אין דער תּקופֿה צווישן ביידע וועלט־מלחמות, ווען ירושלים דליטא איז געוואָרן „ירושלים פֿון ייִדיש‟ (ווי עס האָט פֿאָרגעלייגט דער פֿאָלקלאָריסט און פּעדאַגאָג, שלמה באַסטאַמסקי אינעם אַרטיקל, „דער ייִדיש־וועלטלעכער שולוועזן אין ווילנע‟, ווילנער אלמאַנאַך 1939), קען מען געפֿינען אַ רײַכע גאַמע פֿון טעקסטן וואָס שפּיגלען אָפּ אַלע אַספּעקטן פֿונעם אַמאָליקן לעבן אין ווילנע.
שוין אין דער ערשטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט האָט די ווילנער ייִדישע קהילה אײַנגעפֿירט אַ טראַדיציע אָפּצוהיטן איר לאָקאַלן קאָלעקטיוון זכּרון. אַ סך קהילה־פֿאָרשטייערס האָבן אָנטייל גענומען אינעם דאָזיקן פֿילזײַטיקן פּראָצעס, צווישן זיי — היסטאָריקערס, שרײַבערס, זאַמלערס, ביבליאָגראַפֿן, כּלל־טוערס; הכּלל, אַ גאַנצע קהילה האָט פֿאַרשריבן איר געשיכטע, שאַפֿנדיק דערמיט איר נאַציאָנאַלן היסטאָרישן נאַראַטיוו.
די טראַדיציאָנעלע געשטאַלט פֿון ווילנע איז אַוודאי ירושלים דליטא, דער גרויסער מקום־תּורה און פֿונעם ווילנער גאון, אָבער איר היסטאָריש־קולטורעלע געשטאַלט האָט זיך ממשותדיק געענדערט אין משך פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. עס באַווײַזן זיך אַזעלכע נײַע טעקסטן ווי זאַמלביכער, אַלמאַנאַכן, היסטאָריאָגראַפֿישע אויסגאַבעס, אַלבאָמען און וועגווײַזערס, וואָס זיי שפּיגלען אָפּ די פֿילזײַטיקע געשיכטע פֿונעם ווילנער ייִדנטום — סײַ דעם רעליגיעזן סײַ דעם וועלטלעכן, סײַ דעם אַלטערטימלעכן סײַ דעם מאָדערניזירטן, אין איר נאַטירלעכער האַרמאָניע און שפּאַנונגען.
פֿאַקטיש הייבט זיך אָן דער נײַער פֿענאָמען אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע במשך דער ערשטער וועלט־מלחמה מיט צוויי בענד פֿון צמח שאַבאַדס „ווילנער זאַמלביכער‟ (ווילנע, 1916 און 1918). שפּעטער באַווײַזן זיך „ווילנע: אַ זאַמלבוך געווידמעט דער שטאָט ווילנע‟, רעדאַקטירט פֿון יעפֿים ישורין (ניו־יאָרק, 1935) און „ווילנער אַלמאַנאַך‟ פֿון אהרון יצחק גראָדזענסקי (1939).
אהרון יצחק גראָדזענסקי, אַ פּלימעניק פֿונעם אָנגעזעענעם רבֿ, חיים־עוזר גראָדזענסקי, איז געבוירן געוואָרן אין וועקשנע (קאָוונער גובערניע) אין 1891. ער האָט געשריבן דערציילונגען, ראָמאַנען, פּאָעזיע און איז געווען אַ באַליבטער וועלטלעכער ייִדישער שרײַבער אין צווישן־מלחמהדיקער ווילנע. דער „ווילנער אַלמאַנאַך‟ (1939), זײַן לעצט ליטעראַריש ווערק, איז אַרויסגעגעבן געװאָרן פֿונעם „ווילנער אָוונט־קוריער‟. אין 1992 איז אין ניו־יאָרק דערשינען אַן איבערדרוק פֿון דעם בוך מיט אַן אַרײַנפֿיר־וואָרט פֿון יאָסל מלאָטעק און יאָני פֿײַן.
די דאָזיקע זאַמלביכער שטעלן פאָר קאָלעקטיווע ביאָגראַפֿיעס פֿון ווילנע מיטן טראָפּ אויף אירע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן און פּאָליטיש־אינטעלעקטועלן לעבן. דאָס פּאָפּולערסטע צווישן זיי איז געווען יעפֿים ישורינס זאַמלבוך „ווילנע‟, אַ באַנד פֿון 1,012 זײַטן, אַרויסגעגעבן דורכן ניו־יאָרקער אַרבעטער־רינג אין 1935. די דאָזיקע רירנדיקע מאָנאָגראַפֿיע דערציילט די געשיכטע, במשך פֿון הונדערטער יאָרן, פֿון ייִדישן לעבן אין ליטע.
