ליטע איז אַ קלײן לאַנד מיט אַן אַלטער און רײַכער געשיכטע. דער סאַמע פֿינצטערער און טראַגישסטער פּעריאָד איז געװען די צײַט פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, װען די אומאָפּהענגיקע ליטװישע רעפּובליק איז געװאָרן לכתּחילה אַנעקסירט דורכן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און מיט אַ יאָר שפּעטער אָקופּירט דורך היטלערס דײַטשלאַנד. אָבער די דערפֿאַרונג פֿון די תּושבֿים פֿון ליטע אין די דאָזיקע יאָרן איז געװען ביז גאָר פֿאַרשײדן. פֿאַר אַ סך ליטװינער איז דװקא אײן יאָר פֿון דער סאָװעטישער אָקופּאַציע געװען די סאַמע ביטערסטע צײַט. ערבֿ דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין יוני 1941 האָבן די סאָװעטן דעפּאָרטירט אַרום זיבעצן טױזנט מענטשן קײן סיביר. ניט געקוקט אױף דעם, װאָס צװישן זײ זײַנען געװען אַ צאָל ייִדן, האָבן די ליטװישע נאַציאָנאַליסטן געהאַלטן ייִדן פֿאַר שולדיקע אין העלפֿן די סאָװעטן.
און װען עס זײַנען געקומען די דײַטשן, האָבן אַ היפּשע צאָל ליטװינער געגלױבט, אַז ליטע קען װידער װערן אױטאָנאָם אונטער דער דײַטשישער פּראָטעקציע. כּדי אַרױסצוּװײַזן זײער געטרײַשאַפֿט צו די נײַע דײַטשישע בעלי־בתּים, האָבן זײ זיך גענומען הרגענען ייִדן. דאָס איז געװען דער אָנהײב פֿונעם חורבן פֿאַר די ייִדישע בירגער פֿון דער ליטװישער רעפּובליק.
נאָך דעם, װי ליטע איז װידער געװאָרן אומאָפּהענגיק פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1991, האָט מען אױסגעטראַכט די קאָנצעפּציע פֿונעם „טאָפּלטן גענאָציד‟: די ליטװינער האָבן געליטן פֿון דער סאָװעטישער אָקופּאַציע, און ייִדן פֿון דער דײַטשישער. אײניקע ייִדן האָבן געהאָלפֿן די סאָװעטן, און אײניקע ליטװינער האָבן געהאָלפֿן די דײַטשן, אַזױ אַרום זײַנען אַלע קװיט. אָבער לרובֿ זײַנען סײַ ייִדן סײַ ליטװינער געװען קרבנות — האָבן די ליטווינער געטענהט — און שולדיק זײַנען די סאָװעטישע און דײַטשישע אָקופּאַנטן.
אַזאַ מין טעאָריע פּאַסט גוט פֿאַר יענע ליטװישע פּאָליטיקער, װאָס װילן רײנװאַשן דעם עבֿר פֿונעם ליטװישן פֿאָלק, אָבער זי קען ניט אױסהאַלטן קײן היסטאָרישע קריטיק. עס איז קלאָר, אַז מען קאָן ניט פֿאַרגלײַכן דעם חורבן פֿון ייִדן מיט די דעפּאָרטאַציעס פֿון די ליטװינער פֿאַר און נאָך דער מלחםה. אָבער פֿאַר אַ זײַטיקן מענטש, װאָס איז ניט באַהאַװנט אין דער ליטװישער געשיכטע, איז גאַנץ שװער זיך פֿאַנאַנדערצוקלײַבן אין אַלע היסטאָרישע פּישטשעװקעס.
דער בעסטער װעגװײַזער פֿאַר אָט דעם טראַגישן פּעריאָד אין דער ליטװאַקישער געשיכטע איז מסתּמא דער ראָמאַן פֿון גריגאָרי קאַנאָװיטש, „דעם שׂטנס כּישוף‟, װאָס איז סוף־כּל־סוף אַרױס אױף ענגליש. קאַנאָװיטש האָט גענומען אױף זיך דאָס ליטעראַרישע שליחות צו פֿאַרפֿאַסן אַן עפּישע סאַגע װעגן ליטװישן ייִדנטום, און דער דאָזיקער ראָמאַן איז דער לעצטער אין דער סעריע.
