מיט אַ יאָר צוואָנציק קאַריק האָט זיך אַרויסגעזאָגט אַ ייִדיש־פֿאָרשער, וואָס ס׳איז נישט כּדאַי אים פּורש־בשמו זײַן, אַ טשיקאַווע מיינונג: אַז אַ טעקסט אויף מאַמע־לשון דערקענט מען בלויז אויב דאָרטן געפֿינען זיך ווערטער פֿון לשון־קודשדיקן און סלאַווישן אָפּשטאַם. הייסט עס, אַז אויב דער גאַנצער וואָקאַבולאַר אין אַ געוויסן טעקסט נעמט זיך צופֿעליק פֿון דײַטשישן קאָמפּאָנענט, ווייסט מען נישט צי דער טעקסט איז אַ ייִדישער צי אַ דײַטשישער.
אָט די מיינונג טאָרעט מיך לאַנג אין קאָפּ, אָבער ערשט איצט, אַ פּנים, האָב איך זיך דערטראַכט צון אַן ענטפֿער.
קודם־כּל, אַ ביסל וועגן דעם ייִדישן וואָקאַבולאַר בכּלל. אין משך פֿון צענדליקער יאָרן האָבן פֿאָרשערס און גלאַט פֿאַראינטערעסירטע געשאַצט וויפֿל פֿונעם ייִדישן וואָקאַבולאַר סע שטאַמט פֿון דײַטשיש, פֿון לשון־קודש און פֿון סלאַוויש. בדרך־כּלל קומט אויס צו לייענען, אַז צווישן 70 און 80 פּראָצענט וואַקסט פֿון דײַטשיש, אפֿשר 15 פּראָצענט פֿון לשון־קודש און די רעשט פֿון סלאַוויש. פֿאַרשטייט זיך, אַז אינעם הײַנטיקן מאַמע־לשון זענען ווערטער פֿון לעז, ד״ה לאַטײַניש און זײַנע קרובים, אויף די פֿינגער צו ציילן; אַזוי גערופֿענע אינטערנאַציאָנאַליזמען און אַנדערע ווערטער פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה נעמט מען נישט אַרײַן אין חשבון.
דער גאַנצער ענין איז אויף אַ גוטן אופֿן נישט מער ווי אַ טשיקאַוועס — כאָטש מאַקס ווײַנרײַך האָט קאָנסטאַטירט, אַז ייִדיש איז אַ שמעלצשפּראַך, ד״ה, צונויפֿגעשמאָלצן פֿון בולטע קאָמפּאָנענטן (אַזוי ווי ענגליש), איז כּמעט ווי נישטאָ אויף דער וועלט קיין לשון וואָס זאָל נישט האָבן געשעפּט ווערטער פֿון פֿאַרשיידענע מקורים, ווער מער און ווער ווייניקער. טייל שפּראַכן פֿאַרשטעלן, למשל, לײַווערטער פֿאַר אייגענע: אויף דעם איז דײַטשיש אַ מזיק — אַזאַ וואָרט ווי Fernseher איז פּשוט „טעלעוויזיע“ פֿאַרמאַסקירטערהייט; Rechtschreibung איז נישט מיין ווי „אָרטאָגראַפֿיע“. אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן.
דער עצם קיום פֿון מאַמע־לשון ווענדט זיך נישט אינעם פּראָצענט ווערטער פֿון יעדן קאָמפּאָנענט. דאָס וואָס ייִדיש איז נישט קיין דיאַלעקט פֿון דײַטשיש קען מען קאָנסטאַטירן אויף עטלעכערליי אופֿנים, בפֿירוש נישט בלויז דורך ציילן ווערטער. פֿאַר וואָס?
