿירט און באַגרינדט דורך רעגירונג־אינסטאַנצן וועלכע באַוועלטיקן און דערראָבערן אַ כּוח דורך זאַמלען דאָקומענטן און מיני־אַטעסטאַטן — קענען מיר באַהויפּטן אַז אָנפֿירן מיט אַ פּריוואַטן אַרכיוו דורך פּריוואַטע מענטשן וואָס זאַמלען דאָקומענטן וועלכע באַציִען זיך צו זייער אייגענעם פּריוואַטן לעבן, מיינט: אָרגאַניזירן דעם זיכּרון אין די ראַמען פֿון דער ביאָגראַפֿיע פֿון אַן איינצלנער פּערזאָן. אַרכיוון פֿון שרײַבער און גײַסטמענטשן דערוועקן אַ ספּעציעלן אינטערעס. דאָס זײַנען מענטשן וואָס דער יצר־היצירה פֿירט מיט זיי אָן, און דערפֿאַר זײַנען זיי די אמתע יורשים פֿון ערשטיקע און ווײַטערע דורות, מענטשן וואָס לעבן איבער כּל־זמן זיי לעבן, דעם לעבן פֿון קאָלעקטיוו אין צײַט. זיי זײַנען די וואָס זאָגן עדות מיט זייערע מעשׂים, וועגן דער אחדות פֿון מענטשלעכן גײַסט, נישט געקוקט אויף אָרט אין אַ באַשטימטער צײַט.

אין פּריוואַטן אַרכיוו פֿון אינאַ־העקער־גראַדע, חיים גראַדעס אלמנה, געפֿינען מיר ביז גאָר אינטערעסאַנטע באַווײַזן דערפֿון. דאָס קען מען זען אין אירע בריוו און אין אַ חיבור וואָס זי האָט פֿאַרפֿאַסט (אויף ענגליש), אין וועלכן זי אַנאַליזירט ליטעראַרישע פּאַראַלעלן צווישן די שריפֿטן פֿון חיים גראַדען און די שריפֿטן פֿון שרײַבער ווי רודיאַרד קיפּלינג, הערמאַן מעלוויל, לאָרד בײַראָן, פֿיאָדאָר מיכאַאילאָוויטש דאָסטויעווסקי, און אַנדערע.

שרײַבער און גײַסטמענטשן הערן זיך צו און באַאָבאַכטן נישט נאָר איבערלעבונגען, טווּנגען און געפֿילן פֿון ערשטיקע און שפּעטערע דורות, נאָר זײַנען פֿאַר זיך אַליין אַ רינג וואָס פֿאַרבינדט צווישן זייער צײַט און די דורות נאָך זיי. אַנדערש פֿאָרמולירט, קען מען זאָגן אַז שרײַבער און גײַסטמענטשן באָטן אָן און באַפֿעלן אַ קולטור־אוצר פֿאַר די ווײַטערדיקע דורות, און עס זײַנען פֿאַראַן צוואות אָן יורשים, אָדער מיט יורשים. שרײַבער און גײַסטמענטשן פֿאַרוואַנדלען אַזוי אַרום דעם זיכּרון פֿון אַ פֿאָלק, אין אַן אַקטיוון אַגענט אין דעם פֿאַרמעסט מיטן לעבן בײַ ווײַטערדיקע דורות. באשר־בכן, מײַדן שרײַבער און גײַסטמענטשן אויס די באַדערפֿעניש און דעם מוז בײַ שפּעטערע דורות, אָנצוהייבן זייער לעבן פֿון גײַסט אַבסאָלוט פֿון דאָס נײַ.

אַזאַ מין אַקטיוויטעט פֿירט אַ גײַסטיקע ירושה פֿון דור צו דור, דורך אַרכיווירן באַגריפֿן און ווערטן וואָס זענען אַ רעזולטאַט פֿון אַן עטערישער גײַסטרײַכער אַקטיוויטעט אויפֿן געביט פֿון הומאַניסטישע וויסנשאַפֿטן. אָט די עטערישע אַקטיוויטעט וואָס אַרכיווירט באַגריפֿן און ווערטן, פֿילט אויס אַ וויכטיקע פֿונקציע אין לעבן פֿון אַ מענטשן, אויף דרײַ געביטן: אָנגעלעגנהייטן, מענטשן־באַציִונגען, מאַטעריאַל. אָט די פֿאַרבינדונגען קענען דורכמאַכן פּלוצעמדיקע ענדערונגען — פֿון אַ מאַסיוון מצבֿ ווי מאַטעריאַל, צו אַ מאַסיוון מצבֿ ווי אַ פֿליסיקייט, און פֿון דאָרטן — ביז צו ווערן גאַז, אַ פּראָצעס וואָס ווערט גערופֿן אין כעמיע: סובלימאַציע, און מיינט צו באַצייכענען דעם איבערגאַנג פֿון אַ מאַטעריאַל, גלײַך צו דעם מצבֿ פֿון אַ גאַז, איבערהיפּנדיק דעם מצבֿ וואָס אין מיטן, די פֿליסיקייט.

