עס טוט זיך אויף טיש און אויף בענק בײַ דער פֿאָלקסבינע: אַזאַ שלאַגער ווי „פֿידלער אויפֿן דאַך אויף ייִדיש‟ האָט דער 104־יאָריקער טעאַטער שוין לאַנגע יאָרן נישט געהאַט. דער מיוזיקל, פֿון דזשאָסעף סטײַן, שעלדאָן האַרניק און דזשערי באָק, מיט שׂרגא פֿרידמאַנס ייִדישער איבערזעצונג, האָט געדאַרפֿט שפּילן בלויז אַ פּאָר חדשים, נאָר שפּילט שוין כּמעט אַ יאָר לאַנג און איז די וואָך נאָך מער פֿאַרלענגערט געוואָרן — ביז יאַנואַר.
צוליב דעם גרויסן נאָכפֿרעג נאָך בילעטן, איז דער טעאַטער־זאַל בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע‟ — די הויפּטקוואַרטיר פֿון דער פֿאָלקסבינע — שוין צו קליין, שפּילט „פֿידלער‟ איצט אין אַ גרעסערן זאַל „אַף בראָדוויי.‟ דערפֿאַר וועט מען אָבער קענען אין גיכן זען עטלעכע אַנדערע פֿאָרשטעלונגען פֿון דער פֿאָלקסבינע בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע‟: צוויי פּיעסעס אויף ייִדיש און צוויי אויף ענגליש.
פֿונעם 1טן ביזן 29סטן דעצעמבער וועט מען אויפֿפֿירן אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע „די כּישוף־מאַכערין‟ מיט אַ רעסטאַוורירטער פּאַרטיטור. דעם סצענאַר האָט מען געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט געפֿונען אין ווילנע בײַ די פּאַפּירן און ביכער געראַטעוועטע דורך דער „פּאַפּירענער בריגאַדע.‟.
די פֿאָרשטעלונג, אונטערן רעזשי פֿון מאָטל דידנער און דער מוזיקאַלישער לייטונג פֿון זלמן מלאָטעק, איז רעסטאַוורירט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער פֿאָלקסבינעס איניציאַטיוו צו באַנײַען אַלטע ייִדישע מיוזיקלס און אָפּערעטעס, וואָס מע האָט שוין יאָרן לאַנג ניט אויפֿגעפֿירט. „די כּישוף־מאַכערין‟ איז אַמאָל געווען זייער פּאָפּולער, אָבער אַכציק יאָר לאַנג האָט מען זי ניט אינסצענירט, ביז די „פֿאָלקסבינע‟ האָט באַנײַט די פּאַרטיטור און זי אויפֿגעפֿירט במשך פֿון אַ וואָך לאַנג אין דעצעמבער 2017.
פֿונעם 17טן מײַ ביזן 11טן יוני 2020 וועט מען פֿאָרשטעלן פּאַדי טשײַעווסקיס „דער צענטער‟ אין אַ נײַער איבערזעצונג פֿון עלינאָר ריסאַ, וועלכע וועט אויך רעזשיסירן די פּראָדוקציע. די פּיעסע איז, אַחוץ „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, געווען די פּאָפּולערסטע בראָדוויי־פּיעסע פֿון די 1960ער יאָרן וועגן ייִדן. פּאַדי (פֿון דער היים: סידני־אַהרן) טשײַעווסקי איז געווען אַ הצלחהדיקער פֿילם־סצענאַריסט, וואָס האָט געוווּנען דרײַ „אָסקאַרס‟.
„דער צענטער‟ שילדערט אַ טאָג אינעם לעבן פֿון אַ דעפּרעמירטן ייִדישן אַדוואָקאַט וואָס האַלט ניט פֿון ייִדישקייט און שטויסט זיך צופֿעליק אָן אין אַ שיל, וווּ די עלטערע ייִדן האַלטן אין מיטן אַרויסטרײַבן אַ דיבוק, וואָס האָט זיך כּלמורשט באַזעצט אין אַ פֿרוי. צוליב דעם וואָס ס׳זענען געווען בלויז נײַן ייִדישע מאַנסבילן אין דער שיל, האָט מען צוגערעדט דעם אַדוואָקאַט ער זאָל דינען ווי דער צענטער צום מנין, כּדי מע זאָל קענען דעם דיבוק פֿאַרטרײַבן.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו באַשטעלן בילעטן קוועטשט דאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.