(אַן עקסקלוסיווער אַרטיקל לכּבֿוד יום־העצמאות)
מיט כּמעט הונדערט יאָר צוריק האָט מײַן עלטער־זיידע צבֿי־יעקבֿ לעווין, אַ געבוירענער אין שאַט, ליטע, פֿאַרקויפֿט זײַן חלק אינעם משפּחה־געשעפֿט אין שיקאַגע און עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל.
זײַן בענקעניש נאָך פּאַלעסטינע איז נישט געווען קיין חידוש. די מאַמע זײַנע האָט אויך עולה געווען, נאָך אין 1905, כּדי אויסצולעבן אירע לעצטע יאָרן אין ירושלים און באַערדיקט ווערן אויפֿן הר־הזיתים.
דאָס יאָר איז געווען 1922 און כאָטש דער עלטער־זיידע איז שוין געווען 65 יאָר אַלט, האָט ער מיט אימפּעט אָנגעהויבן זײַן נײַ לעבן אין ארץ־ישׂראל. אין דער יונגער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ האָט ער געבויט אַ שיינע ווילע פֿאַר אַלע קרובֿים וואָס האָבן דאָרט געוווינט. אַז מע פֿלעג בײַ אים פֿרעגן, פֿאַר וואָס בויט ער אַזאַ גרויס הויז אין מיטן מידבר, האָט ער געענטפֿערט: „ס׳וועט קומען אַ טאָג ווען דאָס אָרט וועט זײַן דער צענטער פֿון שטאָט.‟ וכּך הווה.
דערצו האָט ער יאָרן לאַנג זיך פֿאַרנומען מיטן אויפֿבויען ארץ־ישׂראל בכלל. ער האָט פֿאַרפֿלאַנצט אַ מאַראַנצן־סאָד (פּרדס, אויף העברעיִש) אין רחובֿות, צוגעהאָלפֿן בײַם גאולת אדמות (קויפֿן גרונטאייגנס פֿאַר ייִדן), געגרינדעט אַ מאָדערנע רעליגיעזע שול פֿאַר מיידלעך, „בית ספֿר לבנות תּלפּיות‟, און פֿינאַנציעל געהאָלפֿן שטיצן אָרטיקע אינסטיטוציעס און די אָרעמע לײַט.
די ווילע, וואָס הייסט הײַנט „בית לוין‟, געפֿינט זיך עד־היום אויף 46 ראָטשילד בולוואַר און איז פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די שענסטע בנינים אין תּל־אָבֿיבֿ. גלײַך נאָכן אויפֿקום פֿון דער מדינה האָט די סאָוועטישע אַמבאַסאַדע אָקופּירט די געבײַדע. שפּעטער איז די ווילע געשטאַנען יאָרן לאַנג אַ פֿאַרלאָזטע, ביז די שטאָט האָט זי באַצייכנט פֿאַר אַ היסטאָרישן בנין וואָס מע דאַרף פּרעזערווירן. ערשט דעמאָלט האָט מען די ווילע אין גאַנצן רעמאָנטירט.
צבֿי־יעקבֿס אייניקל, נחמה, איז הײַנט אַלט 93 און איז די איינציקע פֿאַרבליבענע פֿון איר משפּחה, וואָס האָט טאַקע געוווינט אין דער ווילע. אינעם טאָגביכל וואָס זי האָט דעמאָלט געפֿירט האָט זי געשריבן אַז די יאָרן צווישן 1930 און 1940, ווען זי האָט געוווינט אין פּאַלעסטינע, זענען בײַ איר געווען די סאַמע גליקלעכסטע. אַלע אירע פֿרײַע שעהען האָט זי דעמאָלט פֿאַרבראַכט בײַ די „צופֿים‟, בײַ די סקויטן.
זי געדענקט אָבער אויך געוויסע נישט־אײַנגענעמע מאָמענטן, בפֿרט גלײַך נאָכן אָנקומען קיין פּאַלעסטינע ווי אַן ענגליש־רעדנדיק מיידעלע אין אַ העברעיִש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. דעם ערשטן טאָג אין קינדערגאָרטן, בעת דער קלאַס איז געגאַנגען אויף אַ שפּאַציר אין פּאַרק, האָט די לערערין פֿרײַנדלעך צוגערופֿן צו איר: „באוי!‟ [קום אַהער!] נחמהלע האָט נישט פֿאַרשטאַנען און האָט זיך תּיכּף צעוויינט, זאָגנדיק: “I’m not a boy, I’m a girl!”