ווי אַ פּאַראַלעל צו אַזוינע כעמישע פּראָצעסן, ווילן מיר באַטאָנען אַז דער אַרכיוו־מאַטעריאַל וואָס איז אַ קאָנקרעטער פֿיזישער יש, איז וויכטיק פֿאַר דער קולטור־געשיכטע פֿון ייִדן, צוליב דעם וואָס ער דערמעגלעכט אונדז דעם איבערגאַנג פֿון מאַטעריאַל צו עטערישע געדאַנקען וואָס מען קען נישט אָנטאַפּן מיט דער האַנט (ווי גאַז), אָבער זײַנען געדאַנקען וואָס האָבן אַ קראַפֿט און קענען רירן מאַסן־מענטשן.

די עטערישקייט פֿון די געדאַנקען איז דער מהות זייערער און זיי עקזיסטירן ווי אַ קאָנקרעטער פֿאַקט דווקא אין דעם אַרכיוו־מאַטעריאַל. זייער עקזיסטענץ, קען מען זאָגן, איז אַן אַבסטראַקטע, נישט־מאַטעריאַל און נישט־מענטשן־באַציִונגען, און נישט־אָנגעלעגנהייטן וואָס בײַטן זיך קאַליידאָסקאָפּיש. דאָ האָבן מיר צו טאָן מיט אַן אינערעלכער רעאַליטעט פֿון מענטשלעכן גײַסט, וועמענס אַרכיוו־באַדערפֿענישן און פֿאַראייביקונג בײַטן זיך פֿון דור צו דור, און אַפֿילו בײַ איין געזעלשאַפֿט אָדער אַ צווייטער.

אַרכיוון פּרוּוון פֿאַרפֿיקסירן אַזוי אַרום, אַבסטראַקטע גײַסטיקע באַדערפֿענישן פֿון אַ קולטור, מיט דער הילף פֿון קאָנקרעטן דאָקומענטאַציע־מאַטעריאַל. אַנדערע סאָרטן אַרכיוויר־טעטיקייטן במשך די דורות, געפֿינען מיר בײַם פֿאַרפֿאַסן אינדעקסן פֿון נעמען און טעמעס, פֿאַרשיידענע מינים ווערטערביכער, לעקסיקאָגראַפֿישע פֿאָרשאַרבעטן, קאָנקאָרדאַנציעס און אַזוי ווײַטער. אָט די פֿאַרשיידענע דרכים צו אַרכיווירן ווערטער, באַגריפֿן און געדאַנקען העלפֿן אונדז לייגן אַ בריק צו פֿאַרשטיין בעסער דעם סעמאַנטישן פֿעלד פֿון ווערטער לענג־אויס די דורות, אַפֿילו ווען מיר אַליין האָבן נאָך נישט געווען געקומען אויף דער וועלט. די אַרכיוויר־טעטיקייט שטאַמט אַזוי אַרום פֿון דער מענטשלעכער באַדערפֿעניש נאָכצופֿאָלגן די המשכדיקייט פֿון מענטשלעכן גײַסט אין צײַט.

