מיט אַ צײַט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו באַזוכן דאָס הויז, וווּ עס איז טעטיק דער „פֿאַרבאַנד געווידמעט משה שרת‟.
משה שרת האָט אַמטירט צווישן 1948 — 1956 ווי דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער און צווישן 1954—1955 — ווי דער פּרעמיער. זײַן זון, יעקבֿ שרת, אין איינעם מיט זײַן פֿרוי און ברודער, פֿירן איצט אָן מיט דער ריזיקער טעטיקייט צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַלע כּתבֿים פֿון אָט דער פּערזענלעכקייט, אַרײַנגערעכנט פּראָטאָקאָלן פֿון זיצונגען אין וועלכע ער האָט זיך באַטייליקט און דײַטלעכע הערות וועלכע קלערן אויף די אומשטענדן און דעם הינטערגרונט פֿון שרתס טעטיקייט.
געווען איז ער אַ פּאָליטיקער, דיפּלאָמאַט און איבערזעצער, וואָס האָט מיט התמדה פֿאַרנאָטירט זײַנע פּערזענעלכע און געזעלשאַפֿטלעכע איבערלעבונגען. דער פּועל־יוצא איז די פֿיל־בענדיקע קאָלעקציע וואָס דערשײַנט יערלעך, דעקנדיק אַלע יאָרן פֿון שרתס טעטיקייט. ס’רעדט זיך וועגן די יאָרן פּונקט פֿאַר דער אַנשטייונג פֿון דער מדינה ביז שרתס לעצטע יאָרן.
געשריבן איז עס אין אַ ליטעראַרישן העברעיִש, זאַכלעך און אויפֿריכטיק. אויב דוד בן־גוריון האָט, אין זײַן אייגענער פּאַרטיי מפּא”י, געהאַט איין שאַרפֿן, פּרינציפּיעלן אָפּאָנענט איז דאָס טאַקע געווען משה שרת — בעיקר וואָס שייך דער באַציִונג צו דער אַראַבישער וועלט. שרת האָט געהאַלטן פֿון אַ מער אײַנגעהאַלטענער פּאָליטיק, בשעת בן־גוריון האָט אויסגעדריקט אַ שאַרפֿערע ליניע. די צוויי קאָנצעפּציעס האָבן זיך שטאַרק צונויפֿגעשטויסן אין יאָר 1956, ווען ישׂראל האָט זיך פֿאַרבונדן מיט פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד און געפֿירט אַ בשותּפֿותדיקע אַקציע קעגן דעם עגיפּטישן פּרעזידענט גאַמאַל נאַסערן און דעראָרבערט דעם האַלבן־אינדזל סיני. אַ קורצע צײַט נאָכן אויסברוך פֿון אָט דער מלחמה האָט בן־גוריון אָפּגעזאָגט שרת פֿון זײַן אַמט ווי דער אויסערן־מיניסטער און שרת האָט וועגן דעם געשריבן: „אונדזערע וועגן זענען אין גאַנצן אַנדערע. די מדינה ווערט געפֿירט אויף אַ וועג וואָס איז ניט מײַנער. מע האָט פֿאַרפֿיקסירט אומפֿאַרבײַטלעכע פֿאַקטן און מ’האָט אויסגעפֿורעמט טיפֿע יסודות וואָס מ’קאָן ניט ענדערן אין מײַן דור, און דער קומעדיקער דור איז ממילא ניט מײַנער. (פֿון שרתס טאָגבוך, באַנד ז’, זײַט 1,894.
יעקבֿ שרת דערקלערט אַז ער איז ניט אויסן צו באַרעכטיקן זײַן פֿאָטערס פֿאַרהאַלטענע פּאָליטישע ליניע אָדער צו פֿאַרדאַמען זײַנע מעכטיקע קעגנערס, בעיקר — דעם פּרעמיער־מיניסטער בן־גוריון און דעם הויפּט פֿון צה”ל־שטאַב, משה דײן. דער ציל פֿון זײַן אינסטיטוציע איז אַז מע זאָל נישט פֿאַרגעסן דעם פֿאַקט, אַז אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מדינה האָט אַ פּאָליטיקער פֿאָרגעשלאָגן אַ צווייטע מעגלעכקייט, און האָט געשטרעבט אויסצומײַדן די עסקאַלאַציע פֿונעם ישׂראל־אַראַבישן־סכסוך; אַז ער האָט געפּסלט אַ פּרעווענטיווע מלחמה און האָט געפֿאָדערט צו פֿירן אַן אויסערלעכע פּאָליטיק אויפֿן סמך פֿון מאָראַלישע יסודות.
