מלמדים טאָרן נישט איבערשרעקן די תּלמידים

Teachers Shouldn't Be Frightening Their Students

פֿון 
שפֿרה־קריינדל לאָווען (כּ׳׳ץ)

Published May 13, 2019.
Getty Images

שפֿרה־קריינדל לאָווען איז אַ נײַע שרײַבערין בײַם פֿאָרווערטס. זי און איר מאַן, יוחנן לאָווען, זענען ביידע דערצויגן געוואָרן בײַ די טאָשער חסידים. זיי דערציִען זייערע פֿיר קינדער אויף ייִדיש אָבער שיקן זיי אין מאָדערנע ייִדישע טאָגשולן.

די רעגנדיגע ספירה־טעג ברענגען צוריק א ים מיט זכרונות פון מיין יוגנט.

ווייט פון שטאָט, אין הארץ פון נאטור, האב איך פארברענגט מיינע קינדער יארן אין דאס קליין שטעטעלע קרית טאש.

נאסטאלגישע מאמענטן זענען איינגעקריצט אין מיר פון יענע טעג ווען איך פלעג ליגן אויפ׳ן גראז און שמועסן מיט מיין שוועסטער און ברודער, פארטראכט אינ׳ם הערליך בלויען הימל…

די צייטן ווען מיר פלעגן ארומלויפן פרייליך און שפילן באהאלטן ארום דעם בנין ווי מיר האבן געוואוינט, צוזאמען מיט אנדערע קינדער פון געגנט.

עס פילט נישט אזוי לאנג צוריק, די שעה׳ן פון פארגעניגן שפילנדיג אין פארק, און ווען איך פלעג זיך ארויפשלעפן דעם גרויסן בארג צו קענען אראפקוילערן זיך ביז אונטן מיט געלעכטער…

איך געדענק יענעם זומער, אלס גאר יונג קינד, ווען איך האב צוזאמען מיט א גרופע קינדער, אין די הויכע גראזן, געזאמלט פיצעלע באשעפענישן אין א פלאסטיק טעפל; מיין גליק ווען איך האב געטראפן די וואונדערליכע רויט און שווארצע „לעידי באג‟ (וואס מע רופט „משה רבנוס קיעלע) און די עקסטאז ווען איך האב איר געלאזט קריכן אויף מיין האנט און געפילט דאס קיצלען פון אירע טריט…

פון מיינע באליבסטע פריסטע זכרונות זענען די זעלטענע טעג ווען איך האב געזען די קי ארויסקומען פון שטאַל, זיך פאשען אין דערנעבנדיגן פעלד… די געוואלדיגע הנאה פון זען די וואונדערליכע באשעפענישן פון דער נאנט האט זיך געפילט ווי א זכי׳ צו מיר. און ווען איינע פון זיי האט זיך אפגעשטעלט און געמעקעט צו מיר, בין איך געווען איבערגליקליך. מיט בלויז א דינער אייזערנער צוים וואס האט אפגעטיילט צווישן אונז, האט עס געפילט צו מיר ווי א באגעגעניש מיט נייע פריינט…

נישט צו לאנג בין איך דערלויבט געווען צו זיין א קינד.

אין מיין בית חינוך האט מען געלייגט א גרויסע דגוש איינצובאקן וואס מער הלכות און תפילות אין אונזערע יונגע הערצער. איך געדענק מיין פרייד און געפיל פון דערגרייכונג ווען צו פינף יאר האב איך דערציילט מיין טאט׳ן, אז איך האב זיך שוין אויסגעלערנט צו זאגן אליין די גאנצע ברכה פון על המחי׳.

ווען איך בין געווארן אכט יאר, האט מיין לערערין אונז פארגעליינט הלכות שבת, און אונז געלאזט וויסן אז פארקעמען די האר אום שבת איז גאר א הארבע זינד. „פאר איין האר וואס ווערט אויסגעריסן — האט זי געזאגט — קען מען געשטראפט ווערן מיט׳ן שטארבן יונגערהייט.‟

דער פחד פון דעם איז געבליבן אין מיר אויף לאנגע יארן …

אלס מאמע פון עטליכע קינדער האב איך זיך אמאל אויפגעוועקט פון א בייזן חלום ווי איך בין ווידער געווען א יונג מיידל. איך בין געשטאנען פאר׳ן שפיגל דערשראקן, ווייל עס איז געווען ערב שבת און איך האב פרובירט דאס שנעלסטע וואס איך האב געקענט צו ענדיגן קעמען מיינע לאנגע האר (איך פלעג האבן שיינע געפלאכטענע צעפ). אין אנגסט, האב איך געבליקט אויפ׳ן זייגער און געציטערט אז די לעצטע מינוטן פאר ליכט בענטשן גייען שוין פארביי.