אַ ביז גאָר אינטערעסאַנטער און ספּעציעלער מיטל צו אַרכיווירן איבערלעבונגען, געדאַנקען, און געפֿילן, אָבער אַ „פּראָבלעמאַטישער‟”, איז פֿאַרשרײַבן טאָגביכער. אַזאַ מין שיטה, האָט אירע באַגרענעצונגען, ווי יעדע אַנדערע אַרכיוויר־טעטיקייט, ווײַל דער שטראָם פֿון געדאַנקען וואָס פֿאַרוואַנדלען זיך אין קאַנדידאַטן צו אַרכיוויזירט ווערן, ווי אויך דער שטראָם פֿון געפֿילן ווי קאַנדידאַטן צו אַרכיוויזירט ווערן — זיי פֿליסן אין די מענטשלעכע געהירן מיט אַ כּפֿל־שמונהדיקע שנעלקייט אין פֿאַרגלײַך מיט די מאָטאָרישע מעגלעכקייטן זיי צו דאָקומענטירן. מיט אַנדערע ווערטער — אונדזער מעגלעכקייט צו פֿאַרפֿיקסירן דעם ערשטיקן אײַנדרוק אָדער רושם פֿון אַ געדאַנק און אַ געפֿיל און זיי מאַטעריאַליזירן אויף אַ זײַטל פּאַפּיר, מיט דער הילף פֿון דער קלאַוויאַטור פֿון אַ קאָמפּיוטער, אָדער בײַם רעקאָרדירן מינדלעך מיט ווערטער — איז צו לאַנגזאַם אין פֿאַרגלײַך מיט דעם טעמפּאָ פֿון גײַסט וואָס שטראָמט ווי פֿון אַ מעכטיקן קוואַל אין אונדזער באַוווּסטזײַן — און מיר בלײַבן אָפּהענטיק, און מיט כּמה צרות — כאַפּן מיר אַראָפּ פֿון אַזאַ מעכטיקן שטראָם געציילטע און איינצלנע געשעענישן, כּדי זיי צונויפֿזאַמלען און פֿאַרפֿיקסירן ווי אַ טויטע מאַטעריע. דער בעלגישער שרײַבער מאָריס מעטערלינק האָט זיך וועגן דעם אַרויסגעזאָגט אין זײַן טעאַטער־פּיעסע „דער בלויער פֿויגל‟, און באַטאָנט אַז ווען געדאַנקען און געפֿילן ווערן מאַטעריאַליזירט אין ווערטער, ווערן זיי דערהרגעט. די אַרכיוויר־טעטיקייט אין דעם זין, ראַטעוועט אָפּ נאָר אַ טייל פֿון אונדזער גײַסטיקייט.

דער אַרכיוו, יעדער אַרכיוו, האָט פֿאַר זײַן ציל צו רעסטאַוורירן און פּרעזערווירן דעם גײַסט וואָס לעבט אין דער מענטשהייט, אין דער געזעלשאַפֿט און אין דער קולטור, שטרעבנדיק צו אַ וואָס מער פֿולקומער רעסטאַווראַציע. פֿאַרשטייט זיך אַז די רעסטאַוורירונג קען קיינמאָל נישט זײַן אַ פֿולקומע קאָפּיע פֿון דעם אויטענטישן שטראָם פֿון איבערלעבונגען, געדאַנקען און געפֿילן, אַ שטראָם וואָס איז איינמאָליק, עפֿימעריש, און גליטשיק, און קען קיינמאָל נישט ווערן רעפּראָדוצירט אין זײַן גאַנצקייט.

אַן אַרכיוו ווי אַ קולטור־דערשײַנונג, איז דער רעזולטאַט פֿון נאָכאַנאַנדיקע באַמיִונגען צו פֿאַנגען די רגע מיט איר צוגעהעריקייט צום אינסוף, און אַזוי אַרום פֿאַרגעדענקען די רגע ווי אַ טייל פֿון אַ נאָכאַנאַנדיקער קייט פֿון דער עקזיסטענץ, אַ מין אייביקייט. אָט די קייט וואָס האָט נישט קיין סוף, קען פֿאַקטיש נישט אויפֿגענומען ווערן אין איר גאַנצקייט, פֿון סופֿיקע ברואים ווי מענטשן, אָבער די קענטעניש און וויסיקייט פֿאַרבונדן מיט איר פֿאַקטישער עקזיסטענץ, זײַנען דער כּוח וואָס באַוועגט די רעדער פֿון אַ קולטור און אַ שעפֿערישקייט.

דער אַרכיוו שטעלט מיט זיך פֿאָר די שטרעבונג פֿון אַלץ וואָס איז סופֿיק און גאַרט נאָכן אינסוף. דאָס איז די גאַרונג פֿון דאָס טיילווײַזע צו דער גאַנצקייט. דאָס איז די השתּדלות פֿון אַ בן־אָדם צונויפֿצוזאַמלען די שבֿרי־כּלים פֿון זײַן לעבן און זײַן גאַנצער עקזיסטענץ, אין די ראַמען פֿון אַ קיום וואָס איז אינערלעך אָרגאַניזירט און האַפֿטיק, אַזאַ רעם וואָס זאָל דערמעגלעכן דעם בן־אָדם צו דערפֿילן אַ זין אין זײַן לעבן, און לעבן בשלום מיט די געזעלשאַפֿטלעכע סדרים צוזאַמען מיט וועלכע ער עקזיסטירט.