איך וויל זיך אין אָט דעם אַרטיקל אָפּשטעלן אויף דרײַ אינטערעסאַנטע פּונקטן: ערשטנס, די בראָשורן אויף ייִדיש וואָס שרת האָט פֿאַרעפֿנטלעכט; צווייטנס, זײַן באַזוך אין וואַרשע אין מײַ 1939 און דריטנס, דער פֿאַרגיטיקונג־הסכּם צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד.
פֿון די בראָשורן וואַרפֿט זיך אין די אויגן זייערע טיטלען: „די אויפֿגאַבן פֿון אונדזער פּאָליטישער טעטיקייט: ארץ־ישׂראל אין דער ענגלישער עפֿנטלעכער מיינונג‟, אַרויסגעגעבן דורך דער סוכנות אין ירושלים, תרצ”ה; „דער קאַמף קעגן כוליגאַניזם‟, איבערגעזעצט פֿון אַ רעדע אין כּנסת; „אין דינסט פֿון אונדזער שליחות‟, זײַנס אַן ענטפֿער אויף אַ פֿראַגע פֿון אַ דעפּוטאַט אין כּנסת, און „רעפּאַראַציעס פֿון דײַטשלאַנד‟. די־אָ אָפֿט מאָל פּאָלעמישע בראָשורן זענען נאָך אַ באַווײַז פֿון דער צבֿיעותדיקער שפּראַך־פּאָליטיק פֿון די מדינה־פֿירערס. פֿון איין זײַט — דאָס טאָטאַלע אָפּוואַרפֿן ייִדיש; פֿון דער צווייטער זײַט — ווען זיי האָבן זיך גענייטיקט אין אַ דירעקטער פֿאַרבינדונג מיט די ייִדישע מאַסן איז מאַמע־לשון פּלוצעם געוואָרן כּשר.
וועגן זײַן וויזיט אין וואַרשע וויל איך ברענגען צוויי ציטאַטן פֿון זײַן טאָגבוך, פֿונעם זעלבן טאָג: דעם 19טן אַפּריל 1939. שרת שרײַבט: „נאָר די ייִדישע אַגענץ קאָן וויסן ווער ס׳איז אַ פֿאַרמעגלעכער ייִד אין פּוילן וועלכער קאָן מצליח זײַן אין ישׂראל און וועלכע פּראָפֿעסיעס האָבן גרעסערע אויסזיכטן אאַז”וו. די רעגירונג אין ארץ־ישׂראל און די בריטישע קאָנסולן זענען פֿול קאָאָרדינירט אין זייער טעטיקייט מיט דער ייִדישער אַגענץ, נאָר גיי ווייס פֿאַר וואָס קומט אויס אַזוי שווער דאָס דורכרעדן זיך מיט דער פּוילישער רעגירונג“.
ווײַטער ווערט עס קלאָר. שרת שרײַבט אַז ער דערוויסט זיך וועגן געוויסע פֿיגורן אין דער פּוילישער רעגירונג וואָס זענען דווקא סימפּאַטיקער פֿון דער רעוויזיאָניסטישער באַוועגונג [מיינסטו זאבֿ זשאַבאָטינסקיס? אויב יאָ דאַרפֿסטו דאָס דערמאָנען]. אָט די אידעאַלאָגישע נאָענטקייט צווישן פּוילן און דעם רעכטן פֿליגל אין ישׂראל שטערט צו פֿאַרשטאַרקן דעם קאָנטאַקט צווישן דער פּוילישע רעגירונג און דער סוכנות (ייִדישער אַגענץ). שרת דערקלערט, אַז די צײַט ברענט און מע טאָר זיך ניט אַרײַנוואַרפֿן אין אידעאָלאָגישע דיסקוסיעס. צו מאָל שאַפֿט זיך אויך אַ שפּראַך־שוועריקייט: איין פּאָליטיקער אין ירושלים רעדט העברעיִש, אַ צווייטער דיפּלאָמאַט אין אויסלאַנד רעדט ענגליש, און אַ דריטער פֿאַרשטייט ניט ביידע שפּראַכן. שרת האָט אַליין באַהערשט רוסיש, ענגליש, העברעיִש, ייִדיש, אַראַביש און טערקיש.