יעפֿים ישורין, אַ ווילנע־געבוירענער בונדיסט, איז געווען גוט באַקאַנט אין די ווילנער און ניו־יאָרקער ייִדישע קרײַזן: אַ דרײַמאָליקער פּרעזידענט פֿונעם אַרבעטער־רינג, פּעדאַגאָג, זשורנאַליסט, רעדאַקטאָר און איינער פֿון די פּראָדוקטיווסטע ביבליאָגראַפֿן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. צווישן די אַרבעטן זײַנע געפֿינען זיך די ביבליאָגראַפֿיעס פֿון י. ל. פּרץ, אַב. קאַהאַן, ש. ניגער, חיים זשיטלאָווסקי און אַבֿרהם ליעסין. אונטער זײַן רעדאַקציע זײַנען אויך דערשינען די זאַמלביכער „דער ווילנער‟ (1929), „ברוך וולאַדעק אין לעבן און שאַפֿן‟ (נ”י, 1936) און ש. קאַטשערגינסקיס בוך „חורבן ווילנע‟ (נ”י 1947). אַ פֿולע רשימה פֿון ישורינס ביבליאָגראַפֿישע אַרבעטן און רעדאַגירטע פּובליקאַציעס געפֿינט זיך אינעם יובֿל־בוך לכּבֿוד יעפֿים ישורינס 75סטן געבוירן־טאָג (נ”י, 1960).
נאָך אַ פֿאַך האָט געהאַט ישורין אין ניו־יאָרק: געווען אַ בוכהאַלטער און קאַסירער בײַ דער פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע. זײַן געזעלשאַפֿטלעכע פּאָזיציע איז אָבער געווען פֿון אַ גאָר הויכער מדרגה. לויט די זכרונות פֿון הירש אַבראַמאָוויטש (געדרוקט אין „אונזער שטימע‟, פּאַריז, 22סטן אָקטאָבער 1951), האָט דער שעף-רעדאַקטאָר אב. קאַהאַן און די גאַנצע אַדמיניסטראַציע געהאַט דעם גרעסטן צוטרוי צו ישורינען.
אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך דערציילט וועגן אַ צווייטן באַקאַנטן ווילנער, דעם ייִדישן ביבליאָגראַף לייזער ראַן און זיין דרײַבענדיקן אַלבאָם „ירושלים דליטא‟. אַ פֿאַרמלחמהדיקע ווערסיע פֿונעם פֿאָטאָ־אַלבאָם־זשאַנער, געשריבן מסתּמא צוליב גאָר אַנדערע מאָטיוון, קען מען זען אינעם אילוסטרירטן אַלמאַנאַך פֿונעם ווילנער פֿאָטאָגראַף און געזעלשאַפֿטלעכן אַקטיוויסט, מאָריץ גראָסמאַן. דער אַלמאַנאַך, „ייִדישע ווילנע אין וואָרט און בילד‟, וואָס איז דערשינען אין ווילנע אין 1925 בײַם דרוקערײַ פֿונעם „הירש מאַץ פֿאַרלאַג‟ אויף זאַוואַלנאַ־גאַס, איז אַ בײַשפּיל פֿון אַ נײַעם באַשרײַבונגס־מעטאָד פֿון די ווילנער, וואָס האָבן געשטרעבט צו שילדערן זייער שטאָט ניט נאָר מיט היסטאָרישע אַרטיקלען, דאָקומענטן און סטאַטיסטיק, אָבער אויך דורך לעבעדיקע בילדער — אין וואָרט און בילד.
דער מחבר דערקלערט אַז דער ציל פֿון אַזאַ באַשרײַבונג איז צו ווײַזן דעם ברייטן עולם די פּראָדוקטיווקייט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געזעלשאַפֿט, איר טעטיקייט און בײַטראָג אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿונעם שטאָטישן לעבן: ספּאָרט, עקאָנאָמיק, קולטור. כּדי איבערצוצײַגן דעם לייענער אַז די מאָדערנע ייִדישע קהילה פֿאַרמאָגט אַ נײַ, לעבעדיק און פֿילפֿאַרביק פּנים, ברענגט גראָסמאַן 200 פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַן קינסטלערישן פֿאָטאָגראַפֿישן אַטעליע אין ווילנע, אויטענטישע קאַדרעס פֿונעם ייִדישן לעבן באַלײטע מיט שריפֿטלעכע באַשרײַבונגען, פּאָעזיע און ליטעראַרישע אַרטיקלען.
אין די סוף 30ער יאָרן זײַנען אין ווילנע דערשינען אַ סך וועגווײַזערס אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן פֿון דער פֿילשפּראַכיקער צווישן־מלחמהדיקער ווילנע: פּויליש, ליטוויש, ייִדיש און רוסיש. יעדע אויסגאַבע שפּיגלט אָפּ דעם זעלביקן װילנער רוים פֿון זײַן באַזונדערן קוקווינקל, אונטערשטרײַכנדיק באַזונדערע היסטאָריש־קולטורעלע געביטן און דערציילנדיק זײַן אייגענע געשיכטלעכע מעשׂה. יעדער בוך האָט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿאַרשיידענע אָביעקטן און דערבײַ געשאַפֿן בײַם לייענער אַ פֿאַרשידנאַרטיקע פּסיכאָלאָגישע איבערלעבונג, אַ באַשטימטן סאָציאַל־קולטורעלן אײַנדרוק, אַ קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון. די אַלע באַשרײַבונגען פֿון דער זעלבער שטאָט זײַנען געוואָרן אַ נײַער מיטל אינעם קאַמף צווישן די ייִדן און זייערע שכנים, ליטווינער און פּאָליאַקן, פֿאַר די קולטורעלע פּאָליטישע רעכט אויף װילנע אין דער געשפּאַנטער תּקופֿה.
