דער באַרימטער ייִדישער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן (1913 – 2005) האָט דורכגעלעבט די לעצטע 20 יאָר פֿון זײַן לאַנג און שעפֿעריש לעבן אין אַ געוויסער איינזאַמקייט. ער איז נישט געווען, חלילה, אָפּגעפֿרעמדט פֿון זײַן וואַרעמער משפּחה און נאָענטער פֿרײַנדלעכער סבֿיבֿה. עס האָבן אים אָבער געפֿעלט זײַנע ברידער־שריפֿטשטעלער. דער כראָנאָלאָגיש לעצטער פֿאָרשטייער פֿונעם באַרימטן בעסאַראַבער שבֿט פֿון ייִדישע שרײַבערס, משה אַלטמאַן, איז אַוועק אין 1981.
אפֿשר דערפֿאַר איז דער שרײַבער אַזוי העפֿלעך געווען צו יעדער דערשײַנונג פֿון אַ פּינטעלע ייִד בײַ די יונגע הייסע נשמות פֿונעם שוין האַלב־אַסימילירטן בעסאַראַבער יונגוואַרג. מיט פֿאַרגעניגן פֿלעגט זיך ר׳ יחיאל באַגעגענען מיט דער ייִדיש־רעדנדיקער חבֿרה, אַפֿילו ווען זיי האָבן נישט געהאַט דירעקט צו טאָן מיטן שרײַבערישן צעך. אָט אַזוי האָב איך זיך אַליין באַקענט מיט אים, אַ דאַנק מײַן חבֿר, אַליין אַ פֿידלער פֿונעם קעשענעווער סימפֿאָנישן אָרקעסטער, וואָס האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן בעסאַראַבער קלאַסיקער.
„פֿון וואַנען קומסטו, יונגערמאַן? – האָט מיך געפֿרעגט שרײַבמאַן מיט זײַן נידעריקן ווויל־קליגנגענדיקן קול.
„פֿון בעלץ.‟
„אַ, בעלץ… בעלץ איז געווען די ערשטע שטאָט, וואָס איך האָב באַזוכט ווען איך האָב צום ערשטן מאָל פֿאַרלאָזט מײַן ראַשקעוו. ביז הײַנט געדענק איך וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק האָט אויף מיר בעלץ געמאַכט. איך בין דאָך געווען אַ קליינשטעטלדיק ייִנגעלע, און דאָ זע איך אַ פּראָספּעקט אינעם צענטער פֿון דער שטאָט, באַלויכטן מיט לאַמטערן־ליכט, טראָטואַרן, באַפּוצטע וויטרינעס.‟
„מאָדנע — האָב איך אַ טראַכט געטאָן — וווּהין האָבן זיך אַהינגעטאָן די אַלע לאַמטערנס און וויטרינעס?‟
און באמת אין די 80ער יאָרן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט (די יאָרן פֿון טיפֿן עקאָנאָמישן און פּאָליטישן קריזיס אין רוסלאַנד) האָט בעלץ ווי אַלע „נישט־וויכטיקע‟ שטעט פֿון דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד נישט אויסגעזען שיין בכלל. די סאָוועטישע מאַכט האָט נישט געהאַט גענוג מיטלען אויפֿצוהאַלטן די קליינע אייגנאַרטיקע שטעט ציכטיק און געמיטלעך ווי אין מערבֿ. דאָס גאַנצע געלט איז געגאַנגען לטובֿת די הויפּטשטעט און ראַיאָנען־צענטערס.
די וויטרינעס, וועגן וועלכע שרײַבמאַן האָט גערעדט, זײַנען שוין פֿון לאַנג צעבראָכן געוואָרן און די לאַמטערנס אויסגעלאָשן. אָט אַזוי זײַנען געשטאַנען די אומעטיקע סקוטשנע ייִשובֿים: האַלב־שטאָטיש, האַלב־דאָרפֿיש. עטלעכע סטאַנדאַרטנע בלאָקן אינעם צענטער, אַרומגערינגלט מיט לאַנגע שורות איינשטאָטיקע קרומע כאַטקעס מיט קליינע גערטנער. פֿרילינגצײַט, ערבֿ־פּסח, ווען די פֿרוכטביימער האָבן געבליט, איז טאַקע געווען שיין, אָבער דאָס איז פֿאַרבליבן אויף אַ זייער קורצער צײַט. רובֿ הזמן האָבן מיר, די אומגליקלעכע תּושבֿים, געשליאָפּעט אין בלאָטע אויף די אַזוי גערופֿענע „צענטראַלע‟ גאַסן. ווילסטו זען די שיינקייט — פֿאָר קיין קעשענעוו (132 קילאָמעטער) — פֿאָרט אַ הויפּטשטאָט.
