אַכטונג, ליבהאָבער פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער טעלעוויזיע: דער דריטער סעזאָן „שטיסל‟ וועט ניט זײַן די איינציקע נײַע סחורה אויף „נעטפֿליקס‟ אויף מאַמע־לשון.
דער זשורנאַל Deadline האָט באַשטעטיקט אַ זאַך, וואָס מע הערט שוין חדשים לאַנג, אַז מע שאַפֿט אין דײַטשלאַנד אַ טעלעוויזיע־סעריע אויף ייִדיש. עס גייט די רייד וועגן אַ סעריע געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון דבֿורה פֿעלדמאַנס בוך זכרונות Unorthodox, וואָס שילדערט אירע קינדעריאָרן ווי אַ חסידיש מיידל אין וויליאַמסבורג און איר באַשלוס צו פֿאַרלאָזן יענע וועלט. פֿעלדמאַנס בוך איז אין 2012 געווען אַ בעסטסעלער, און אַ געוויסע צײַט איז זי געווען אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אין דער אַמעריקאַנער מעדיע. זי האָט דערנאָך פֿאַרלאָזט אַמעריקע און וווינט שוין לאַנגע יאָרן אין דײַטשלאַנד.
די עפּיזאָדן ווערן אָנגעשריבן פֿון אַנאַ ווינגער און אַלעקסאַ קאַראָלינסקי, ביידע באַקאַנטע טעלעוויזיע־שרײַבער. (קאָראַלינסקי איז אַ דײַטשישע ייִדישע טאָכטער און — וויגנער — אַן אַמעריקאַנער ייִד וואָס וווינט הײַנט אין דײַטשלאַנד). די סצענאַרן ווערן איבערגעזעצט אויף ייִדיש דורך אלי ראָזען, אַ געוועזענער חסיד און „אָפּגעפֿאָרענער‟ אַדוואָקאַט, וואָס איז הײַנט באַקאַנט ווי אַ ייִדישער אַקטיאָר און איבערזעצער פֿון פּיעסעס פֿאַרן „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟. ראָזען וועט ניט זײַן דער איינציקער געוועזענער חסיד אָנטיילצונעמען אין דער פּראָדוקציע: דער באַקאַנטער דײַטשישער אַקטיאָר דזשעף ווילבוש, איז, אויפֿגעוואַקסן אין ישׂראל בײַ ייִדיש־רעדנדיקע חסידים. ער האָט איבערגעגעבן Deadline, אַז ער קוקט שטאַרק אַרויס אויף דעם, וואָס ער וועט צום ערשטן מאָל אין זײַן קאַריערע שפּילן אויף זײַן מאַמע־לשון.
די אָנהענגער פֿון „שטיסל‟ וועלן בײַ דער סעריע דערקענען אַ באַקאַנט פּנים: די ישׂראלדיקע אַקטריסע שירה האַס, וואָס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון רוחמי ווײַס אין „שטיסל‟, וועט שפּילן די הויפּטראָלע אין Unorthodox.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.