דאָס אַלץ האָט געדינט ווי אַ גרונט פֿאַרן גרויסן היסטאָריאָגראַפֿישן ווערק, „טויזנט יאָר ווילנע‟ פֿון זלמן שיק (ווילנע 1939), וועמענס הויפּט־מאָטיוו פֿאַר שרײַבן איז געווען צו פֿאַרשטאַרקן דעם נאַראַטיוו פֿון ירושלים דליטא אויף זײַן אייגענעם אופֿן — דווקא אין זכות פֿון דער שטאָטס פֿילשפּראַכיקייט און פֿאַרשידענע קולטורן. זלמן שיק איז געווען אַ ייִדישער זשורנאַליסט, אַ וועגווײַזער און אַ פֿאָרזיצער פֿון דער ווילנער אָפּטיילונג פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט פֿאַר לאַנדקענטעניש אין פּוילן.
„ווילנע איז איינע פֿון די שענסטע און עלטסטע שטעט אין פּוילן, און פֿאַר די אַלע פֿעלקער וועלכע באַוווינען דעם קאַנט, איז זי ניט סתּם אַ שטאָט, ווי אַלע אַנדערע שטעט, נאָר דער קוואַל פֿון אַלע זאַפֿטן מיט וועלכע דאָס פֿאָלקס לעבן זויגט זיך אָן, און פֿון וואַנען עס שעפּט זײַן גײַסטיקע יניקה. פֿאַר ליטווינער איז זי די שטאָט פֿון זייער רומרײַכן עבֿר; פֿאַר פּאָליאַקן — די שטאָט פֿון מיצקעוויטשן, סלאָוואַצקין, לעלעוועלן, פּילסודסקין, און פֿאַר ייִדן — ירושלים דליטא, די שטאָט פֿונעם ווילנער גאון, משׂכּילים און די וויגעלע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור; אויך די ווײַסרוסן זײַנען מיט צענדלינגער פֿעדים פֿאַרבונדן מיט ווילנע און אַפֿילו די ווילנער טאָטערס און קאַראַיִמער האָבן דאָ אַ לאַנגע געשיכטע…‟ („1,000 יאָר ווילנע‟, צו די לעזער, ז’ 1).
דער ערשטער באַנד פֿון „טויזנט יאָר ווילנע‟ איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דער ווילנער אָפּטיילונג פֿון דער פּוילישער געזעלשאַפֿט פֿאַר לאַנדקענטעניש. דאָס אָפּדרוקן פֿונעם צווייטן באַנד איז ניט פֿאַרענדיקט געוואָרן מחמת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די ווילנער אָפּטיילונג פֿון דער פּוילישער געזעלשאַפֿט פֿאַר לאַנדקענטעניש — אַ ייִדישע באַוועגונג וואָס האָט געשטיצט טורן פֿון דער ווילנער פּראָווינץ און פֿון די ייִדישע היסטאָרישע ערטער אין דער שטאָט גופֿא, איז געגרינדעט געוואָרן אין 1926 אין שפּיגל פֿונעם נײַעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם. צווישן די מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט זײַנען געווען ייִדישע שרײַבערס, היסטאָריקערס, עטנאָגראַפֿן און אַנדערע אינטעלעקטואַלן. אין די שווערע תּנאים פֿונעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם, ווען די געזעלשאַפֿט פֿאַר טוריזם אין פּוילן האָט באַגרענעצט די חבֿרשאַפֿט פֿאַר ייִדן, האָבן די חבֿרים פֿון „לאַנדקענטעניש‟ געווירקט צוליב ייִדישע ענינים, בתוכם דער אָפּהיטונג פֿון ייִדישע היסטאָרישע פּלעצער. זײ האָבן למשל פּובליקירט אויף ייִדיש דאָס ביכל „לאַנד און לעבן‟ (1927–1928) רעדאַקטירט פֿון יצחק לייפּונער; צוויישפּראַכיקע „לאַנדקענטעניש‟/ Krajoznawstwo (פֿון די יאָרן 1933־1935); „ליטעראַטור אויף פּויליש און ייִדיש‟ און „לאַנדקענטעניש‟ (1933–1937), „ידיעות פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט פֿאַר לאַנדקענטעניש אין פּוילן‟ (וואַרשע, 1936־1938), ביידע רעדאַקטירט פֿון עמנואל רינגלבלום.
לאַנדקענטעניש האָט טאַקע געשפּילט אַ הויפּטראָלע בײַם שאַפֿן די נײַע געשטאַלט פֿון ווילנע אין די ספּעציעלע עטניש־קולטורעלע באַדינגונגען ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.