אָבער נישט תּמיד איז געווען אַזוי. די שטאָט בעלץ איז געשטאַנען אויפֿן ראָג פֿון שליאַכן צווישן וויכטיקע מסחר־שטעט פֿון דער אַמאָליקער רומעניע, ווי טשערנאָוויץ, כאָטין, טעגינע, אַקערמאַן. אַ באַזונדערע ראָלע האָט געשפּילט די אײַזנבאַן־סטאַנציע אויפֿגעבויט נאָך אין סוף פֿון 19טן י”ה. פֿאר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט בעלץ געציילט 35,000 אײַנוווינער. 20,000 פֿון זיי זײַנען געווען ייִדן, איז במילא דאָרט געווען אַ פֿאַרצווײַגט אָנגעזעטיקט ייִדיש לעבן. די רומענישע מאַכט (1918–1940) האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז עס לוינט זיך ניט צו שטערן דער ייִדישער קהלישער זעלבסט־אָרגאַניזאַציע און ייִדן האָבן זיך אָפּגעגעבן דערמיט מיט זייער האָרעוואַניע און התמדה. די דרײַסיקער יאָרן זײַנען געווען די תּקופֿה פֿון עקאָנאָמישער מזל־ברכה און אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער דערציִונג, קולטור און געזעלשאַפֿטלעכקייט, און די סאַמע פּראָדוקטיווע יאָרן אין דער קהילה־אַרבעט.
אַלץ איז געווען אין בעלץ: אַ ייִדישער שפּיטאָל, אַ מושבֿ־זקנים, אַ יתומים־הויז, העברעיִשע קינדער־גערטנער, אָנהייבשולן, אַ העברעיִשע גימנאַזיע (בלײַבט נאָר אַ רעטעניש: פֿון וואַנען נעמט זיך אַזאַ זאַפֿטיקער בעסאַראַבער בעלצער ייִדיש אויב די גאַנצע דערציִונג איז געווען אויף העברעיִש?). פֿאַרגעסט נישט די מכּבי־פֿוסבאָל קאָמאַנדע, ביתּ”ר און גאָרדאָניע, און די „אָרט‟־שול — איינע פֿון די גרעסטע אין בעסאַראַביע. צוויי גרויסע דיכטערס זײַנען אַרויס פֿון בעלץ: דער העברעיִשער — יעקבֿ פֿיכמאַן (1881 – 1958) און דער ייִדישער — טרובאַדור זייליג בערדיטשעווער (1903 - 1937). כאָטש ער האָט ניט קיין סך באַוויזן אָנצושרײַבן, האָבן עטלעכע לידער זײַנע זיך טיף אַרײַנגעזעצט אין דער נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
אויף די בינעס פֿון די טעאַטער־זאַלן Lux, Modern און Scala האָבן אויפֿגעטראָטן די ווילנער טרופּע, מאָריס שוואַרץ, יוסף בולאָף און דינע קעניג. אַן אָפֿטער גאַסט איז געווען סידי טאַל – אחד ויחידה. אויף דער זעלבער בינע האָבן געהאַלטן זײערע פֿלאַמיקע ציוניסטישע רעדעס וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי און שמריהו לעווין. אין בעלץ איז געבוירן געוואָרן דער באַרימטער אַקטיאָר יצחק כאַוויס, די וועלט באַרימטע זינגערין איזאַ קרעמער און דער וואָס האָט פֿאַרפֿאַסט פֿאַר איר דאָס באַקאַנטע ליד „מײַן שטעטעלע בעלץ‟ — דער קאָמפּאָזיטאָר, אַלעקסאַנדר אָלשאַנעצקי.