דער אַרכיוו איז אין אַ באַשטימטן זין דער סימפּטאָם פֿון דער קראַנקייט (די אַרכיוו־קראַנקייט), לויט ווי דער פֿראַנצויזישער פֿילאָזאָף דזשאַק דערידאַ האָט זיך אויסגעדריקט; אַן אַרכיוו־קראַנקייט וואָס זאָגט עדות וועגן דער סופֿיקייט פֿון אַ מענטש וויז־אַ־ווי דער אייביקייט. אָבער, גלײַכצײַטיק איז דער אַרכיוו אויך די רפֿואה פֿאַר אָט דער קראַנקייט. די רפֿואה ליגט טאַקע אין דער אַרכיוויר־טעטיקייט זעלבסט, בײַם אַרײַנפֿירן אַ סדר אין דעם באַלאַגאַן. ווײַל אַרײַנפֿירן אַ סדר, אַפֿילו אין איין ווינקל פֿון אונדזער לעבן, דערנענטערט אונדז צו פֿולקומקייט, און דערציט אונדז אַרויסצוגיין פֿון דעם כאַאָס אין לעבן. די אַרכיוו טעטיקייט איז נאָך איינע פֿון די דרכים גובֿר צו זײַן אויף דער פֿילמיניקער פֿילפֿאַכיקייט פֿון לעבן — און דערפֿאַר איז אַן אַרכיוו אויך אַ טעראַפּיע־טעטיקייט.

אַן אַרכיוו איז אויך געווען די קרענק פֿון אינאַ־העקער־גראַדע, די אלמנה פֿון חיים גראַדע, דער ייִדישער שרײַבער פֿון 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז געווען בײַ איר אַ כראָנישע קראַנקייט פֿון וועלכער זי האָט געליטן זינט דעם טויט פֿון איר מאַן. אָבער גלײַכצײַטיק איז דער אַרכיוו און זײַן פֿאַרזאָרגונג בײַ איר געוואָרן אַ טעראַפּיע־טעטיקייט, אַ באַשעפֿטיקונג כּדי צו פֿאַראייביקן די ליטעראַרישע ירושה פֿון איר געשטאָרבענעם מאַן.

זינט 1982, נאָך דעם ווי חיים גראַדע איז נפֿטר געוואָרן, איז אויפֿגעקומען אַ קאָנטאַקט צווישן מיר און אינאַ־העקער־גראַדע, און במשך יאָרן בין איך געווען אַן עדות אויף וויפֿל די זאָרג און דאגה אָפּצוהיטן חיים גראַדעס אַרכיוו, איז געוואָרן אַ טרײַב־כּוח בײַ זײַן אלמנה. די געשיכטע וועגן איר אַרכיוויר־טעטיקייט, אין דעם זין, דאַרף נאָך ווען עס איז דערציילט ווערן.

דער גורל פֿון פּריוואַטע אַרכיוון און פֿון אַרכיוון וואָס ווערן צונויפֿגעזאַמלט פֿון פֿאָרשער מיט אַ פּלאַן פֿון פֿאָרויס, אַרכיוון ווי למשל די פֿון דער אומקום־תּקופֿה (עמנואל רינגלבלומס אַרכיוו פֿון וואַרשעווער געטאָ, און ענלעכע אַרכיוון פֿון לאָדזשער געטאָ, ביאַליסטאָקער געטאָ, און אַנדערע), איז אַ ביז גאָר פֿאַרכאַפּנדיקער קאַפּיטל פֿון דער קולטור־געשיכטע בײַ ייִדן אין דעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. אַזאַ מין אַרכיוו, איז נישט ווייניקער ווי אַ צוואה. אָבער, אליה וקוץ בה, ניט שטענדיק יאַווען זיך יורשים פֿאַר אַזוינע און ענלעכע אַרכיוון. אַפֿילו ווען אַן אַרכיוו עקזיסטירט, איז נישט פֿאַרזיכערט זײַן השפּעה אויף אַ שפּעטערדיקן דור, און דאָס איז ליידער ביז גאָר ריכטיק אין פֿאַרבינדונג מיט אַרכיוון וואָס אַנטהאַלטן די גײַסטיקע ירושה פֿון ייִדן געשריבן אויף ייִדיש. אויב אַן אַרכיוו איז אויך אַ מין צוואה, וואָס פֿאָדערט אַ מין המשכדיקייט, איז ניט שטענדיק פֿאַראַן ווער עס זאָל זיך צו אים באַציִען.