די האַנדלונג קומט פֿאָר אין אַן אױסגעטראַכטן ליטװישן שטעטל מישקין אין יוני 1941, ערבֿ דעם דײַטשישן אָנפֿאַל אױפֿן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די העלדן זײַנען פּראָסטע ייִדן, ליטװינער, פּאָליאַקן און װײַסרוסן, װאָס האָבן אַ קנאַפּע אַנונג װעגן דעם, װאָס עס קומט פֿאָר אין דער גרױסער װעלט אַרום זײ. זײ זײַנען פֿאַרטאָן אין זײערע אײגענע טאָגטעגלעכע ענינים און דאגות. אָבער דער „כּישוף פֿונעם שׂטן‟, װאָס באַהערשט די גאַנצע װעלט, באַנעמט אױך זײער קלײן װעלטעלע. אַזױ װי אין קאַנאָװיטשעס אַנדערע װערק, דינט דער בית־עולם װי די צענטראַלע האַנדלונג־בינע אױך אינעם דאָזיקן ראָמאַן. דאָס איז דאָס װױנאָרט פֿון הדסה־דאַנוטאַ, אַ פֿרוי פֿון אַ פֿאַראָרעמטער פּריצישער משפּחה, װאָס האָט זיך יונגערהײט פֿאַרליבט אין אַ ייִדישן מאַן. זײערע צװײ זין פֿאַרקערפּערן צװײ לעבנסװעגן פֿון סאָװעטישע ייִדן: אהרן גײט אַװעק שטודירן קײן מאָסקװע, בעת יעקבֿ בלײַבט אינעם שטעטל מישקין מיט זײַן מאַמען. יעקבֿס געליבטע, אלישבֿע, קלײַבט אױס דעם דריטן װעג און לערנט זיך לאַנדװירטשאַפֿט, כּדי צוגרײטן זיך צו דער עליה קײן ארץ־ישׂראל.
אָבער די מלחמה מאַכט חרובֿ אַלע פּלענער. װען די סאָװעטן ציִען זיך צוריק און די דײַטשן קומען, גײט אַלץ קאַפּױער אין מישקין. די ליטװינער, װאָס זײַנען ביז דעמאָלט געװען גוטע שכנים מיט ייִדן, װערן פֿאַרװאַנדלט אין בלוטיקע רוצחים אַפֿילו אײדער עס באַװײַזן זיך די ערשטע דײַטשישע חילות. קאַנאָװיטשן איז די דאָזיקע געשיכטע באַקאַנט ניט פֿון די ביכער, נאָר דורך באַקאַנט װײַל ער אַלײן איז אױפֿגעװאַקסן אין אַזאַ שטעטל. ער קען גאַנץ גוט סײַ ייִדן און סײַ ליטװינער, און ער אַנטפּלעקט מיט טיפֿן פֿאַרשטענדעניש די אינעװײניקע פּסיכאָלאָגישע טראַנספֿאָרמאַציע פֿון פּשוטע פּױערים אין װילדע חיות.
זײַן ראָמאַן איז אָבער ניט בלױז אַ פּסיכאָלאָגישע שטודיע פֿון דער מעטשלעכער בײזקײט, נאָר פֿאַרמאָגט אַ טיפֿערע סימבאָלישע שיכט, װאָס דערמאָנט אין די װערק פֿון י. ל. פּרץ און יצחק באַשעװיס: מישקין איז אַ טױטע שטאָט אינעם רשות פֿון דער סיטרא־אַחרא. די לװיה פֿון דאַניטאַ־הדסה איז סימבאָליש פֿאָרגעשטעלט װי די לװיה פֿון דער גאַנצער ייִדישער װעלט פֿון ליטע. עס בלײַבן בלױז די „װידערשפּעניקע װאָראָנעס, די אײביקע לעסטערניצעס, װאָס זײַנען מחלל־שם פֿון אַלץ, װאָס עס קומט פֿאָר אונטערן הימל‟. די שרײַענדיקע װאָראָנעס פּרוּװן אומזיסט אױפֿצוּװעקן די מתים. די טױטע ייִדן װילן ניט אױפֿשטײן תּחית־המתים, װײַל זײ האָבן מורא, אַז מען װעט װידער קומען זײ הרגענען…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.