איך קען נישט פארגעסן יענעם זיסן שבת אינדערפרי ווען איך האב זיך געגרייט צו באזוכן מיינע באליבטע קוזינעס, וועלכע זענען געקומען פון בארא פארק קיין טאש אויף א וויזיט.

עס איז געווען א זעלטענע געלעגנהייט פאר מיר צו שפענדן צייט מיט קינדער אין מיין עלטער וועלכע זענען געווען פול מיט א לעבנסלוסט וואס איך האב ביז דאן נישט בייגעוואוינט. איך האב זיך געוואונטשן צו האבן חבר׳טעס ווי זיי א גאנץ יאר…

א שוידער האט מיר אנגעכאפט ווען איך בין אריינגעקומען אין זייער דירה. איך האב געטראפן מיין טייערע קוזינע מיט א קעמל אין די האנט, גרייט זיך צו בארשטן אירע האר אום שבת! מיינע געבעטן צו איר אז זי זאל עס נישט טון, זענען געפאלן אויף טויבע אויערן. איך האב פרובירט מסביר צו זיין פאר איר די הארבקייט און איר דערציילן וואס איך האב געלערנט; די שרעקליכע שטראף וואס קומט אויף דעם… עס האט אויסגעקוקט אומגלויבליך צו איר און זי האט מיר פארזיכערט אז זי וועט פרעגן איר טאט׳ן דערוועגן. אין הארצן האב איך אזוי געהאפט אז זי וועט תשובה טון און איר לעבן וועט נישט דארפן פארשניטן ווערן…

מיין ציל איז נישט פאר אייך צו האבן מיטלייד מיט מיר, ווייל היינט צו טאג איז מיר בעסער ווי גוט. אבער איך דערצייל אייך אויפ׳ן שפיץ גאפל וועגן די פחד וואס אסך יונגע קינדער ליידן איבער די פארשידענע שטראפן וואס זייערע מלמדים און לערערינס דערציילן זיי. א באקאנטע מעשה צווישן חסידיש׳ע קינדער איז די שטראף פאר׳ן זאגן ליגן: „אין הימל וועט מען זיי הענגען ביי די צונגען איבער די פייער פון גיהנים…‟

ווען אונזער עלטסטער זון איז דריי יאר אלט געווארן און מיין טייערע מאן האט פרובירט מסביר זיין פאר מיר די וויכטיגקייט פון געבן אים גוטע קינדער יארן, האב איך אים אנגעקוקט ווי ער וואלט גערעדט צו מיר אין איטאליעניש אדער פארטיגעיזיש… איך האב אינגאנצן נישט פארשטאנען פארוואס דאס איז וויכטיג בכלל. דאס גרעסטע זארג וואס איך האב געהאט איז וויאזוי קען איך אים ערציען צו זיין א יראי שמים – אן ערליכער איד.

ווען ער איז געבוירן געווארן האב איך געהאט צוגעגרייט אלף בית צו הענגען העכער זיין בעט… אויף דער נאכט פון זיין ברית האב איך געזונגען צו אים א ליד וואס איך האב אליין אנגעשריבן, וועלכע דריקט אויס אלע מיינע האפענונגען וואס איך האב געהאט פאר אים…

אט זענען די ווערטער פון יענעם ליד:

היטן זאל ער דיר
פון שטן ביי יעדן ריר

פון עולם הזה זאלסט ווי מער זיך אפשיידן
נאכגיין דעם דרך פון דיין זיידן
דיין איינציג ציל און שטרעבן
אין דיין לעבן
זאל זיין דעם בורא א נחת רוח צו געבן
זיך קונא זיין דא
ווי מער עולם הבא

חיים יחזקאל דוב׳לע טייער
הער זיך צו אצינד,
טאטי מאמי האפן זייער
זאלסט וואקסן אן ערליך קינד

מיר בעטן פיל דעם בורא
ער זאל העלפן דיר
זאלסט שטייגן אין די הייליגע תורה
מיט מידות טובות אן א שיעור
אין דעם היינטיגן דור דעם שווערן
ווען נסיונות טוען זיך אזוי מערן