וווינענדיק אין דער שיינער ווילע האָט זי קיין מאָל נישט פֿאַרבעטן אירע חבֿרטעס אַהיים. זי האָט זיך געשעמט וואָס זי לעבט אין אַזאַ רחבֿות, מיט אַלע באַקוועמלעכקייטן, בעת ס׳רובֿ פֿון אירע פֿרײַנד האָבן נעבעך געוווינט אין אָרעמע געבײַדעס. די חבֿרטעס פֿלעגן שטיין בײַ איר פֿענצטער און צופֿײַפֿן צו איר ביז זי איז אַרויסגעקומען זיך שפּילן מיט זיי.
אין 1935 איז איר זיידע, צבֿי־יעקבֿ, געשטאָרבן און אין 1940 זענען אָנגעקומען פֿינצטערע טעג. איטאַליע האָט באָמבאַרדירט דעם דעמאָלטדיקן בריטישן מאַנדאַט אין תּל־אָבֿיבֿ און דערבײַ אומגעבראַכט 137 ציווילע לײַט. מע האָט אויך געשלאָסן דעם פּאָרט צום מיטלענדישן ים, האָט די משפּחה שוין מער נישט געקענט עקספּאָרטירן אירע מאַראַנצן. זענען צבֿי־יעקבֿס קינדער אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע.
דעם טאָג אין 1940 וואָס די משפּחה האָט פֿאַרלאָזט ארץ־ישׂראל האָט די 15־יאָריקע נחמה באַשריבן, אויף העברעיִש, אין איר טאָגביכל אַזוי: „הײַנט איז געקומען דער פֿאַרשאָלטענער טאָג אין וועלכן איך האָב פֿאַרלאָזט ארץ־ישׂראל, דאָס לאַנד וווּ מע האָט מיך דערצויגן, וווּ איך האָב אַזוי גליקלעך פֿאַרבראַכט מיט מײַנע פֿרײַנד. איך באַוויין די רגע. מײַנע חבֿרים אויך…‟
אין אַמעריקע האָט נחמה זיך באַקענט מיט גרשון ווײַנער ז״ל אינעם ציוניסטישן העברעיִסטישן זומער־לאַגער, קעמפּ מסד. גרשון, וואָס האָט שפּעטער באַקומען סמיכה, איז געווען אַ געטרײַער ציוניסט, העברעיִסט און ייִדישיסט — אַ זעלטענע קאָמבינאַציע אין יענע יאָרן. ער און נחמה האָבן חתונה געהאַט און דערצויגן זייערע קינדער אויף העברעיִש אָבער בײַם שבתדיקן טיש האָבן זיי תּמיד געזונגען סײַ ייִדישע סײַ חלוצישע לידער.
אין 1970 האָט די משפּחה עולה געווען קיין ישׂראל און ממשיך געווען די טראַדיציע פֿון ייִדיש־געזאַנג שבת — סײַ ווי אַ טייל פֿון די זמירות, סײַ בײַם זינגען „גאָט פֿון אַבֿרהם‟. עד־היום זינגט נחמה דאָס מיט איר אייניקל, אַבֿינועם, יעדן שבת־צו־נאַכטס ווען ער קומט מאַכן הבֿדלה מיט איר.
נחמה מיט איר אייניקל אַבינועם זינגען אַ נוסח פֿון „גאָט פֿון אַבֿרהם‟:
דער עלטער־זיידע צבֿי־יעקבֿ וואָלט געווען אַזוי שטאָלץ ווען ער ווייסט אַז הונדערט יאָר נאָך זײַן באַזעצן זיך אין פּאַלעסטינע, גייען זײַנע אור־אור־אייניקלעך אין זײַנע וועגן, העלפֿנדיק ווײַטער בויען און אַנטוויקלען די ייִדישע מדינה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.