ס׳איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס איך באַקלאָג זיך וועגן דער פֿאַרלײקענונג פֿון די די־פּי לאַגערן אין דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע. ווי איז דאָס געהערט געוואָרן מע זאָל אָפּהאַקן, אָפּשטויסן און אָפּלײקענען אַ ייִדישע געשיכטע פֿון פֿינף יאָר צײַט, פֿון 1945 ביז 1950, ווען די שארית־הפּליטה האָט זיך אומגעקערט פֿון די קאָנצענטראַציע לאַגערן, פֿון די באַהעלטענישן און פֿון סאָוועטישן גיהנום?
אָנגעשפּאַרט אַזש קיין דײַטשלאַנד אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע האָט מען גענומען קומען צו זיך, צוריק אויפֿשטעלן משפּחות, אײַנפֿירן אַ קולטור־לעבן, אויסקלײַבן אַ דירעקטאָרן־ראַט, אַ מעדיצינישער אַנשטאַלט, אַ שולסיסטעם מיט קלאַסן אויף פֿאַרשיידענע געביטן, פֿאַר אָנהייבער מיט קינדערגערטנער ביז דעם זיבעטן קלאַס, ווו מע האָט געלערנט חומש, אַריטמעטיק, עבֿרית, געאָגראַפֿיע און נאַטור־וויסנשאַפֿט. מע האָט אײַנגעשטעלט אַ פּאָליצײ, אַ פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט, אַ מאַגאַזין מיט פּראָדוקטן וואָס דער דזשוינט און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן דערפֿאַר געזאָרגט, אַ קולטור־צענטער מיט טעאַטער, פֿילמען, רעפֿעראַטן און קאָנצערטן צו פֿאַרווײַלן די פּליטים. עס האָבן זיך אָרגאַניזירט פּאָליטישע פּאַרטייען, לינקע און רעכטע.
דער עיקר האָט מען אַ סך מאָל רעקרוטירט ייִדן אויף אומלעגאַלער עליה קיין פּאַלעסטינע, וואָס אין יענער צײַט געווען אונטער דער בריטישער מאַכט און נישט צוגעלאָזט ייִדן, געראַטעוועטע פֿונעם פֿלאַמיקן גיהנום, אַרײַנצוקומען אין זייער ביבלישער היים. ס׳איז אויך געווען די צײַט אין 1948, ווען די יו־ען האָט דערקלערט פּאַלעסטינע ווי אַ ייִדיש לאַנד, ווען די מלחמה איז אויסגעבראָכן צווישן די אַראַבער און די געראַטעוועטע ייִדן.
איבערגענומען די ייִדישע מלוכה האָט אַ ייִד מיטן נאָמען גרין, וואָס האָט געביטן זײַן נאָמען אויף בן גוריון, אַ ייִד וואָס האָט אין מזרח־אייראָפּע געלערנט תּורה מיט אַ רבין. אָט דער ייִד האָט גענומען איבערניצעווען די ייִדישע געשיכטע, פֿאַרלייקנט צוויי טויזנט יאָר פֿון אונדזער שעפֿערישער צײַט אין גלות, פֿאַרלייקנט די טויזנט־יעריקע שפּראַך, ייִדיש, איבערגעביטן די ייִדישע נעמען אויף העברעיִשע, ווי למשל „גאָלדבערג‟ אויף „הר זהב‟, און דער עיקר — פֿאַרלייקנט די פֿינף יאָר די־פּי לאַגערן איבער אייראָפּע, ווי זיי וואָלטן אין גאַנצן נישט עקזיסטירט. זײַן מוח האָט נישט באַנומען אַז יעדער פּליטים־לאַגער האָט געהאָלפֿן געשאַפֿן אַ שטיקל מדינת־ישׂראל.
ערשט ווען מע האָט זיך אַרומגעקוקט, מע האָט נישט נאָר נישט אַנערקענט די פּליטים־לאַגערן, נאָר זיי בכלל פֿאַרלייקנט, ווי זיי וואָלטן קיין מאָל נישט עקזיסטירט, קיינער האָט נישט געהערט פֿון זיי, נישט אין מדינת־ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע. גיי פֿרעג בײַ אַן ישׂראלי, בײַ אַן אַמעריקאַנער ייִדן:
„וואָס ווייסטו וועגן די פּליטים לאַגערן?‟
וועט ער אויסשטאַרצן אויף דיר די אויגן און ענטפֿערן: „וואָס איז דאָס?‟
מיר ייִדן זײַנען פֿון אונדזער בראשית געווען אַן עם־הספֿר, אַ פֿאָלק וווּ כּמעט אין יעדער שול און פֿאַרוואַלטונג, האָט מען געפֿירט פּנקיסים און פֿאַרשריבן וואָס עס איז פֿאָרגעקומען אין זייער שטעטל. ייִדן האָבן נאָך דער מלחמה געשאַפֿן יזכּור־ביכער און יעדער געראַטעוועטער ייִד האָט פֿאַרשריבן וואָס ער האָט אַדורכגעמאַכט אין צײַט פֿון דער מלחמה.
