די חשיבֿות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער ענגלישער איבערזעצונג האַלט אין איין וואַקסן אין די יאָרן זינט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ האָט לאַנצירט זײַן סטיפּענדיע־פּראָגראַם פֿאַר איבערזעצער.
יעדעס יאָר קומען אויף די קאָנפֿערענצן פֿון ליטעראַרישע איבערזעצער אַ גאַנצע קאַדרע מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש, ווי אויך גראַדואַנטן פֿון אָט דער סטיפּענדיע־פּראָגראַם האָבן באַקומען אַ ריי חשובֿע פּריזן און סטיפּענדיעס פֿון פּריוואַטע פֿונדאַציעס און דער אַמעריקאַנער רעגירונג. דערצו, וואָס מער ייִדישע לידער און דערציילונגען עס ווערן געדרוקט אין באַקאַנטע זשורנאַלן, אַלץ מער די פֿאָדערונג פֿון רעדאַקטאָרן נאָך אַזעלכע מאַטעריאַל.
לעצטנס האָט דער טײַוואַנער אינטערנעץ־זשורנאַל פֿון איבערגעזעצטע ווערק Asymptote (אַסימפּטאָט), איינע פֿון די פּרעסטיזשפֿולסטע פּובליקאַציעס פֿון אַזאַ מין, געלאָזט וויסן, אַז מע וועט ווידמען אַ ספּעציעלן נומער דער ייִדישער פּאָעזיע אין דער ענגלישער איבערזעצונג. מע בעט, אַז איבערזעצער זאָלן אַרײַנשיקן ביז 15 זײַטן פּאָעזיע ביזן ערשטן יוני אויפֿן אַדרעס editors@asymptotejournal.com. די רעדאַקטאָרן פֿונעם ספּעציעלן נומער זענען דער הויפּט־רעדאַקטאָר און גרינדער פֿון Asymptote, לי יו לעאָנג, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין איבערזעצן כינעזישע לידער, און דער פּאָעט אַלכּסנדר דיקאָוו, אַ באַקאַנטער איבערזעצער פֿון פֿראַנצייזישער פּאָעזיע. דער ספּעציעלער נומער ווערט אונטערגעשטיצט דורכן „ייִדישן ביכער־צענטער‟.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.asymptotejournal.com/submit/.
ייִדיש איז, דרך־אגבֿ, דווקא ניט די ווייניק־באַקאַנטסטע שפּראַך פֿון וועלכער Asymptote האָט אָפּגעדרוקט לידער צי דערציילונגען. צווישן די 103 שפּראַכן וואָס מע האָט איבערגעזעצט אינעם זשורנאַל געפֿינט מען אַזעלכע לשונות ווי אַטנאַ (אַ שפּראַך פֿון אַלאַסקע, מיט 45 רעדערס), אָזשיבווע (אַן אינדיאַנער שפּראַך פֿון קאַנאַדע און דעם „מיטל־וועסט‟ פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט 100,000 רעדערס), פֿאַראָעזיש (אַ גערמאַנישע שפּראַך פֿון די פֿאַראָע־אינדזלען, 50,000 רעדערס), זאַפּאָטעקיש (אַן אינדיאַנער שפּראַך אין מעקסיקע מיט 450,000 רעדערס) און קישע (אַן אינדיאַנער שפּראַך פֿון גוואַטעמאַלע מיט אומגעפֿאַר 2.5 מיליאָן רעדערס) און אַפֿילו סומעריש, די אור־אַלטע שפּראַך פֿון בבֿל וואָס מע האָט גערעדט פֿאַר אַקאַדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.