דער „צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים אויפֿן נאָמען פֿון דזשין און סאַמיועל פֿרענקל‟ בײַם מישיגן־אוניווערסיטעט האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז ס′װערט געזוכט אַ אַ לעקטאָר פֿון ייִדיש אויף צוויי מדרגות, וואָס וועט אויך לערנען וועגן דער ייִדישער קולטור און אַנדערע פֿאַרבונדענע טעמעס.
דער פּאָסטן, אויף איין יאָר מיט דער מעגלעכקייט צו פֿאַרלענגערן דעם קאָנטראַקט, נעמט אויך אַרײַן אַדמיניסטראַטיווע אַרבעט, אַרײַנגערעכנט דעם פֿאַרפּירוסומען די ייִדיש־פּראָגראַם און דאָס אָנפֿירן מיט אַ וועכנטלעכן ייִדיש־טיש. דער קאַנדידאַט מוז שוין האָבן אַ מאַגיסטער אין ייִדישע שטודיעס אָדער אַן ענלעך געביט און פֿליסיק באַהערשן די ייִדישע שפּראַך. ער אָדער זי דאַרף אויך זײַן באַהאַוונט אין נײַע פּעדאַגאָגישע מעטאָדן פֿון שפּראַך־לערערײַ און קענען גוט די ייִדישע ליטעראַטור.
די פֿאַראינטערעסירטע דאַרפֿן אַרײַנשיקן אַ בריוו, צוזאַמען מיט אַ קוריקולום־וויטע, אַ דערקלערונג וועגן זייער צוגאַנג צום לערנען און זייער פּעדאָגאָגישער פֿילאָסאָפֿיע; באַווײַזן פֿון זייערע „אויסערגעוויינטלעכע‟ לערן־פֿעיִקייטן; צוויי מוסטערן פֿון לערנפּלענער און דרײַ רעקאָמענדאַציע־בריוו, צום דירעקטאָר פֿונעם „פֿרענקל־צענטער‟, ד״ר דזשעפֿרי וויידלינגער אויף JudaicStudies@umich.edu. נאָך אינפֿאָרמאַציע: //careers.umich.edu/job_detail/172113/leo_lecturer_iii.
אַ דאַנק דעם „פֿרענקל־צענטער‟ איז מישיגן במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר געוואָרן אַ צענטער פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג. דאָרטן אַרבעטן אַ ריי פּראָפֿעסאָרן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדיש, אַרײַנגערעכנט אונדזער קאָלעגע ד״ר מיכאל קרוטיקאָוו, ד״ר דזשעפֿרי וויידלינגער, ד״ר דעבראַ דאַש־מאָר, ד״ר מאיה ברזלי, ד׳׳ר שחר פּינסקער און ד״ר אַניטאַ חנה נאָריך. בײַם מישיגן־אוניווערסיטעט לערנען זיך אויך אַ ריי גראַדויִר־סטודענטן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש. דערצו האָבן די ביז־גראַדויִר־סטודענטן, וואָס באַקומען אַ דיפּלאָם אין ייִדישע שטודיעס, די מעגלעכקייט אויסצוקלײַבן אַ קאָנצענטראַציע אויף ייִדיש אַנשטאָט העברעיִש.
דערצו וועט מישיגן דינען ווי אַ צײַטווײַליקן הויפּטצענטער פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, אַ דאַנק דעם וואָס 15 ייִדיש־פֿאָרשער וועלן דאָרטן פֿאַרברענגען אַ זמן.
ביז איצט איז דער ייִדיש־לעקטאָר דאָרט געווען מיכל יאַשינסקי אָבער ער קען מער ניט אַרבעטן דאָרט, צוליב זײַן ראָלע אין „פֿידלער אויפֿן דאַך אויף ייִדיש‟ אין ניו־יאָרק, וואָס האָט לכתּחילה געזאָלט אָנגיין בלויז עטלעכע חדשים, אָבער איז, ווי באַקאַנט, געוואָרן אַ גרויסער שלאַגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.