ווען נאָפּאָלעאָן האָט זיך אויפֿן וועג צו קעמפֿן מיטן רוס זיך אָפּגעשטעלט אין ווילנע, האָט ער עס אַליין אָנגערופֿן ירושלים ד׳ליטא, אַזוי איז פֿאַרשריבן אין אַ יזכּור־בוך. רבנים און רביים האָבן געשריבן הייליקע ספֿרים, וואָס אַ טייל פֿון זיי האָט דער באַקאַנטער ביבליאָגראַף בערל קאַגאַן שפּעטער רעדאַגירט. מיט יאָרן צוריק האָט פּאַסירט אַן אומגליקלעכער מאָמענט אין אונדזער מדינה, ווען אַ תּל־אָבֿיבֿער ביבליאָטעק האָט באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון זייערע ייִדישע ביכער, צוזאַמען מיט די יזכּור־ביכער, און זיי אַרויסגעוואָרפֿן אין דרויסן. פֿון דעם האָבן זיך דערוווּסט אַ חבֿרה דײַטשן, און געקומען צו פֿליִען מיט ליידיקע וואַליזקעס אײַנפּאַקן די ייִדישע אוצרות און זיי ברענגען קײן דײַטשלאַנד. איך האָב דעמאָלט געמאַכט אַ ויצעקו און געשריבן וועגן דעם אין מײַן רובריק אין פֿאָרווערטס.
און כאָטש מיר זײַנען אַן עם הספֿר, געפֿינען זיך צווישן אונדז ייִדישע עם־האָרצים ווי ס׳איז געווען דוד בן גוריון, וועלכער האָט געפּרוּוט שאַפֿן אַ נײַעם ייִד, אָן דעם פֿלעק אין דער משפּחה, דעם גלות, דער ייִדישער שפּראַך, דער ייִדישער קולטור, אַרײַנגערעכנט תּורת משה.
מיר ייִדן האָבן געליטן פֿון ייִדישע משומדים, פֿון ייִדישע פֿאַרלײקענער פֿון אונדזער ייִדישקייט און פֿון ייִדישע עם־האָרצים. דער אויסדרוק עם־האָרץ קומט צו אונדז פֿון אַלטע צײַטן, ווען נבוכדנצר האָט פֿאַרשלעפּט אונדזער פֿאָלק קיין בבֿל, געבליבן אין ארת־ישׂראל זײַנען בלויז די ערד־ייִדן, די וואָס זײַנען געבליבן זיצן אויף זייער נחלה. מיט דער צײַט האָבן די ייִדן אין בבֿל געשאַפֿן ישיבֿות, צונויפֿגעשטעלט די גמרא, געפֿירט אַ פֿול ייִדיש לעבן, בעת יענע ייִדן פֿון לאַנד זײַנען געבליבן לגמרי אָן וויסן.
גיט אַ קוק ווי די געשיכטע חזרט זיך איבער. די ייִדן אין גלות זײַנען דורך די צוויי טויזנט יאָר געוואָרן בני־תּורה מיט חדרים און ישיבֿות, מיט אַ פּלעיאַדע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן, שרײַבער, פּאָעטן, קינסטלער און וויסנשאַפֿטלער, בעת אין אונדזער אייגענער מדינה זײַנען זיי פֿאַרבליבן עם־האָרצים ווען ס׳קומט צו אונדזער ייִדישער געשיכטע, ליטעראַטור, שפּראַך און קונסט.
איך קער זיך אום צו די פּליטים־לאַגערן נאָך דער מלחמה, וואָס באָדט זיך אין אם־האָרצות, אומוויסן, אומאינטערעס און אָן דעם פּינטעלע ייִד. וואָס האָט פּאַסירט מיט אונדז זינט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל? זינט דער ייִדישער אימיגראַציע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן? מיר האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלק אָן אַ זכּרון בעת אונדזערע אייניקלעך און אור־אייניקלעך, אויב עס וועט זיי אויספֿעלן זייער אָפּשטאַם, וועלן מוזן אַליין אויסגראָבן די ייִדישע געשיכטע, די געשיכטע פֿון זייערע באָבעס און זיידעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.