אין 1940סטן יאָר, ווען די רוסן זײַנען אַרײַן אין בעסאַראַביע, האָט זיך דאָס ייִדישע לעבן נישט גלײַך אָפּגעשטעלט. די העברעיִשע גימנאַזיע איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ייִדישער מיטלשול. דער קעשענעווער ייִדישער טעאַטער אונטער דער לײַטונג פֿון יעקבֿ שטערנבערג האָט פֿון מאָל צו מאָל דערקוויקט די נשמה פֿונעם געטרײַען בעלצער עולם מיט אַ ייִדיש וואָרט, כאָטש געשפּילט האָט דער טעאַטער “אונטערן אַקאָמפּאָנימענט” פֿון די מאַסן-אַרעסטן. דעם 9טן יולי 1941, נאָך דער אינטענסיווער באָמבאַרדירונג, זײַנען אַרײַן אין שטאָט די דײַטשן; און ניט סתּם אַבי ווער, נאָר די סאַמע „עס־עס‟ אײַנזאַץ־גרופּע.
נאָך דעם איז דאָס ייִדישע לעבן אין דער בעלצער קהילה געוואָרן בלויז אַ היסטאָרישער פֿאַקט, ווי אַלע ייִדישע שטעט אין מזרח־אייראָפּע. וואַרשע איז אָבער פֿאַראייביקט געוואָרן דורך די ראָמאַנען פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, לאָדזש — דורך י. י. זינגער און ישׂראל ראַבען, חיים גראַדע און אַבֿרהם סוצקעווער האָבן, אַוודאי, אויסגעפֿילט זייער חובֿ פֿאַר ווילנע.
פֿאַר דער ייִדישער שטאָט בעלץ האָט זיך אויסגעפֿונען נאָר איין איינציקער צדיק אין סדום, ניט קיין ייִד און ניט קיין שרײַבער; אָדער בעסער געזאָגט — ניט בלויז אַ שרײַבער. איך רעד וועגן דעם קינסטלער, סטעפֿאַן סאַדאָווניקאָוו.
סטעפֿאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1948 יאָר אין בעלץ. זײַנע עלטערן זײַנען געווען עטנישע רוסן, אָבער רומענישע אינטעליגענטן. דאָס איז געווען גענוג מען זאָל די משפּחה על־פּי מסירה פֿאַרשיקן קיין סיביר אויף „זיבן גוטע יאָר‟. אין 1956 איז די משפּחה (טאַטע־מאַמע, דרײַ טעכטער און איין זון) צוריקגעקומען אין דער אייגענער שטאָט. די פֿופֿציקער יאָרן זײַנען בײַ די זכרונות פֿון אַלע מײַנע באַקאַנטע (איך בין נאָך דעמאָלט נישט געבוירן געוואָרן) פֿאַרבונדן מיט אַ ביסל פֿרייד און רויִקייט. הונגערן האָט מען אויפֿגעהערט נאָך אין 1949, ציטערן — נאָך סטאַלינס טויט אין 1953. געלעבט האָט מען אָן לוקסוס, באַשיידן, אָבער זאַט, פֿריילעך און בשלום מיט זיך און מיט דער אַַרומיקער וועלט.
סטעפֿאַן האָט גאַנץ פֿרי אָנגעהויבן מאָלן. געלערנט אין אַ קונסטשול, נישט פֿאַרענדיקט, אָבער אַרויסגעוויזן אַ טאַלאַנט צו באַמערקן מיט זײַן מאָלן דאָס, וואָס אַנדערע זעען נישט. ער האָט פֿאַרענדיקט דעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און איז געשיקט געוואָרן אַרבעטן ווי אַ לערער פֿון דער רוסישער שפּראַך און ליטעראַטור אין אַ מאָלדאַוויש דאָרף דומבראַוויצאַ Dumbrăvița וואָס האָט געגרענעצט מיט אַ ייִדישער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער קאָלאָניע וואַליאַ לוּי וולאַד — אַ טרויעריק אָרט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק ווײַל דעם 7טן יולי 1941 האָבן די היגע פּּויערים געמאַכט אַ פּאָגראָם און דערהרגעט 21 מענער, 6 פֿרויען און 8 קינדער. די אַנדערע זענען אומגעקומען אין טראַנסניסטריע.