וועגן זײַנס אַ וויכטיקן אויפֿטריט אין יענע טעג שרײַבט ער: „דאָס איז געווען אַ ייִדיש־פּוילישער ציבור אין גאַנצן אַן אַנדערער — מיט ברענענדיקע בליקן, פּנימער פֿול מיט שׂימחה און פּעולה־דרייסטקייט. ס’האָט מיר באַנג געטאָן, וואָס כ’האָב אויך דאָס מאָל ניט געקאָנט רעדן העברעיִש… אָבער כ’האָב זיך אײַנגעהאַלטן און גערעדט ייִדיש. ס’האַרץ איז געווען אַזוי איבערפֿול, אַז אויך אָט די פֿרעמדע שפּראַך האָט פֿאָרט געווירקט. כ’בין דורכגעדרונגען געוואָרן דורך די בליקן פֿון די צוהערערס. בײַם אָנהייב האָט מען געזונגען ׳התּקווה׳ און ׳תּחזקנה׳ [די הימנע פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעטער־באַוועגונג] אויף העברעיִש — צוויי גאַנצע סטראָפֿעס — און ווען כ’האָב פֿאַרענדיקט, ׳די שבֿועה׳ און דעם ׳אינטערנאַציאָנאַל׳.“
לגבי איין פּונקט זענען בן־גוריון און שרת געווען אין גאַנצן מסכּים: די פֿאַרגיטיקונגען וואָס מ’האָט געזאָלט באַקומען פֿון דײַטשלאַנד נאָכן חורבן. דאָס גיין קעגן דעם גרויסן טאַבו און קעגן דער טיפֿער פֿײַנטשאַפֿט קעגן דײַטשלאַנד, איז געווען אַ גאָר שטורמישער פּראָצעס. ריזיקע מאַניפֿעסטאַציעס זענען פֿאָרגעקומען פֿאַרן כּנסת־בנין. סײַ מנחם בעגין סײַ די לינקע פּאַרטייען האָבן זיך בלבֿ ובנפש קעגנגעשטעלט וועלכן־ניט־איז קאָנטאַקט, געהיימע פֿאַרהאַנדלונגען אָדער רעפּאַראַציעס פֿון דײַטשלאַנד. ס׳איז אָבער ניט געווען קיין ברירה. דער עקאָנאָמישער מצבֿ אין לאַנד האָט געפֿאָדערט יאָ צו באַקומען די דאָזיקע געלטער ווײַל אַנדערש וואָלט עס דערפֿירט צו אַן אומדערטרעגלעכער קאַטאַסטראָפֿע. ווי דער אויסערן־מיניסטער האָט משה שרת געשפּילט אַ הויפּטראָלע אין באַקומען די התחייבֿותן פֿון דײַטשלאַנד אויף לאַנגע יאָרן. ס’איז אויך געווען אַ סטראַטעגישער שריט צו פֿאַרבינדן ישׂראל מיט דײַטשלאַנד, אייראָפּע און דער מערבֿ־וועלט.
כ’האָב זיך לעצטנס דערוווּסט אַז מע האָט פּובליקירט אויף ענגליש דרײַ בענד פֿונעם פּערזענלעכן טאָגבוך פֿון משה שרת בעת זײַנע יאָרן ווי דער אויסערן־מיניסטער און שפּעטער, הגם אויף נאָר איין יאָר, אויך ווי דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל. די בענד באַטרעפֿן אַ ים מיט שפּאַנענדיקער דאָקומענטאַציע פֿון אונדזער מאָדערנער געשיכטע. אַ ייִשר־כּוח זײַן זון יעקבֿ שרת און משפּחה וואָס האָט זיך אונטערגענומען אַזאַ ריזיקע, ממשותדיקע אויפֿגאַבע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.