אין דער שפּראַך־וויסנשאַפֿט זענען דאָ צוויי מאַסן פֿון וואָקאַבולאַר: לויטן ווערטערבוך (לעקסישע פֿרעקווענץ) און לויט לויפֿיקע טעקסטן (טעקסטועלע פֿרעקווענץ). אַלע ביזאיצטיקע שאַצונגען, חוץ איינער, גייען לויטן ווערטערבוך. אויף וויפֿל מיר ווייסן האָט בלויז יודל מאַרק אויסגעפֿאָרשט וויפֿל ס׳באַטרעפֿט יעדעס וואָרט אין לויפֿיקע טעקסטן. אין אַ פּיאָנערישער אַרבעט וואָס איז אַרויס אויף ענגליש אין 1954 (A Study of the Frequency of Hebraisms in Yiddish) האָט מאַרק איבערגעגעבן, אַז דורך דורכאַקערן אַלע זשאַנערס פֿונעם מאָדערנעם געשריבענעם ייִדיש — פֿון די קלאַסיקערס מיט די וויכטיקסטע שרײַבערס פֿון דער ערשטער העלפֿט 20סטן י״ה ביז צו דער פֿאַר־ און נאָך־מלחמהדיקער פּרעסע, קינדער־ליטעראַטור און אַפֿילו קאָמפּאָזיציעס פֿון ניו־יאָרקער תּלמידים — איז ער געקומען צום אויספֿיר, אַז אין לויפֿיקע טעקסטן איז דער דורכשניטלעכער פּראָצענט לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער נישט קיין גאַנצע 6 פּראָצענט. נישט קיין וווּנדער, אַז בײַ די קלאַסיקערס, אין צאינה־וראינה און אין שׂימחה פּיעטרושקאַס ייִדישער מישנה איז דער פּראָצענט אַ סך העכער, בשעת אין לערנביכלעך פֿאַר קינדער אַ סך נידעריקער. אויף דעם ווײַזט טאַקע אָן מאַרק אַליין: די צאָל „פֿאַרבינדווערטער“ („דער, די, דאָס, און, אָדער“ אד״גל), וואָס צווישן זיי איז כּמעט ווי נישטאָ קיין לשון־קודש־קאָמפּאָנענט, פֿאַרקלענערט די צאָל לשון־קודש־ווערטער אין לויפֿיקע טעקסטן, בשעת אין אַ ווערטערבוך — נישט. אַזוי צי אַזוי אין נישטאָ נאָר איין מאָס צו מעסטן קאָמפּאָנענטן.
איז איין מאָל אַוועק — די לעקסישע פֿרעקווענץ איז פֿאַרפֿירעריש; ערשט פֿון די טעקסטועלער פֿרעקווענץ ווערן מיר ממש קליגער. חוץ דעם פֿרעגן זיך נאָך שאלות: לויט אָט דער סטאַטיסטיק קען מען זאָגן אַז אַזאַ וואָרט ווי „שלימזל“ איז האַלב דײַטשיש, האַלב לשון־קודש? לאָמיר זאָגן, אַז יאָ. איז אַזאַ ווערב ווי „אונטערגנבֿענען זיך“ — צוויי דריטל דײַטשיש, איין דריטל לשון־קודש? אפֿשר. נאָר כאָטש אין פֿלוג דאַכט זיך, אַז מיט דעם ווערב זענען מיר שוין פֿאַרטיק, וואָס איז מכּוח דעם טײַטש, וואָס נעמט זיך פֿון סלאַוויש? דהײַנו, ס׳איז איינער פֿון די הונדערטער צי אפֿשר טויזנטער ווערטער קאַלקירטע פֿון פּויליש אאַז״וו: „אונטער“ מיטן זעלביקן טײַטש וואָס ס׳סלאַווישע pod/pid (בגנבֿה; צו ביסלעך), „אויס“ און „אַרויס“ פֿון wy/vy, „דער“ פֿון do און נאָך און נאָך. אויף דעם ענין האָבן זיך אָפּגעשטעלט אַלפֿרעד לאַנדוי, ביידע ווײַנרײַכס א״אַ — ס׳איז דאָך נישט „אַנטדעקט אַמעריקע“. דאָ ווילן מיר נאָר אַרויסהייבן, אַז צושרײַבן אַ וואָרט צון אַ געוויסן קאָמפּאָנענט איז טייל מאָל אוממעגלעך און — אומרעלעוואַנט.
אַ והא־ראַיה: נעמט אַזאַ ליד ווי „גיי איך מיר שפּאַצירן“. אין דעם ליד זע איך בלויז איין וואָרט פֿון לשון־קודש, „בחור“, וואָס מע וואָלט גרינג געקענט אויסבײַטן אויף „ייִנגל“ אָדער „יונג“; פֿונדעסטוועגן וואָלט דאָס ליד געבליבן אַ ייִדישס, אַפֿילו ווען דער גאַנצער וואָקאַבולאַר נעמט זיך פֿון דײַטשיש. דאָס איז דערפֿאַר וואָס די ייִדישע גראַמאַטיק, סײַ צוליב דער השפּעה פֿון די אַנדערע קאָמפּאָנענטן סײַ ווײַל ייִדיש איז געגאַנגען זײַן אייגענעם גאַנג (אַפֿילו ווען ס׳איז אויפֿגעקומען און זיך צעבליט אין דײַטשלאַנד!) דערקענט מען נישט דעם עצם קיום פֿון ייִדיש אויפֿן סמך פֿונעם וואָקאַבולאַר. און אויב אַ דאַנק דעם וואָקאַבולאַר פֿאַרשטייט אַ דײַטש „גיי איך מיר שפּאַצירן“, איז וואָס? טשעכן און סלאָוואַקן, רוסן און אוקראַיִנער, פּאָרטוגאַלן און שפּאַניער, שוועדן און דענער אאַז״וו קענען אָפֿט מאָל צווישן זיך זיך צונויפֿרעדן — און פֿאָרט פֿאַלט קיינעם נישט אײַן, אַז זיי רעדן נישט קיין באַזונדערע לשונות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.