די געשיכטע האָט סאַדאָווניקאָוון דערציילט אַן אַלטער וואָלעך. אפֿשר איז ער געווען סתּם אַן עדות און אפֿשר… דער אַלטער האָט געוויזן דעם יונגן לערער די ריכטונוג פֿון אַמאָליקן וואַליאַ לוּי וולאַד, וווּ עס זײַנען געבליבן נאָר ווײַסע שטיינער פֿון אַמאָליקע ייִדישע שטיבער. שפּעטער האָט סטעפֿאַן אָנגעשריבן וועגן דעם אַ קורצע דערציילונג אויף רוסיש, „ווײַסע טשערעדע‟.
קיין סך צײַט אינעם דאָרף האָט סטעפֿאַן ניט געוווינט. ס׳האָט זיך אים פֿאַרבענקט נאָך בעלץ, נאָך דער שטאָט, וואָס ער האָט באמת ליב געהאַט. דעמאָלט, אָנהייב זיבעציקער יאָרן, איז נאָך געשטאַנען דער היסטאָרישער צענטראַלער טייל פֿון דער שטאָט. דער שטאָטישער טעאַטער (די איבערגעבויטע „סקאַלאַ‟), דער אַלטער קינאָזאַל (דער אַמאָליקער „לאָקס‟), ענגע קרומע ייִדישע געסלעך, וואָס האָבן אין די סאָוועטישע צײַטן געטראָגן נעמען פֿון די קלאַסישע רוסישע שרײַבער דאָסטאָיעווסקי און גאָרקי. ביידע גאַסן זײַנען געווען פֿול מיט קראָמען מיט גלעזערנע טירן און מיט אַ גלעקל בײַם אַרײַנגאַנג, אַ ווײַנקעלער, אַטעליע, פֿריזערײַען, טאַבאַק-קיאָסקן און סתּם געבײַדעס, וואָס האָבן נאָך געטראָגן אין זיך יענעם גײַסט פֿון אַ פֿאַרלוירענעם ייִדישן צענטער צווישן צפֿון־בעסאַראַבער סטעפּן.
סטעפֿאַן האָט עס אַלץ געבראַכט אין זײַנע בילדער: ביידע טעאַטערס, און אַ פּלאַץ מיט אַפֿיש־טומבעס, אַן אַפּטייק, אויפֿגעבויט פֿון רויטן ציגל, אַ טאַבאַק־קיאָסק, אַ קאָנדיטאָריע און קאַפֿע־הויז, די שטאָטישע ברוקירטע טראָטואַרן מיט יענע אַלטמאָדישע לאַמטערנעס, ייִדישע שטיבער מיט טורעמלעך און בוידעמלעך, דאַך באַדעקטע מיט ציגל. אַוודאי איז אַלץ געווען אָפּגעלאָזן אָבער סטעפֿאַן האָט מיט זײַן שאַרף קינסטלעריש אויג מצליח געווען דאָס אָפּצושיילן פֿון דער פֿאַרנאַכלעסיקייט.
דער אומגליק האָט זיך געיאַוועט מיט דער מאָסקווער אָלימפּיאַדע, וואָס איז געווען באַשטעטיקט אויפֿן 1980 יאָר. דעם פֿאַקעל, וואָס מע האָט אָנגעצונדן אין גריכלאַנד האָבן ספּעציעלע לויפֿער געדאַרפֿט ברענגען קיין מאָסקווע; טראָגן אים אין יעדער שטאָט וווּ מען שטעלט זיך אָפּ און מאַכן דאָרט אַ גרויסע שׂמחה. בעלץ איז, נעבעך, געשטאַנען פּונקט אויפֿן וועג פֿון גריכלאַנד קיין מאָסקווע. אַזוי אַרום, איז געוואָרן פֿעסטגעשטעלט צו צענעמען די אַלטע געבײַדעס פֿונעם היסטאָרישן צענטער און אויף זייער אָרט אויפֿבויען סטאַנדאַרטנע טיפּישע בלאָקן ווי אַ סימבאָל פֿון אַ נײַ לעבן.