אַן אַרכיוו, ווי אַ צוואה, איז אַן אָנצוהערעניש אויף אַ באַשטימטן דרך אין לעבן פֿון דעם נפֿטר, און לא־כּל־שכּן פֿון דערמאָרדעטן ייִדישן פֿאָלק אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. דער קומענדיקער דור מעג האָבן זײַנע אייגענע דרכים און דערפֿאַר פֿאַרוואַנדלט זיך דאָס איבערגעבן ווײַטער אַ גײַסטיקע ירושה, און די קבלה פֿון אַזאַ בײַ די קומענדיקע דורות, אין אַ פּראָבלעם. אָבער, אַפֿילו ווען עס געפֿינען זיך נישט קיין יורשים אין איין טייל פֿון דער וועלט, אָדער לאַנד, אָדער שטאָט, אָדער משפּחה – מיינט עס נאָך נישט אַז ווען עס איז און וווּ עס איז וועלן נישט אויפֿשטיין באַגלייבטע יורשים ערגעץ אַנדערש, בתּנאי אַז אַן אַרכיוו זאָל עקזיסטירן.

אַן אַרכיוו איז, אַזוי ווי אין לעבן בכלל, אַ דערשײַנונג וואָס געשעט שטענדיק in medias res, קיינמאָל האָט ער נישט קיין אָנהייב און קיינמאָל האָט ער אויך נישט קיין סוף. דער אַרכיוו איז אַן אומאויפֿהערלעכע דערשײַנונג אָבער באַגרענעצט אין צײַט. די באַציִונגען צווישן אַן אַרכיוו, אַ צוואה, און דעם טויט, און דאָס אָרט פֿון אַרכיוו ווי אַ פֿענאָמען אין דעם באַוווּסטזײַן פֿון מענטשן און זייער קולטור, איז אַ ביז גאָר טשיקאַווער ענין כּדי זיך מיט אים צו פֿאַרנעמען.

הרבֿ אַבֿרהם יצחק הכּהן קוק און דער ייִדישער שרײַבער אַהרן צייטלין, האָבן וועגן דעם געשריבן און געזאָגט: “להמ”ם” (לא היה מוות מעולם). געמיינט האָבן זיי מן־הסתּם אַז אַפֿילו ווען דער גוף שטאַרבט, שטאַרבט נישט מיט אים דער גײַסט וואָס האָט אים באַלעבט. אַז דער גײַסט האָט אַן אייגענע עקזיסטענץ (מחוץ דעם גוף), האָבן ביידע פּערזענלעכקייטן געגלייבט און אין זייערע שריפֿטן געגעבן עדות וועגן דעם. אַהרן צייטלין האָט אָנגעשריבן צוויי בענדער מיטן נאָמען המציאות האחרת, כּדי צו באַווײַזן די סיבה פֿאַר אַזאַ מין גלויבן. לויט הרבֿ קוק און אַהרן צייטלין, לעבט דער גײַסט אייביק. ש”י עגנון און דבֿ סדן האָבן געגלייבט וועמענס גלגול יעדער פֿון זיי איז — אין אַנדערע ווערטער, וועמענס דורות־לאַנגער גײַסט באַלעבט זייער פֿיזישן גוף. ס’רובֿ מענטשן אין דער וועלט לעבן אָפּ זייער לעבן אָפּגעלאָנטשעט און בכלל נישט פֿאַרבונדן מיט קיין שום פּריוואַטן אַרכיוו זייערן. עס איז אָבער פֿאַראַן אַ ביז גאָר קליינער פּראָצענט פֿון מענטשן וואָס לעבן זיך אויס געקניפּט און געבונדן מיט אַן אַרכיוו, אָדער ווײַל דאָס איז זייער פּראָפֿעסיע, אָדער ווײַל זייער פּריוואַטער אַרכיוו פֿילט אויס אַ וויכטיקע פֿונקציע אין זייער לעבן.

אָט דער סאָרט מענטש גיט אָפּ אַ באַשטימטע צײַט פֿון זײַן לעבן כּדי זיך צו פֿאַרנעמען מיט אַן אַרכיוו טעטיקייט בײַם אַרכיווירן און אָפּהיטן די גײַסטיקע און פֿיזישע דאָקומענטן פֿאַרבונדן מיט זייער לעבן. אָט די ביז גאָר קליינע גרופּע מענטשן דערפֿילט אויף זיכער מער ווי אַנדערע, און אינטענסיווער ווי אַנדערע, די גרויסע קייט פֿון דער עקזיסטענץ (אַ קייט און נישט קיין שבֿרים בלויז). מן־הסתּם, האָבן אייניקע פֿון אָט דער קליינער גרופּע וואָס צו זאָגן, פּרעציזער און ברייטער, וועגן דער מענטשלעכער נאַטור און וועגן דעם מהות פֿון דער קולטור.

ווער עס דערפֿילט דעם כּוח און פּאָטענציאַל וואָס ליגט פֿאַרבאָרגן אין אַן אַרכיוו, וועט זיכער האָבן גרויס הנאה זיך צו באַקענען מיט דער געשיכטע פֿון דער אַרכיוו־טעטיקייט, מיט דעם מין דאָקומענטן וואָס אַן אַרכיוו פֿאַרהיט במשך דורות, מיט דעם כאַראַקטער פֿון יענע מענטשן וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַרכיוו־מאַטעריאַלן. עס איז מערקווירדיק אויף וויפֿיל דער אַרכיוו דינט אונדז ווי אַ רײַכער מקור פֿאַר פֿאָרשאַרבעטן (נישט נאָר אָפֿיציעלע אַרכיוון, נאָר אויך פּריוואַטע און פּערזענלעכע אַרכיוון) — סײַ פֿאַר די פֿאַרפֿאַסער פֿון יעדער מין געשיכטע און סײַ כּדי זיך צו באַקענען מיט דער קולטור־געשיכטע פֿון אַ פֿאָלק ווי אַן אײַנפֿלוסרײַכער פֿאַקטאָר וואָס פֿורעמט אויס סײַ די פּערזענלעכע ווי די ייִדישע אידענטיטעט אין צײַט און רוים.

ווי אַ בײַשפּיל פֿון אָט דעם פּאָטענציאַלן כּוח פֿון אַן אַרכיוו, מוזן מיר דערמאָנען דעם פֿאַקט, אַז אַן אַרכיוו איז נישט נאָר אַ רעפּאָזיטאָר פֿון מענטשלעכן גײַסט, נאָר אויך אַ דאָקומענטאַציע־צענטער פֿון מענטשלעכער רשעות, ווי למשל יענע אַרכיוון אַ דאַנק וועלכע מיר האָבן זיך דערוווּסט וועגן די מקורים און דאָקומענטן וועגן אומקום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, סײַ אַרכיוון צונויפֿגעשטעלט און אָפּגעהיט פֿון ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און סײַ אַרכיוון פֿאַרבונדן מיטן חורבן צונויפֿגעזאַמלט פֿון נישט־ייִדן.

די היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון דער שואה, די אַנטוויקלונג פֿון די פֿאַרשיידענע צווײַגן אויפֿן געביט פֿון שואה־לימודים, און די אויספֿאָרשונג פֿון דער קולטור־געשיכטע פֿון ייִדן אין געטאָס און נאַצי־לאַגערן (אַרײַנגערעכנט ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור געשאַפֿן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט), איז געוואָרן מעגלעך אַ דאַנק די אונטערערדישע אַרכיוון געשאַפֿן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס זענען פֿאַרהיט געוואָרן און זענען ביז הײַנט אַ גלאַוונער מקור פֿאַר דער פֿאָרשאַרבעט און לערן־מאַטעריאַלן וועגן אומקום.

אָט די אַרכיוו־מאַטעריאַלן, סײַ אָפֿיציעלע און סײַ פּריוואַטע, וועלכע זײַנען יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה געלעגן ווי אַ שטיין אָן זײַן איבערקערער, זײַנען צוואות פֿון פֿריִערדיקע דורות, וואָס ווערן מער און מער אָנערקענט ווי אַ לערן־מאַטעריאַל, פֿאַר דער צוקונפֿט. איז וואָס זשע וועט זײַן מיט מײַן אַרכיוו — בעלגה ובזמן קריב.