אָנגעהויבן האָט מען פֿונעם געוועזענעם „סקאַלאַ־טעאַטער‟. געמיינט האָט מען אַז עס וועט זיי גרינג אײַנגעבן. פֿאַרקערט, דעם טעאַטער האָט מען געדאַרפֿט אויפֿרײַסן מיט דינאַמיט. עטלעכע טעג האָט די שטאָט געקנאַלט ווי אויף אַ שלאַכטפֿעלד מלחמה־צײַט. מיטן אַלטן אַפּטייק פֿונעם רויטן ציגל מיט די אַלטע שווערע לאַקירטע אַנטיקוואַר־שאַפֿעס, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן ראָג פֿון די צוויי צענטראַלע גאַסן איז זיי צוגעגאַנגען גרינגער.
ייִדן וואָס בלײַבן געטרײַ דעם זכּרון פֿון זייערע אָבֿות קומען הײַנט באַזוכן די אַמאָליקע ייִדישע שטעט ווילנע, טשערנאָוויץ, אָדעס, קעשענעוו און געפֿינען יענע הײַזער און הויפֿן. אַ צופֿעליקער באַזוכער אין בעלץ וועט אָבער געפֿינען נאָר גרויע בלאָקן און אַ פֿאַרלאָזטע וויסטעניש, וואָס מע האָט געהאַט געבויט ווי אַ צענטראַל אָרט פֿון אַן עכטער קאָמוניסטישער שטאָט. וועגן אַזעלעכע בלאָקן שרײַבט דער ישׂראלדיקער שרײַבער בני מער אין זײַן נײַ בוך „סמאָטשע‟:
„עס דאַכט זיך, אַז די געבײַדעס האָבן מיאוס אויסגעזען אַפֿילו ווען זיי זײַנען נײַ געווען, און על אחת כּמה וכמה איצט, ווען די געבײַדעס האָבן זיך פֿאַרעלטערט און קיין שום פּלאַסטישע אָפּעראַציע וועט זיי שוין נישט העלפֿן.‟
בלײַבן אין בעלץ, וואָס האָט סטעפֿאַנען געדינט ווי אַ מוזע פֿאַר כּמעט 30 בילדער האָט ניט געהאַט קיין שום זין. אויסער דעם זײַנען זײַנע ייִדישע חבֿרים זיך צעפֿאָרן: ווער קיין אַמעריקע, ווער קיין ישׂראל. סטעפֿאַן האָט זיך פֿריִער איבערגעפּאַקט קיין קעשענעוו וווּ ער האָט געאַרבעט אין אַן עטנאָגראַפֿישן אינסטיטוט בײַ דער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע און אין דער זעלבער צײַט האָט ער פֿאַרענדיקט דעם קונסט־פֿאַקולטעט. נאָך דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט ער דורכגעלעבט עטלעכע יאָר אין פּוילן.
איצטער וווינט ער אין מאָסקווע. מאָלט אַ סך, אָבער שוין אינגאַנצן אין אַן אַנדערן נוסח. מיט יענע צייכענונגען און סקיצעס, וואָס זײַנען געבליבן פֿונעם בעלצער ציקל האָט סטעפֿאַן אילוסטרירט זײַן בוך „אויגן איבערגעקערטע צום הימל‟, און דעם ערשטן נומער פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל „ייִדישלאַנד‟, וואָס איז פֿאַראַיאָרן דערשינען אין ישׂראל .
דעם אמת געזאָגט, וואָלטן זײַנע אילוסטראַציעס נישט פֿאַרשוואַרצט דאָס פּנים פֿון דער ייִדישער קלאַסישער ליטעראַטור. עס זײַנען בײַ אים פֿאַראַן אַרום 30 בילדער פֿונעם „שטעטעלע בעלץ, וואָס איז מער נישטאָ‟. סטעפֿאַן וויל זיי נישט פֿאַרקויפֿן ביחידות, נאָר אין איינעם, כּדי ניט צעטיילן די גאַסן, שטיבער און מענטשן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער שטאָט. לאָמיר האָפֿן, אַז סוף־כּל־סוף וועט זיך אָפּגעפֿינען אַ נדבֿן און די קאָלעקציע וועט פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.